דעם צושטערטן שטילקייט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

יום ד' לסדר איך האב נישט קיין כוח תשפ"ד

סדר היום:
5:00: די אלארם צוקלינגט זיך מיט די שטערקסטע הייזעריגע שטימע, מיט די באקאנטע טוטוטוטו גאר שנעלערהייט. פלינקערהייט הייבט זיך בערל אויף, און לעשט אים גיך אויס. ער וויל פשוט נישט אויפוועקן די קינדער וועלכע האבן זיך אלע פלאצירט במשך דעם נאכט, אין זייערע מקומות הקבועים אין די עלטערנס בעט.

5:10: די צווייטע אלארם צוקלינגט זיך בשעת בערל האלט זיך אינמיטן אנטוהן די הויזן. בערל נעמט זיך אזוי לויפן צום אלארם, בשעת איין פיס איז אין די הויזן, און די אנדערע פיס פארשטייט נישט פארוואס ער איז געבליבן אויסגעשפילט. ב"ה ער האט מצליח געווען אויסצולעשן דעם אלארם איידער יעדער האט זיך אויפגעוועקט. איין איניסענט בייסטענדער האט זיך יא אויפגעכאפט, אבער מיט א באטי פונקטליך לויט די מעניו (אביסל ארענדש דשוס, ווארעם וואסער, קאלטע וואסער, אויסגיסן אביסל ווייל עס איז צו הייס, אריינגיסן מער קאלטע וואסער, זעהן אז עס איז צו לעכטיג און צולייגן א פיצי מער ארענדש דשוס) האט מען דאס אויך בס"ד מסדר געווען.

5:20: ווי האב איך געפארקט מיין קאר נעכטן? עס איז נישט אויפן מקום הקבוע. איז געווען נעכטן א שמחה אינעם געגענט? אקעי, גייען מיר מאכן דעם קאר פייפן נאר פאר איין סקונדע אן אויפוועקן די גאנצע גאס. העי!! פארוואס ביים אנצינדן דעם פייפער ארבעט עס א נחת אבער מ'רעדט צום דופן העקומה ווען מ'דארף אים אויסלעשן.

5:45: איך האב געטוישט מיינע פינגער אפדרוקן? ווייל די מקווה טויער דערקענט נישט מיין פינגער מער. מ'פראבירט צו דרייען די פינגער ווי א ת"ח, אבער נישט דא צו וועם צו רעדן. כאפט מען א היטש מיט א צווייטן, פארשטייט זיך אז למען והייתם נקיים זאגט מען אים אז עכט האט מען יא באצאלט.

6:00 צייט פאר א קאווע איז נאך דא? א בליק אריין אין היכל התורה און די אויגן טרעפן זיך מיט די אויגן פונעם חברותא וועלכע פרעגט נו? ער ווייזט מיט די הענט דעם סימן וועלכע קען מיינען איין מינוט אדער קוקו אויב איז עס צו נאנט צום שטערן.

6:05 מילעך איז ב"ה געווען, א ווערטל פאר די חברותא "קוה אל ה'" מען דארף האבן א קאווע פארן לערנען, און אריינטראסקענען אין ים התלמוד.

8:00 בערל גייט צוריק צום שאפע צוריקצולייגן זיינע ספרים - כל הנוטל ספר וכו'. ער איז מער צומישט ווי ער איז געווען א שעה צוריק.
עס איז געווען דריי ברודער, ראובן שמעון און לוי. ראובן און שמעון האבן חתונה געהאט מיט צוויי שוועסטער רחל און לאה. ראובן איז אוועק און אינמיטן שבעה האבן ראובנ'ס עלטערן געהאט א קינד מיטן נאמען יששכר. מזל טוב. לוי האט מייבם געווען רחל, און ב"ה געהאט גוטע שלום בית. שמעון האט נישט אויסגעהאלטן די צער פון זיין ברודער ראובנ'ס פטירה, און ער איז אויך אוועק. פונקט ווי ביים ערשטן סיפור, האט יעצט ראובן און שמעון'ס עלטערן געהאט נאך א קינד, דער הייסט זבולון. מזל טוב. לוי האט יעצט נישט אויסגעהאלטן דעם צער פון די פטירה פון זיינע צוויי ברודער, און לוי איז אוועק. ווער דארף דא מייבם זיין וועמען?

בערל איז זיך מחזק אז ביינאכט גייט ער אי"ה איבערלערנען די גמרא נאכאמאל, און בעזהשי"ת יגעת ומצאת וועט ער דאס פארשטיין.

8:55 רבונו של עולם, א פארקינג נעבן אפיס. רבונו של עולם א פארקינג נעבן אפיס. רבי ישעי בן ר' משה, רבי לוי יצחק בן שרה סאשה, אלקא דמאיר עננו. א פארקינג נעבן אפיס.

9:02 ברוך השם געטראפן א פארקינג וואס גייט שוין זיין עוועילבל. קען דער אינגערמאן זיך שוין ארויסרירן פון דארט??

9:04 אריינגעקלאגט (מיט א פתח און קמץ) אין אפיס. פון יעצט ביז 5 איין לאנגע קייט פון:
צופרידן שטעלן דעם בעה"ב,
בארואיגן דעם מענעדשער,
פארעכטן יעדעם איינעמס טעותים,
זיצן אויף שפילקעס פאר א פארפרויענעם סקרין פונקט ווען מען דארף די סקונדע דעם תירוץ,
רעדן צו פלוני בשעת אלמוני האט באשלאסן אז ער דארף אים גאר וויכטיג,
זיך נישט וואוסענדיג מאכן פונעם פסק,
זיך נישט וואוסענדיג מאכן פונעם צווייטן פסק,
אקעי די פסק איז מיר שוין בכלל נישט געקומען, האלט מען שוין ביי נאמבער דריי.
פארוואס דארף די דעדליין זיין פונקט היינט?
האסטו מיר געזעהן אזאנס, ער זעהט נישט אז איך בין פארנומען?

5:15 מען שפאצירט ארויס פון ארבעט נאר זיך צו דערמאנען אז די ב"ב האט געבעטן צו גיין צום הארדווער געשעפט איינקויפן אפאר קלייניקייטן און אויפן וועג מאכן א סטאפ אין גראסערי, פאר ממש נאך אפאר קלייניקייטן. און אויב מעגליך, יענקי דארף א נייעם חומש מארגן אין חדר, און שפרה דארף אויך עפעס א הלכות שבת ביכל. עס האט א בלויעם קאלער העכער די דעקל, און עס שטייט דארט שבת, וועסט שוין כאפן אין ספרים געשעפט פון וואס איך האב רעדט. און ממש נאך פיצי זאך אויפן וועג, דער מנהל וויל עפעס רעדן צו דיר און די שכר לימוד אפיס האט אויך גערופן. דארפסט עס נישט טוהן יעצט, אבער איך מיין אז עס איז נישט שיין זיך נישט וואוסענדיג צו מאכן. און אויב דו טרעפסט דעם שכן, זאג אים ביטע אז עס איז ממש נישט אקעי זיך צו לערנען בלאזן שופר נאך 1 אזייגער ביינאכט.

6:58 בערל שפאצירט אריין אינדערהיים, ער איז נישט אויף און נישט שלאפענדיג. רגליו מולכות אותו צום קאוטש, נאך מיט די היט און רעקל פלאטשקעט ער אריין אינעם קאוטש. א ריק מיט די רעכטע האנט און אההההה די פיס אויפגעהויבן. ב"ה מקען צומאכן די אויגן פאר צוויי מינוט אביסל צו זיין מסובים.

פון די אנדערע זייט שטייט די ב"ב שוין א גאנצן טאג און קען קוים ווארטן צו רעדן אפאר מינוט צום מאן צו פארציילן ווי אזוי יענקי האט היינט זיך אויפגעפירט פאר חדר, מעכי האט פארפאסט דעם באס, די גויטע איז נישט אנגעקומען, און בכלל פארוואס באקומט איר שוועגערין יעדע נאכט סאפער און זיין מאמע פארשטייט נישט אז זי ברעכט אויך אונטער. דאס איז נאך איידער מען קען אפילו רעדן אז א שדכן האט היינט גערופן פארן בכור.

לכאורה ווען דער מאן ליגט אזוי פרקדן אויפן קאוטש איז די בעסטע צייט צו פארציילן אט דאס אלעס באריכות גדול.

זיצט דער אינגערמאן און ער טראכט צו זיך, אפשר דאך, אולי יחוס עם עני ואביון אולי ירחם, שואגים ומבקשים רשיון. אפשר דאך מעג איך האבן אביסל שטילקייט??

די טעלעפאן דריזלט אים אין טאש, מיט איין אויג אפן און איין אויג פארמאכט קוקט ער ווער עס רופט אים. פארוואס רופט אים די חברותא אזוי אין די נאכמיטאג שעות? איין רגע, פארוואס איז די לייט אויסגעלאשן און עס הערשט א טויט שטיקלייט אינדערהיים??

העלאו? עהם עהם, העלאו?? וויפיל אזייגער איז??? איין רגע, איך קום שוין לערנען, גיי נישט אין ערגעץ.
רבונו של עולם!! איך האב נישט געדאווענט מעריב נעכטן ביינאכט!! מציילט נאך ספירה יעצט?
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
אוועטאר
געגאנגען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5130
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דאס איז גוט!!!

צוויי שחריתים...
זאבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2024 7:40 pm
ווער ס’וויל קען דעיס נעמען פאר זיין אונטערשריפט..
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

זייער גוט געשריבן! עפעס איז נישט קלאר אין די פאנטש ליין אבער די שרייבעריי איז פיין..
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

פראפעסאר האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 10:04 pm
זייער גוט געשריבן! עפעס איז נישט קלאר אין די פאנטש ליין אבער די שרייבעריי איז פיין..
געוואלט ארויסברענגען די צומישקייט פונעם אינגערמאן וועלכע וועקט זיך אויף אינדערפרי. די ערשטע זאך וואס איז מיר אריין אין קאפ איז געווען די צומישקייט ווען ער כאפט אז ער האט נישט געדאווענט מעריב נעכטן ביינאכט, און זייענדיג אזוי צומישט פראבירט ער צו כאפן צו ער האט פארפאסט ספירה ציילן אויך.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

בגבעון דום האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 10:08 pm
פראפעסאר האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 10:04 pm
זייער גוט געשריבן! עפעס איז נישט קלאר אין די פאנטש ליין אבער די שרייבעריי איז פיין..
געוואלט ארויסברענגען די צומישקייט פונעם אינגערמאן וועלכע וועקט זיך אויף אינדערפרי. די ערשטע זאך וואס איז מיר אריין אין קאפ איז געווען די צומישקייט ווען ער כאפט אז ער האט נישט געדאווענט מעריב נעכטן ביינאכט, און זייענדיג אזוי צומישט פראבירט ער צו כאפן צו ער האט פארפאסט ספירה ציילן אויך.
אה, נישט געכאפט..
בד''וו ער האט צום סוף געטון יענע שידוך?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8388
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

גאר גוט!
אוועטאר
רבא מברניש
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:מ'שוועבט

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

ביסט דאך שרעקליך גוט!

מאכט זיך נישט יעדן טאג אזאנע ארטיקלען
א פאזיטיווער מענטש איז אויך פאזיטיוו צו נעגעטיוויטי!
רפרם גרינפעלד
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

שוידערליך גוט, נישט אויסגעלאזט קיין דעטאל.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

זייער גוט
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
דו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

פיין פיין. אז מ'טויגט טויגט מען.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3438
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

א פיינעם טאג בוך
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

מיין טאגליכע האט געשריבן:
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

מעכטיגע פעדער,
און גוטע צולייגער.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
אויפוואכער
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 15, 2024 1:50 am

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפוואכער »

כ'האף נאר אז זיין חברותא האט אים געלאזט מאכן א קאווע
אוועטאר
אויפוואכער
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 15, 2024 1:50 am

Re: דעם צושטערטן שטילקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפוואכער »

אויסערגעווענליך גוט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”