"מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"
זיצן עטליכע איידעלע יונגעלייט ארום דעם טיש ביי א חסיד'ישע מלוה מלכה. שוין געטונקען די חלה אין קאטשעניו און געשמועסט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן, אויך איבערגעקייט אפאר היימישע לשון הרע'ס, אלטע און נייע צוגלייך. די שמועס פארט אריבער צום נושא וואס איז אלעמאל על הפרק: אייוועלט...
ס'איז ממש מאדנע ווי די חסיד'ישע יונגעלייט ווייזן ארויס גרויס בקיאות אין אייוועלט. מ'רעדט דורך אפאר אשכולות און ניקס ביז...
"עטס האטס געזען די נייע בוך?" רופט זיך אלי'ש אן, "שאץ מאץ האט ארויסגעגעבן א בוך פון זיינע 'טאטע' ארטיקלען אין אייוועלט."
"אזוי?" פרעגט משה, "מיט זיין אמת'ער נאמען?"
"ניין, ס'איז אנאנים. אבער אין אייוועלט האט איינער אויסגעזאגט ווער ס'איז, ס'האט זיך לכבוד דעם איבערגעקערט... פרעגט בעסער נישט!"
אלי'ש דערציילט די גאנצע פרשה מיט אלע פרטים... דער עולם הערט צו מיט אפענע מיילער און אויערן. יעדער ווייסט אז אלי'ש איז א זעלטענער בקי בכל שבילי אייוועלט, מ'זאגט אז ער האט באהאלטענע פארבינדונגען צווישן די הויכע פענסטער.
"דו ווייסט ווער שאץ מאץ איז?" פרעגט וועלוול נייגעריג.
אלי'ש שמייכלט באשיידן. "גילוי.."
"מאך דיך נישט נאריש," מישט זיך מאיר אריין, "זאג.."
"כ'האב מורא פונעם 'ארור'..." מאכט ער זיך תמ'יש.
"דו היפאקריט!" רייסט זיך עזריאל אויף, "דו אליין האסט מיר אמאל אויסגעזאגט ווער ס'איז! מאך דיך נישט ווי א ענדע צדיק.. זאג און פארטיג!"
אלי'ש פארלירט זיך נישט. ער האלט דאס מויל פארמאכט.
"שוין, וועל 'איך' זאגן," באשליסט עזריאל, "יעדער ווייסט סייווי. שאץ מאץ איז - - - !"
שטיל.
"מיינסט עס ערנסט?" מורמלט משה, "איך קען אים גוט... כ'קען עס נישט גלייבן..."
...און די שמועס פארט ווייטער ווי קיינמאל גארנישט.
"גראדע ווייס איך וואס דיין ניק איז," רופט זיך אן וועלוול צו עזריאל.
עזריאל בלייבט רואיג. "כ'האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. מעגסט עס אפילו זאגן הויך." נע, 'יענע' ניק ווייסט ער סייווי נישט. קיינער חלומ'ט נישט אז יענץ איז איך. ער ווייסט מסתמא נאר מיין אפיציעלע ניק, וואס איך האלט נישט בסוד.
"ביסט זיכער אז איך מעג זאגן ברבים?" קוקט אים וועלוול אין די אויגן, און ער מורמלט אים אריין אין אויער א נאמען פון עפעס א ניק... טאקע יענע ניק וואס 'קיינער ווייסט נישט' - - -
בעסער נישט צו דערציילן וואס עזריאל'ס רעאקציע איז געווען... א אויפרייס איז ווייניג געזאגט...
ענדליך בארואיגט זיך עזריאל אביסל. ער הייבט אן כאפן מער און מער ווי פארלוירן ער איז. אלע שטותים והבלים, קינדישע קריגערייען און פארברענגערישע שטותים וואס ער האט צאמגעפירקלט אויף אייוועלט, דאס אלעס איז בכלל נישט בינו לבין עצמו... ס'זיצט איינער און האלט אלעס מיט. ווער ווייסט ווער נאך ס'ווייסט אז ס'איז ער...
"וואס איז?" גיסט משה זאלץ אויף די וואונדן, "כ'האב געמיינט אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט גילוי?..."
ר' אלעזר כי מטי להאי קרא בכי, "ולא יכלו אחיו לענות אתו כי נבהלו מפניו", ומה תוכחה של בשר ודם כך, תוכחה של הקדוש ברוך הוא על אחת כמה וכמה - - -