וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע:אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

שלום וברכה טייערע אידן!

מיט א צייט צוריק, האב איך אנדעקט אין מיר א באהאלטענע טאלאנט וואס איך האב קיינמאל געוויסט אז איך באזיץ. ס'קען זיין אז איך חלום, און איך רעד זיך בלויז איין אז ס'איז אזוי גערופענע 'מאדערען ארט', אבער פארט רעדט עס צו מיין נשמה. איך שפיר ווי איך קען זיך ארויסגעבן דאס הארץ מיט'ן בערשטל אין האנט.

נישט זיך צו פארלאזן אויף מיין אייגענע מבינות, קען איך טאקע באשטיין צו הערן פון דעם ברייטן ציבור אן אויפריכטיגע מיינונג וואס איר זאגט צו מיינע ווערק. איך וועל דא בעז"ה ארויפשטעלן עטליכע מאלערייען וואס איך האב בס"ד ערצייגט מיט מיינע פינגער, און זאל דער עולם זאגן וואס זיי זעען, וואס זיי שפירן, און וואס דער מאלעריי דערציילט.

מיט ווייניג זעלבסט זיכערקייט האב איך געצייגט מיינע ווערק פאר נאנטע חברים און משפחה מיטגלידער, טראכטענדיג אז דאס זענען טאקע בלויז דמיונות. אבער דער עולם איז זייער נתפעל געווארן און יעדער האט עס אויסגערימט. נו, ס'האט זיך טאקע אנגעהויבן זעצן ביי מיר אין קאפ אז אפשר דאך ליגט דא עפעס באהאלטן. (אז לוי איז א מייסטער פאטאגראפיסט, קען איך אפשר זיין א מעלער?...)

די דאזיגע מאלעריי וואס איך שטעל צום ערשט ארויף, איז ארויס גלייך פון מיין הארץ צום רויע קאנוואס. צומאל וועט דער מח ארויסהעלפן מיט דעם געדאנק, אבער אט די מאלעריי איז ריין הארץ. ווען איך האב אויפגעהויבן מיינע געצייגן און באשלאסן אהערצושטעלן עפעס חנוכה'דיג, האב איך נישט געהאט קיין אנונג וואס אזאנס עס קומט. דאס הארץ האט געטון דאס זייניגע און ווי פון הימל אראפ איז געקומען די מתנה וואס איך טייל מיט אייך מיט צום ערשטן מאל.

די מנורה זעלבסט איז באהאלטן ווי דער אור הגנוז און צום ערשט איז עס נישט מערקבאר. דאס געבט א געוויסע אנדייטונג אז די מנורה איז נישט די עיקר. ס'איז די לעכטעלעך וואס רייסן זיך ארויס מיט א שארפקייט און שניידן דורך אלעס אין וועג. די שיין לויפט מיט אן אתערותא דלתתא גלייך צום הימל ארויף אן קיין אפשטעל. זי לויפט העכער דעם בילד צו א פלאץ וואס קען ניטאמאל אריינגיין אינעם בילד.

ביטע ארויסהעלפן מיט מבינות און ווי אויך אויב מעגליך וויפיל האלט איר אז איך קען בעטן דערפאר.
א דאנק.

נ.ב. די בילד איז נישט אזוי קלאר, איך האב עס געמיזט פארקלענערן ארויפצושטעלן דא. איך האף באלד צו קענען אפלאודען א קלארערע ווערסיע.
אטעטשמענטס
אור המנורה.jpg
אור המנורה.jpg (189.88 KiB) געזען 439 מאל
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע:אויפן Logi קיבאורד

Re: וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

עד שתהא שלהבת עולה מאליה.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

דער בילד פארציילט ווי אויסגעהארעוועטע אידל זיצט זיך ביי זיך אינדערהיים ביי די חנוכה ליכט, ער ארבעט שווער אויף פרנסה, ער האט קוים מח צו קענען אינזין האבן די ברכות, ער טראכט צו זיך פארצערט, אזעלכע נעבעכדיגע ליכטעלעך, הלואי וואלטעך געהאט די קאפ זיך צו גרייטן ווי מען דארף, לערנען אביסל די קדושות אויף חנוכה, אנגרייטן אליין די קנויטן, גיין אין מקוה, אין פון די לעכטעלעך ציעט זיך א אור ןפןואס מאכט ליכטיג אלע וועלטן, סגייט גראד ארויף צום כסא הכבוד, הגם די מענטש אליין זעהט גארנישט און שפירט גארנישט.

דאס זעהט זיך שטארק אן אינעם גרויען פאכמורעטן אטמאספער דא אונטן, די רגע מקוקט אביסל העכער שיינט א מוראדיגע אור, און אומבארקטערהייט שפיגלט די ליכטיגקייט צוריק און גייט עס אריין צום אידן און הארץ אריין.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 10:46 am
דער בילד פארציילט ווי אויסגעהארעוועטע אידל זיצט זיך ביי זיך אינדערהיים ביי די חנוכה ליכט, ער ארבעט שווער אויף פרנסה, ער האט קוים מח צו קענען אינזין האבן די ברכות, ער טראכט צו זיך פארצערט, אזעלכע נעבעכדיגע ליכטעלעך, הלואי וואלטעך געהאט די קאפ זיך צו גרייטן ווי מען דארף, לערנען אביסל די קדושות אויף חנוכה, אנגרייטן אליין די קנויטן, גיין אין מקוה, אין פון די לעכטעלעך ציעט זיך א אור ןפןואס מאכט ליכטיג אלע וועלטן, סגייט גראד ארויף צום כסא הכבוד, הגם די מענטש אליין זעהט גארנישט און שפירט גארנישט.

דאס זעהט זיך שטארק אן אינעם גרויען פאכמורעטן אטמאספער דא אונטן, די רגע מקוקט אביסל העכער שיינט א מוראדיגע אור, און אומבארקטערהייט שפיגלט די ליכטיגקייט צוריק און גייט עס אריין צום אידן און הארץ אריין.
אין איין ווארט איז עס די אורות וואס שיינען אראפ אינעם פארכמורעטן למטה מעשרה, נישט די פיזישע ליכטעלעך...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6095
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

איך בין נישט קיין גרויסע פארשטייער אבער עס איז הערליך
מאיבי תחכמני
אפגעגאלט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:32 pm
טויזנט מאל מיסאינפארמיציע, קומט נישט צו צו די סכנה פון א רעגירונג וואס קען בעלבאטעווען אויף מענטשן, וואס זיי מעגן רעדן אדער הערן.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע:אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 10:46 am
דער בילד פארציילט ווי אויסגעהארעוועטע אידל זיצט זיך ביי זיך אינדערהיים ביי די חנוכה ליכט, ער ארבעט שווער אויף פרנסה, ער האט קוים מח צו קענען אינזין האבן די ברכות, ער טראכט צו זיך פארצערט, אזעלכע נעבעכדיגע ליכטעלעך, הלואי וואלטעך געהאט די קאפ זיך צו גרייטן ווי מען דארף, לערנען אביסל די קדושות אויף חנוכה, אנגרייטן אליין די קנויטן, גיין אין מקוה, אין פון די לעכטעלעך ציעט זיך א אור ןפןואס מאכט ליכטיג אלע וועלטן, סגייט גראד ארויף צום כסא הכבוד, הגם די מענטש אליין זעהט גארנישט און שפירט גארנישט.

דאס זעהט זיך שטארק אן אינעם גרויען פאכמורעטן אטמאספער דא אונטן, די רגע מקוקט אביסל העכער שיינט א מוראדיגע אור, און אומבארקטערהייט שפיגלט די ליכטיגקייט צוריק און גייט עס אריין צום אידן און הארץ אריין.
א דאנק ר' שלמה, זייער שטארק ארויסגעברענגט.

פילייכט וואלט איך געדארפט ארויסלייגן דעם בילד בעפאר חנוכה, אז דער עולם זאל זיך שטערקער באהעפטן דערמיט
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

לאמיך זעהן, אפשר מאך עפעס פאר די ראש השנה, מגייט ממליך זיין די אויבערשטער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: וואס זאגט איר צו מיין אַרט???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »


שטארק בילד, ס'איז ארטיסטיש און געהיימניספול.

כ'מיין אז @שלמה מולכו האט עס ארויסגעברענגט בעסער ווי די מעלער אליינס...
קוה אל השם רבותי
שרייב תגובה

צוריק צו “גראפיקס און דעזיין”