קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בראשית דברי וויל איך זיך באדאנקן בשער בת רבים פאר די אלע הארות והערות וואס מיר האבן ערהאלטן. אי"ה אין חלק ג' וועלן מיר אריינשטעלן די הוספות וועלכע מיר האבן ערהאלטן.

גייען מיר גיין אי"ה צום צווייטן חלק:


תורה גיט כח צו ליינען א קוויטל
ווען דער הייליגער צאנזער רב זי"ע איז געווען א קליין קינד, איז ער אמאל געווען ביים הייליגן חוזה זי"ע בשעת דער חוזה האט געליינט קוויטלעך פונעם עולם. אינמיטן ליינען האט דער חוזה געבעטן אז יעדער זאל ארויסגיין פונעם צימער, און אים איבערלאזן אליינס. דער הייליגער דברי חיים איז געווארן גאר נייגעריג צו זען וואס גייט יעצט דער חוזה טון, האט ער זיך פלינק אריינגעכאפט אין א שאפע און זיך דארט באהאלטן צו קענען זען מה פעל רב – וואס דער צדיק טוט איצט ווען יעדער גייט ארויס.

ווי נאר יעדער איז ארויסגעגאנגען האט דער חוזה ארויסגענומען א משניות און גענומען לערנען הויך אויפן קול דעם פרק 'איזהו מקומן'. ווען דער חוזה האט געענדיגט צו לערנען איז ער צוגעגאנגען צום שאפע און ארויסגערופן דעם באהאלטענעם קינד און אים געזאגט: וועסט דאך אמאל זיין א גרויסער רבי, לאמיר דיר עפעס אויסלערנען. ווען איך ליין א קוויטל זע איך דארט א שם פונעם אייבערשטן, און אזוי ווייס איך וואס עס טוט זיך גענוי מיט דעם וואס האט מיר געגעבן דעם קוויטל. אבער דער שם קומט נאר פונעם כח התורה; און ווען איך זע אז דער שם גייט אוועק, זעץ איך זיך לערנען און אזוי ברענגט דער כח התורה צוריק דעם שם.

הרה"ק מבעלזא זי"ע דער שר שלום האט געזאגט אז ווען דער חוזה האט אריינגעקוקט אין א קוויטל, האט ער דארט געקענט זען אלעס איבער דעם מענטש, פון אלע זיינע גלגולים צוריק און אזוי אויך עד סוף כל הדורות.

דאס אז נאר דורך לימוד התורה קען מען האבן א כח צו ליינען א קוויטל האט מען געזען ביי אלע דורות און ביי אלע חסידות'ן. ביים ויגד יעקב, דער פאפא רב זצ"ל, איז אמאל אריינגעקומען פאר פסח א חסיד מיט א קוויטל, אבער צו זיין ערשטוינונג האט דער פאפא רב נישט געוואלט ליינען זיין קוויטל, און ער האט געזאגט: אויף שבת פרשת פרה בין איך געווען אין בעלזא, און ווען איך בין אריינגעגאנגען מיט א קוויטל האט דער רב נישט געוואלט ליינען מיין קוויטל, זאגנדיג "אזוי ווי איך האב היינט נאך נישט געלערנט גמרא, ווי קען איך ליינען א קוויטל?". האט פאפא רב אויסגעפירט: הגם איך ווייס נישט צי נאכן לערנען וועל איך יא קענען ליינען דאס קוויטל, אבער פאר'ן לערנען זיכער נישט.

בכלל פלעגט מען זען ביי צדיקים אז זיי פלעגן אריינלייגן א שווערע קוויטל אין א ספר וואס זיי האבן געשפירט אז דאס האט אן השפעה. לדוגמא: אין קאסוב-וויזניץ פלעגט מען אריינלייגן אין א זוהר א שווערע קוויטל, אין נדבורנא לייגט מען אריין אין נועם אלימלך אדער א ספר פון תלמידי בעל שם וועלכע יארצייט פאלט אויס אין יענע טעג. (דאס איז שוין חוץ וואס פולע אין כלל ישראל פירן זיך אריינצושרייבן די נעמען פון די קינדער אין א ספר אזוי ווי נועם אלימלך און דאס גלייכן.)

ביי רביה"ק מסאטמאר בעל ברך משה זצ"ל האט מען אפט געקענט זען ווען ער האט דערהאלטן א קוויטל אינמיטן לערנען, האט ער דאס נאכן ליינען אריינגעלייגט אינעם ספר וואס ער האט דאן עוסק געווען.


לערנען צו קענען ליינען א קוויטל:
דער שר שלום פון בעלזא זי"ע האט געזאגט אז דער רבי פון לובלין האט אים אויסגעלערנט צו ליינען א קוויטל און צו זעהן דארט אלע גלגולים פונעם מענטש און אזוי אויך די עתיד עד סוף כל הדורות.
בדרך אגב, דער הייליגע ראפשיצער זי"ע איז געווען באקאנט מיט זיינע ווערטלעך וואס כידוע האט געמיינט גאר הויעכע זאכן, נאר פאר אנשים פשוטים האט דאס אויסגעזעהן ווי א גלייך ווערטל. ער האט איינמאל געזאגט אז פארוואס רעגענט כסדר אין ראפשיץ? נאר ווען דער אייבערשטער האט געוויזן פאר אדם הראשון אלע צדיקים ומנהיגי הדור עד סוף כל הדורות, האט ער געזעהן אז ער גייט ווערן רב אין ראפשיץ. ווי נאר אדם הראשון האט דאס געזעהן האט ער געזאגט "נפתלי גייט ווערן רב אין ראפשיץ?" און ער האט א שפיי געגעבן. זינט דאן רעגענט כסדר אין ראפשיץ...

מיר האבן געהערט גאר אן אינטערסאנטן סיפור פון הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין ני"ו מרבני קהל יטב לב במאנסי, בנוגע די נושא פון לערנען זיך ליינען א קוויטל. רביה"ק בעל ברך משה צ"ל איז בזיווג ראשון געווען אן איידעם ביים קערעצקי רב הרה"ק חנוך העניך מייער זצ"ל, און זיין שווער איז געווען באקאנט אלס א גרויסע פועל ישועות און א שטארקע ידען אין קבלה.
איין טאג רופט אים אריין די שווער און זאגט אים: קום איך וועל דיר אויסלערנען ליינען א קוויטל. האט אים די רבי גע'ענטפערט: איך האב געמיינט אז דאס קומט פון הארעווען אויף גמרא רש"י תוספות, אויב איז דאס א פאך וואס מ'קען זיך לערנען – זאל דער שווער אריינרופן די רביצין און איר דאס אויסלערנען, אזוי וועט זי מאכן פרנסה און איך וועל קענען בלייבן זיצן און לערנען...


א קוויטל פון א פרוי
אין אמת'ן איז פארהאן דערין צוויי באזונדערע נושאים, איינס איז בעצם דאס אויפנעמען א פרוי, און צווייטנס דאס אויפנעמען א פרוי ביחידות. יעדער צדיק האט געהאט זיין אייגנארטיגן דרך אין עבודת ה', טיילמאל אפילו אנדערש פון דעם וואס ער האט אים איבערגענומען נאך זיין הסתלקות, במילא קענען מיר נישט פראבירן צו מאכן א צוזאמשטעל אדער פרעגן א קשיא.
דאס איז זיכער אז מיר האבן נישט קיין השגה מיט אונזערע מוחות וואס די צדיקים שרפי מעלה און קדושי עליון זענען געווען. און ווען עס איז געקומען צו דעם נושא האט מען ערשט דאן געזען זייער אפגעהיטנקייט און זייער קדושה.

עס איז דא א מורא'דיגער חתם סופר ווי ער שרייבט: אין מגילת רות שטייט ווען נעמי איז צוריקגעקומען אינגאנצן אליינס נאר מיט איר געוועזענע שניר רות האט זי געבעטן אז מ'זאל איר מער נישט רופן נעמי, נאר מרה, זאגנדיג אז השי"ת האט איר זייער ביטער געמאכט. פרעגט דער חתם סופר, לכאורה איז דאך נעמי שוין פון לאנג אדורכגעגאנגען אלע צרות יגון ואנחה, פארוואס האט זי זיך פונקט "יעצט" זיך דערמאנט צו טוישן איר נאמען? נאר נעמי האט געהאט א חשבון אויפן וועג צוריק, אז גערעכט טאקע זי האט אלעס פארלוירן אין איר לעבן, איר מאן, אירע קינדער, איר געלט און כבוד וכו', אבער מיט איין זאך איז זי יא איבערגעבליבן: זי האט איר פעטער בועז.
זי האט אבער געוואוסט אז בועז וועלכער איז געווען א גרויסער רבי, וועט נישט אויפנעמען קיין פרויען. האט זי געטראכט אז זי וועט רעדן צו איר מומע – בועז פרוי, און זי וועט שוין רעדן צו בועז אז ער זאל איר צוריקשטעלן אויף די פיס. אבער ווען נעמי קומט צוריק אריין אין שטאט זעט זי אז עס איז דא א גרויסע לוויה, וואס גייט פאר? רביצין בועז אין נפטר געווארן.
נעמי האט זיך פארקלאפט ביידע הענט און זאגט, טייערע לייט! רופט מיר מער נישט נעמי, איך האב שוין גארנישט זיס אין מיר, עס איז מיר זייער ביטער. עס איז שוין נישט איבערגעבליבן קיין האפענונג.
למעשה, פירט אבער אויס דער חתם סופר, "דא" איז טאקע געווען די ישועה פון נעמי. ווייל אדאנק דעם האט בועז חתונה געהאט מיט רות און אזוי איז ארויסגעקומען מלכות בית דוד און נעמי איז געהאלפן געווארן.
טייטשט מיט דעם הרה"ג המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א 'המר ש-ד-י לי מאוד' איז ראשי תיבות שלמה. טאקע פון דעם וואס זי האט געמיינט אז עס איז אזוי ביטער, פון דעם איז ארויסגעקומען שלמה המלך וואס ער האט אויפגעבויעט דעם בית המקדש און דאן איז געווען די בעסטע תקופה פאר כלל ישראל.

על כל פנים וואס עס איז אונז נוגע, זעהן מיר פון דעם אז דער חתם סופר האט אנגענומען פאר א פשטות אז נעמי טראץ וואס זי איז געווען א ניכטע פון בועז, וואלט געדארפט אדורכגיין בועז ווייב צו קענען רעדן צו אים.

אין ראפשיץ, צאנז און אין אסאך גאליציאנע – אונגארישע חסידות'ן פלעגט מען נעמען קוויטלעך פון פרויען. אין טייל פוילישע הויפן א שטייגער ווי גור און פשיסחא תלמידים און נאך פלעגט מען נישט נעמען קיין קוויטלעך פון פרויען, בשעת אין אנדערע גרויסע פוילישע הויפן האט מען יא.

אין קאסוב - וויזניץ האט מען נישט גענומען פון פרויען קיין קוויטלעך, אבער פונעם אהבת ישראל און ווייטער האט מען יא אנגעהויבן נעמען פון פרויען קוויטלעך.

דער באר מנחם פון קאלוב זצ"ל האט גענומען נאר פון די פרויען פון זיינע תלמידים.

אין בעלזא האט מען יא גענומען. דער פריעדיגער בעלזא רב זצ"ל טראץ וואס ער האט בסוף ימיו נישט געקענט זען, האט אראפגעלאזט זיין קאפ ווען פרויען זענען אריינגעקומען. מען זאגט נאך אז דער שר שלום זי"ע האט געזאגט אז די סיבה פארוואס אין בעלזא נעמט מען אויף פרויען איז צוליב דריי סיבות:
א. א פרוי איז א בעלת בכי – זיי וויינען זייער שטארק און שנעל, און דאס איז מעורר רחמים.
ב. אויב וועט מען זיי נישט אויפנעמען, וועלן זיי נישט לאזן זייערע מענער קומען אויף שבתים און ימים טובים, און דאן וועט דער רבי נישט האבן קיין געלעגנהייט אריינצולייגן תורה און יראת שמים אין די חסידים.
ג. פרויען קענען נישט זיין אן קיין רבי, במילא אויב וועט מען זיי נישט לאזן געבן א קוויטל, וועלן זיי גיין צו א פאפער און א גנב און יענעם געבן א קוויטל...


אויפנעמען א פרוי ביחידות
ביי פארשידענע מקומות ווי ספינקא און נאך, פלעגן פרויען קענען אריינגיין ביחידות מיט א קוויטל. באקאנט דאס זיסע ווארט פון הרה"ק רבי מרדכי'לע נדבורנער זצ"ל: עס שטייט אין די תורה 'לא תחמוד אשת רעיך', גייט דען מרדכי'לע (כידוע ווען ער האט גערעדט פון זיך האט ער זיך אזוי גערופן ביים נאמען) אזאנס גליסטן ח"ו? נאר אויב מרדכי'לע וועט זען א וואגן מיט פרויען פארן קיין ספינקא זאל ער נישט מקנא זיין...

דער הייליגער רבי ר' הערש פון רימינאוו זי"ע פלעגט בענטשן די פרויען וואס זענען אריינגעקומען צו אים, אפילו יום כיפור ביינאכט! ווען איינער האט אמאל געפרעגט דעם הייליגן צאנזער רב זי"ע פארוואס ער נעמט נישט אויף קיין פרויען פארן דאווענען, הלמאי דער רבי ר' הערש נעמט יא אויף. האט ער געזאגט: "רבי ר' הערש? ווער קען זיך דען צוגלייכן צו זיין הייליגן מח? ער איז דאך א כהן, און א כהן פלעגט אדורכגיין די עזרת נשים אין בית המקדש פארן טון די עבודה".

ווידעראום פון די אנדערע זייט זענען געווען גרויסע צדיקים וועלכע האבן גאר שטארק מקפיד געווען נישט אויפצונעמען פרויען ביחידות. אין ייטב לב פרשת מטות איז דא גאר א שארפע תורה קעגן די רבנים וועלכע האלטן זיך מיט די מדריגה פון א צדיק אז זיי קענען שוין אויפנעמען פרויען ביחידות.

ביים חוזה פלעגן די פרויען שטיין נאר ביים טיר און נישט אריין אין צימער. אין בעלזא האט מען זייער מקפיד אז עס זאל זיין דריי מענער אינעם צימער ווען א פרוי קומט אריין מיט א קוויטל.
הרה"ח ר' מאיר שטיין ע"ה האט אין א געלעגנהייט דערציילט: ווען איך האב געוואוינט אין ארץ ישראל פלעג איך אסאך מאל גיין צום בעלזער רב הרה"ק רבי אהרן זצ"ל. ווען איך בין געקומען דאס ערשטע מאל קיין בעלזא נאך מיין חתונה האב איך בייגעוואוינט א אינטערעסאנטע זאך.

אין בעלזא איז געווען דער מנהג אז ווען א פרוי איז אריינגעגאנגען מיט א קוויטל האט געדארפט זיין אינעווייניג דריי מענטשן, דער בעלזער רב ז"ל, דער גבאי, מיט נאך איין מענטש וואס האט געווארט אינדערויסן. דעמאלטס ווען איך בין אנגעקומען זאגט מיר דער גבאי אז דער רב וויל אז איך זאל זיין אינעווייניג אין צימער, ווייל ער גייט יעצט אריינרופן די נשים וואס זענען געקומען מיט קוויטלעך.
דאס איז מיר געווען א חידוש, ווייל ביז היינט אלס בחור האט מען מיך נישט אריינגערופן, און איך האב נישט געוואוסט פון דעם סדר. ווען איך בין אריינגעקומען רופט זיך אן דער בעלזער רב צו מיר:
"על פי הלכה איז גענוג צוויי מענטשן (להציל מאיסור יחוד), אבער דער טאטע ז"ל האט זיך אזוי געפירט, און דער מיטעלער רב האט זיך אזוי געפירט (ער האט נישט געזאגט דער זיידע) און דער ערשטער בעלזער רב האט זיך אזוי געפירט, מילא פיר איך זיך אויך אזוי אז איך נעם דריי מענטשן; דו ביסט דאך א ראצפערטער, ר' ישראל בער'ס אייניקל, ביסט פון די היימישע מענטשן' רוף איך דיך אריין".
נאכדעם האט ער ווייטער געזאגט: "איך האב נאך א גבאי'ן, ר' גרשון, אבער ער איז אן אלטער איד, ער קען נישט אויפזיין אזוי שפעט ביינאכט, רוף איך אריין היימישע מענטשן, מילא דו ביסט א ראצפערטער, ר' ישראל בער'ס אייניקל, ביסטו א היימישער, וועגן דעם רוף איך דיך אריין".
דער בעלזער רב האט דעמאלטס גענומען מיין קוויטל און געליינט, נאכדעם זענען אריינגעקומען אלע נשים מיט די קוויטלעך. דער בעלזער רב האט אנגעהויבן צו אויפנעמען מענטשן 1-2 אזייגער ביינאכט. אזוי ווי אסאך מענער האבן שווער געארבעט איבער'ן טאג האבן זיי נישט געקענט אויפבלייבן ביינאכט, פלעגן קומען די פרויען מיט קוויטלעך, און דער בעלזער רב האט געהייסן זיי אריינלאזן פריער ווייל זיי דארפן אהיימגיין צו די קינדער.

הרה"ח ר' משה אליהו פאלאטשעק הי"ו האט דערציילט אז ווי באקאנט האט רביה"ק בעל דברי יואל נישט געוואלט אויפנעמען פרויען ביחידות אליינס אין צימער און ער האט אייביג געוואלט האבן נאך א מאן מיט זיך אינעווייניג. איינמאל איז געקומען א פרוי צום רבי'ן, און זי האט נאר געוואלט רעדן צום רבי'ן אליינס אנדעם וואס איינער זאל זיין אין צימער. טראץ דעם וואס מ'האט איר אסאך מאל מסביר געווען אז עס גייט נישט אזוי דא, און זי קען נישט אריינגיין אליינס, האט עס אבער נישט געהאלפן – זי האט נישט געהאלטן ביים הערן דערפון.
איז ר' משה אליהו אריין צום רבי'ן און געפרעגט כדת מה לעשות, וואס טוט מען דא? האט דער רבי געזאגט אז זי זאל אפשרייבן אירע בקשות און שאלות בכתב און דער רבי וועט איר אויף אלעם ענטפערן בכתב, אזוי אז קיינער זאל נישט קענען מיטהאלטן וואס זי וויל פרעגן.


פון וועמען האט מען נישט געוואלט נעמען א קוויטל
ביי צדיקים איז געווען גאר א גרויסער עבודה דאס נעמען א קוויטל, אבער נישט פון יעדן האבן זיי געוואלט נעמען א קוויטל.

הרה"ק רבי אלטר פון דזשיקוב הי"ד, א זון פונעם עטרת יהושע זי"ע, ווען ער איז געווען אין לאגער איז אמאל צוגעקומען צו אים א קאפאו א גרויסער רש.., וועלכער איז געווען אן אפשטאמיגער פון דזשיקוב, און ער האט אים געגעבן א קוויטל. רבי אלטר האט טראץ אלע בקשות פון די ארומיגע בשום אין אופן נישט געוואלט ליינען זיין קוויטל. "א איד וואס האט אויף זיך אידיש בלוט, קען איך נישט ליינען זיין קוויטל".

ר' אביש קאנער אין זיין ספר אוהל קדושים שרייבט אז איינמאל כ"ה ניסן אין צאנז ביומא דהלולא פונעם הייליגן רב זי"ע איז הרה"ק רבי משה'לע שינאווער זצ"ל געזיצן און גענומען קוויטלעך פונעם עולם. איז א איד אריינגעקומען זיך אפרעדן אז ער האט גערופן א צווייטן איד צו דין תורה אבער דער נתבע האלט נישט ביים קומען, און דער מסרב לדין וויילט איצט אויך אין צאנז צום יארצייט.
אפאר שעה שפעטער איז דער מסרב לדין אריינגעקומען מיט א קוויטל און א שיינעם פדיון, אבער רבי משה האט ביידע צוריקגעשטיפט. דער איד שטייט דארט פארוואונדערט און טראכט צו זיך אז זיכער האט דא פאסירט א טעות, און ער ריקט צוריק דעם קוויטל מיטן פדיון, און נאכאמאל רבי משה שטיפט דאס צוריק.
דער מסרב לדין האט געפרעגט וואס גייט דא פאר? איך הער אז דו ווילסט דיך נישט שטעלן צו דין תורה, האט אים רבי משה פארגעווארפן.
חס ושלום! איך בין גרייט זיך שטעלן אבער מיין ווייב לאזט נישט... וואס הייסט דאס אז זי לאזט נישט, האט דער רבי אנגעפאנגען שרייען. אויב זי שטעלט זיך קעגן, גט דיך פון איר!
דער איד האט זיך געפילט ווי אן אפגעגאסאנער מיט אייזיגע וואסער אין א קאלטן ווינטער טאג אינמיטן גאס. רבי, איך בין גרייט צו גיין יעצט צו דין תורה! האט ער זיך געבעטן – נאר נעמט מיין קוויטל. אויפן פלאץ האט רבי משה געהייסן אריינרופן דעם תובע און געהייסן אויפזיכן דעם דיין פון זייער שטאט. ערשט נאכדעם וואס זיי ביידע האבן אונטערגעשריבן שטרי ברורין האט ער געליינט זיין קוויטל.

דער ישועת משה פון וויזניץ זצ"ל פלעגט נישט נעמען קיין קוויטל פון א בחור נאר אויב ער איז געווען אין מקוה יענעם טאג. ער האט איינמאל געזאגט ביי שלוש סעודות: קומט צו מיר אריין א בחור מיט א קוויטל פרעג איך אים גייסט אין מקוה יעדן טאג? איינער וואס גייט נישט אין מקוה קען איך נישט ליינען זיין קוויטל (ס"ג פרשת וארא תשנ"ז).


וואשן די הענט ביי א שווערע קוויטל:
הרה"ח ר' עקיבא צבי גאנז ז"ל מלמד דרדקי אין קרית יואל האט דערציילט:
בשנת תשט"ו לפ"ק בין איך געווען אין ארץ ישראל. איך האב דארט געוואוינט ביי מיין פעטער הגה"צ רבי שרגא שמואל שניצלער זצ"ל דער טשאבער רב. איך האב דעמאלטס גערעדט מיט'ן גבאי'ן פונעם בעלזער רב מהר"א ז"ל, אז איך וויל אריינגיין זיך געזעגענען, און ער האט מיר געזאגט אז איך זאל קומען מארגן נאכמיטאג פיר אזייגער, וועל איך קענען אריינגיין.
איך בין דארט געווען צו די צייט. ווען דער גבאי האט מיך באמערקט ער ער געזאגט אז עס זענען דא צוויי פרויען וואס ווארטן שוין צוויי טעג אז זיי זאלן קענען אריינגיין, ממילא זאל איך ווארטן ביז ווען זיי וועלן פארטיג ווערן, און נאכדעם וועל איך קענען אריינגיין.
איינע פון די צוויי פרויען האט געהאט א קוויטל אז זי האט נעבעך יענע מעשה ל"ע. דער בעלזער רב האט געליינט דאס קוויטל און ער האט כסדר געבעטן 'וואסער, וואסער, וואסער'... און ער האט פארארבעט א גאנצע עבודה.
נאכדעם איז דער גבאי ארויסגעקומען און ער זאגט מיר אז היינט קען מען שוין נישט אריינגיין זיך געזעגענען, נאך א קוויטל פון 'יענע מעשה'.
איז געווען אמאל ווען איך בין געשטאנען אין די רייע אריינצוגיין צום רבי'ן כ"ק מרן הדברי יואל זי"ע. עס איז געווען חודש אלול ווען דער עולם פלעגט אריינגיין אין די רייע. פלוצלינג האט דער רבי א ווינק געטון פאר'ן עולם אז מ'זאל זיך רוקן אין די זייט און מ'זאל נישט צוקומען צו אים.
עס איז געווען ווען דער רבי האט געענדיגט ליינען דאס קוויטל פונעם חשוב'ן מלמד הרה"ח ר' פינחס בערקאוויטש ע"ה. דער רבי האט אים נאכגעקוקט די גאנצע צייט ביז ווען ער איז ארויס פון צימער, נאכדעם וואס ער איז ארויסגעגאנגען האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך געוואשן די הענט מיט וואסער א לענגערע צייט.
ר' פנחס ע"ה איז נעבעך דעמאלטס אריין אין שפיטאל, א האלב יאר האט ער זיך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה, און ער איז נאכדעם נפטר געווארן.
דער עולם האט נישט געוואוסט וואס גייט פאר, אבער איך האב געדענקט די מעשה מיט'ן בעלזער רב, וויאזוי ער האט זיך געגאסן די הענט א לענגערע צייט נאך אזא קוויטל.


א קוויטל פאר צדיקים אויף יענע וועלט
מוצאי שבת פרשת קרח תר"מ אינעם שטאט טאלנא, שרייבט דער חסיד רבי חיים ליבערסאן א בריוו אהיים קיין בארדיטשוב. ער שרייבט בתוך הדברים:

שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען צום שטוב פונעם רב, הרב הקדוש רבי דוד, צוזאמען מיט'ן רבין (רבי יעקב פון בארדיטשוב – א נעפיו פון רבי דוד'ל טאלנער). ווי נאר דער רב האט אונז באמערקט האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט: איר זענט דאך פון בארדיטשוב, פון די משפחה פון רבי ליבער זצ"ל וואס איז געווען אן אייניקל פון רבי שמשון אוסטראפאלער זי"ע. איר ווייסט דאך אז מיין מחותן הרה"צ הנגיד רבי משה יוסף חודרובער איז אויך אן אייניקל פון רבי שמשון אוסטראפאלער.

די וועלט מיינט אז איך האב מיך משדך געווען מיט רבי משה יוסף צוליב זיין רייכקייט, עס איז א גרויסע טעות – האט דער רבי ר' דוד געזאגט. איך האב מיך קיינמאל נישט משדך געווען וועגן געלט. איך האב מיך משדך געווען מיט אים צוליב דעם וואס ער איז א קינד פון רבי יהושע אלעזר חודרובער זצ"ל וואס איז געווען באקאנט מיטן נאמען 'דער בעל צדקה פון בארדיטשוב'. איך האב געהאט א קבלה פון מיין גרויסן טאט'ן רבי מאטעלע טשערנאבלער, דער טשערנאבלער מגיד זי"ע, אז מיר גייען זיך משדך זיין.

פארציילט ווייטער רבי דוד'ל טאלנער: געווען איז דאס איין שבת אינדערפרי האט מיין טאטע דער מגיד מיך אריינגערופן. ווען איך בין געקומען צו אים, זאגט ער מיר מיט גרויס צער: די וועלט האט פארלוירן א גרויסע פארלוסט דעם פארלאפענעם נאכט, דער גרויסער בעל צדקה פון בארדיטשוב ר' יהושע אלעזר איז נפטר געווארן. איך בין געווען יונג, האב איך זיך דערוואגט צו פרעגן: פון וואנעט ווייסט דאס דער טאטע?

געדענקסט פאר צוויי יאר צוריק איז נפטר געווארן א אינגערמאן אין שטאט לאיעוו, זאגט מיר מיין טאטע. פאר זיין פטירה האב איך אים איבערגעגעבן א קוויטל אז ער זאל דאס געבן פאר מיין טאטע רבי נחום'ל טשערנאבלער, דער מאור עינים זי"ע, אזוי עס זאל אים גוט גיין דארט אויף יענע וועלט. ביז היינט האב איך נישט געוואוסט וואס עס איז געווארן מיט דעם אינגערמאן, אבער די נאכט האב איך זיך גע'חלומ'ט ווי איך זע אים און ער פארציילט מיר אזוי:

ווי נאר איך בין אנגעקומען אויף יענע וועלט, האב איך געזאגט אז איך האב מיט מיר א קוויטל פאר רבי נחום טשערנאבלער. מען האט מיר אבער נישט געוואלט ארויפלאזן, מיט'ן טענה אז איך בין נישט ראוי אריינצוגיין אין אזא הויכע מחיצה. צוויי יאר האב איך זיך געדרייט און געבעטן אז מען זאל מיר צולאזן פאר א מינוט, אבער אן ערפאלג.

נעכטן נאכט קומט צו מיר א איד און זאגט מיר 'דו ווילסט קומען צו רבי נחום טשערנאבלער, קום מיט מיר'. איך האב זיך שנעל אנגעכאפט אין אים און מיטגעגאנגען מיט אים. אזוי גייענדיג הער איך ווי מ'רופט אויס אין הימל אז אלע בעלי צדקה זאלן ארויסקומען מקבל פנים זיין דעם גרויסן בעל צדקה יהושע אלעזר פון בארדיטשוב וואס איז אנגעקומען היינט נאכט צום ישיבה של מעלה. צווישן די וועלכע זענען ארויסגעקומען מקבל פנים זיין איז אויך געווען אייער פאטער ר' נחום – פארציילט ווייטער די נשמה פאר ר' מאטעלע טשערנאבלער.

איך בין באלד צוגעלאפן און געזאגט אז איך האב א קוויטל פון רבי מאטעלע. וועלכער רבי מאטעלע, האט מיר ר' נחום געפרעגט. אייער זין, האב איך אים געענטפערט. אייער טאטע האט מיך באלד גענומען מיט אים און מיך צוגעטראגן צו א גוטע מקום מנוחה. היינט נאכט איז די נשמה מיר געקומען זאגן א יישר כח, פארענדיגט רבי מאטעלע דעם סיפור פאר זיין זין רבי דוד'ל טאלנער.

פירט אויס רבי דוד צו די געסט: ווי מיין טאטע האט נאר מיך אריינגערופן פון אלע אכט ברודער, האב איך באלד פארשטאנען אז דאס איז א מעשה וואס איך דארף וויסן אויפן עתיד ווייל מיר גייען זיך משדך זיין.
_

א מעשה נורא ואיום שטייט אין הייליגן ספר דגל מחנה אפרים ווי ער שרייבט אַז האט איבערגעגעבן א קוויטל פארן בעל שם הק' שוין אויף יענע וועלט:

איך האב געזען הרב ר' יהודא ליב מוכיח פונעם שטאט פולנאה (א תלמיד פונעם בעל שם טוב און נאנטער חבר מיט'ן תולדות און ליגט נעבן אים. נאך זיין פטירה איז ארויסגעקומען א ספר מיט'ן נאמען קול אריה וועלכע האט אן הסכמה פונעם הייליגן בארדיטשובע רב זי"ע און נאך.) וואס איז געקומען פונעם עולם העליון גרויס און זייער באלויכטן, און איך בין געווען אינדערהיים און זיך גענומען טאנצן און שפרינגן מיט'ן גאנצן כח.
איך האב אים געבעטן אז ער זאל מיך בענטשן, זאגנדיג אז איך ווייס אז דו ביסט געקומען פונעם עולם העליון. איך האב גענומען זיינע צוויי הענט און עס ארויפגעלייגט אויף מיין קאפ און ער האט מיך געבענטשט. איך האב אים דאן געזאגט אז איך וועל אים געבן א קוויטל וואס ער קען איבערגעבן פאר מיין זיידן (דער הייליגער בעל שם טוב) אויף יענע וועלט, און מיין זיידע וועט אים בענטשן דארט אלס שכר וואס ער האט מיך געבענטשט דא. עד כאן לשונו הק' איבערגעזעצט אויף אידיש. א פחד.

פון הייליגן ריזשינער זי"ע איז ידוע ווען ער איז אמאל געגאנגען צו די חופה פון זיינס א קינד, האט א טאכטער פון הרה"ק רבי ברוך פון מעזיבוש זי"ע אים געבעטן אז היות איר פאטער וועט זיין ביי די חופה זאל ער איבערגעבן א קוויטל פון איר. אויפן וועג צוריק פון די חופה האט ער איר געזאגט "איך האב איבערגעגעבן דעם קוויטל".


געבן א קוויטל פאר א צדיק ווען ער איז נישטא
איינע פון די שטארקע הנהגות פון תלמידי בעל שם ווען עס איז געקומען צו נעמען אדער שיקן קוויטלעך, איז געווען דאס אז אויב דארף מען אמאל שיקן אדער געבן א קוויטל און דער צדיק איז נישטא אדער מ'קען נישט צוקומען צו אים, קען מען דאס אריינגלייגן אין זיינס א ספר.

הרה"ח ר' יושע העשיל דרעזנער הי"ו פון קרית יואל האט דערציילט:
הרה"ח ר' אברהם שעהנבערגער ע"ה האט אמאל געהערט פון הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים, אז דער נאסוידער רב זצוק"ל האט זיך אמאל גענויטיגט אין א ישועה, אבער ער איז געווען ווייט פון צאנז און נישט געקענט פארן צום הייליגן דברי חיים זי"ע זיך מזכיר זיין, האט ער אפגעשריבן א קוויטל און דאס אריינגעלייגט ביי זיך אין לעדל, און ער האט געזאגט "איך בין זיכער אז דער הייליגער רב ליינט דעם קוויטל פון דא אויך"...
שפעטער ווען ער איז געפארן קיין צאנז האט ער מיטגענומען דעם קוויטל און געגעבן פארן דברי חיים. ווען דער צאנזער רב האט אריינגעקוקט אינעם קוויטל האט ער זיך באלד אנגערופן "דעם קוויטל האב איך שוין געליינט..."


אנדערע געדאנקען פארן קוויטל ווען דער צדיק איז נישטא
דער ינוקא פון סטאלין, דער אור ישראל זצ"ל, האט אמאל געדארפט א פערזענליכע ישועה, האט ער געשיקט א קוויטל מיט א שליח און אים געבעטן אז ער זאל דאס ליינען אין בית המדרש פון רש"י הק' וועלכע געפינט זיך אין וורמייזע, א מהלך פון כמעט 1700 קילאמעטער! (בערך 2 וואכן צו פארן בימים ההם)

ווי באקאנט פלעגן רבנים אסאך אוועקפארן פון דערהיים אויף שבתים מחזק צו זיין די אידן פון די קליינע שטעטלעך און דערפער, אדער צו צוזאמנשטעלן געלט פאר נצרכים וכדומה. ווען הרה"ק רבי אהרן פון קארלין זצ"ל דער בית אהרן האט אנגעהויבן צו פארן און פראווען אין דער פרעמד, האט ער אנגעזאגט ביי זיך אין שטוב אז אויב קומט אן א קוויטל ווען ער איז נישט אינדערהיים, זאל מען עס אריינלייגן אינעם ארון קודש אין בית המדרש.


הרה"ח ר' פנחס ישעי' קארנבלי ע"ה האט דערציילט: ווען איך האב נאך געוואוינט אין ארץ ישראל, איז געווען אז איינע פון מיינע קינדער פלעגט קליינערהייט אויפשטיין יעדע נאכט ארום 12 אזייגער און וויינען און שרייען. ער פלעגט אריינלויפן צו די עלטערנס צימער און פארפירט און געשריגן. מיין ווייב ע"ה פלעגט מיך בעטן אז איך זאל אריבערפארן צום בעלזער רב הרה"ק רבי אהרן זי"ע בעטן א ברכה, אבער אזוי ווי איך האב געארבעט ביז שפעט איז עס כמעט נישט אויסגעקומען.

איין טאג האב איך מחליט געווען אז היינט וועל איך פארן צום בעלזער רב, און באלד נאך די ארבעט בין איך ארויסגעפארן קיין תל אביב. ווען איך קום אן אינעווייניג זאגט מיר דער גבאי, אז היינט קען מען שוין נישט אריינגיין צום רב. פארשטייט זיך אז עס האט מיר זייער וויי געטון נאכדעם וואס איך בין ענדליך געקומען צו פארן אזא ווייטע וועג, האב איך אבער געטראכט אז פטור בלא כלום אי אפשר, האב איך ארויסגענומען דעם קוויטל און ווען קיינער האט נישט געזען בין איך צוגעגאנגען צום טיר פון בעלזער רב'ס צימער און אפגעליינט דעם קוויטל.
אנקומענדיג אהיים שפעט ביינאכט, פרעגט מיר מיין ווייב ע"ה "ביסט געווען ביים רב?", פרעג איך איר "פארוואס קלערסטו אזוי?" זאגט זי "ווייל היינט איז דאס ערשטע מאל וואס דאס קינד האט זיך נישט אויפגעוועקט מיט קיין געשרייען"...

א מעשה פלא האט אמאל פאסירט פורים ביים משתה היין סעודה ביי הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים, אזוי ווי אלע יארן פלעגן חסידים ואנשי מעשה קומען בעצם יום הפורים להיפקד בדבר ישועה ורחמים, און אזוי שטיפנדיג אין די רייע איז אראפגעפאלן איינעמס קוויטל אויף דער ערד, און דער גאנצער עולם האט זיך גענומען זיכן דאס קוויטל איבעראל. דער רב איז שוין געווען נאכן מקיים זיין די מצוות היום האט ער זיך ארויסגעכאפט: אך, א שאד צו זיכן! ווער עס קען ליינען א קוויטל קען עס ליינען אויך פון דער ערד, און ווער עס קען נישט ליינען א קוויטל האט נישט וואס אריינצוקוקן.

א קוויטל פון א גוי
צדיקים הקדמונים פלעגן קענען אנוואונטשן פאר א גוי צוליב דעם וואס עס זאל ארויסקומען א קידוש השם אדער א טובה פאר א איד. עס איז דא זייער אינטערעסאנטע מעשיות און מקורות אויף דעם נושאעס איז אבער כדאי צו באמערקן אז דריי אינטערעסאנטע הנהגות איז געווען אין בעלזא בשעת א גוי איז געקומען.

דער פריעדיגער בעלזא רב זצוק"ל האט אמאל געזאגט אז מען זאל קודם אריינלאזן א גוי איידער די אידן וואס ווארטן אויף די רייע אריינצוקומען, כדי מעורר זכות זיין ביי השי"ת און ווייזן ווי דער קנאפסטער איד איז בעסער ווי דער בעסטער גוי בתכלית השלימות.
מען האט זיך געוואשן די הענט נאכדעם וואס דער גוי איז ארויסגעגאנגען.

דער נאראלער רבי ז"ל האט פארציילט אז יעדעס מאל וואס א גוי איז אריינגעקומען אין בעלזא צום רב מיט א קוויטל, האט דער רב זצ"ל געזאגט קודם "אידן זאלן זיין געזינט, אידן זאלן האבן פרנסה", און ערשט נאכדעם האט ער גענומען דעם קוויטל פונעם גוי.

רביה"ק מסאטמאר בעל ברך משה זצוק"ל איז געווען איינמאל ביי די מקומות הקדושים, און ווען אן ארטיגער אידישער בחור'ל איז געקומען מיט א קוויטל האט דער רבי דאס נישט געוואלט נעמען, זאגנדיג ווער זאגט אז ער איז א איד. שפעטער איז מען טאקע געוואויר געווארן אז ער איז נאכנישט גע'מל'ט.

(בנוגע דעם סיפור הידוע מיטן ישמח משה מיטן גוי 'קוישאט לאויאש' און מפני קושט סלה. איך האב נישט געקענט דערגיין צו עס איז געווען מיט א קוויטל אדער סתם אן הזכרה.)

_
די וועלט זאגט א ווערטל פארוואס הייבט זיך אן מגילת אסתר מיט ויהי בימי אחשורוש, און נישט ויהי בימי מרדכי? נאר מיט א איד הייבט מען זיך נישט אן..
וועלן מיר ענדיגן דעם ארטיקל דא, הגם עס ענדיגט זיך ביי א גוי. נאר יה"ר אז עס זאל זיך שוין ענדיגן די אלע שווערע אידישע קוויטלעך און עס זאל אויפגעטוישט ווערן צו די גוים.. (אזוי ווי עס איז ידוע ביי צדיקים אז זיי פלעגן עס ארויפלייגן אויף די גוים)

תם ולא נשלם.
אי"ה אין חלק ג' וועלן מיר ברענגען די פאלגענדע:
מקור פון פדיונות,
סיפורים ועובדות על פדיונות מצד הנותנים,
סיפורים ועובדות על פדיונות מצד המקבלים,
קוויטלעך כשנוסעים למקומות הקדושים,
מה עושים עם הקוויטלעך בסוף,
השלמות לחלק א' וב'
און מעגליך נאך בעזהשי"ת.
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 1:28 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9317
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זאלסט וויסען אז איך האב שטארק הנאה פון דיינע ווערק! איך באלעק מיר דערמיט.

גאר גאר געשמאק! א ריזיגע דאנק!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
סשעפערט
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:16 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סשעפערט »

פלא פלאות! העכסט אינטערסאנט!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ידידי הרב @איינס , הרב @אוראייניקל און הרב @ראובן איש מהעם , און הרב @יאנאש נאדיר א ספעציעלע טעג אהער... (תִקְוָתִי שתהנו)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סארא עבודה אראפגעלייגט!

האקט, וואף דער האט רוח הקודש!
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

דעי וואך אין משולחן מלכים איז דא א פחד'דיגע שמועס וועגן קוויטלעך צווישן הרה"ק רבי ישעי' יעקב מסקולען זצ"ל און יבלחט"א רבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א.

סאטמאר רבי האט דערמאנט אז הרה"ק רבי מרדכי דוב מהארנאסטייפל זי"ע האט געזאגט אז ליינען קוויטלעך איז שווערער ווי דורכגיין אן אפעראציע אן איינשלעפונג (עיי"ש).

האט הרה"ק מסקולען געענטפערט: "מ'גיט מיר קוויטלעך, איך דארף דאס וויסן...!"

האט סאטמאר רבי געזאגט דערויף: "אבער אז מען גיט, דארף מען נעמען...!"

געבליבן ערשטוינט פון ביידע. קורץ אבער עמוק עמוק.

(ביטע ווער עס האלט אנדערש, איז גוט, אבער נישט פארפאטשקען דא.)
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

זעה איך יעצט עס איז אראפגעפאלן עטליכע מעשיות. לכאורה ממש פארן שיקן האב איך דאס פארמעקט.
מיר וועלן דאס בעזר השם צולייגן צום דריטן חלק.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 1:12 pm
דעי וואך אין משולחן מלכים איז דא א פחד'דיגע שמועס וועגן קוויטלעך צווישן הרה"ק רבי ישעי' יעקב מסקולען זצ"ל און יבלחט"א רבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א.

סאטמאר רבי האט דערמאנט אז הרה"ק רבי מרדכי דוב מהארנאסטייפל זי"ע האט געזאגט אז ליינען קוויטלעך איז שווערער ווי דורכגיין אן אפעראציע אן איינשלעפונג (עיי"ש).

האט הרה"ק מסקולען געענטפערט: "מ'גיט מיר קוויטלעך, איך דארף דאס וויסן...!"

האט סאטמאר רבי געזאגט דערויף: "אבער אז מען גיט, דארף מען נעמען...!"

געבליבן ערשטוינט פון ביידע. קורץ אבער עמוק עמוק.

(ביטע ווער עס האלט אנדערש, איז גוט, אבער נישט פארפאטשקען דא.)
די חלק פון מ'גיבט מיר קוויטלעך און איך דארף דאס וויסן, איז כמדומה לי געווען אויף א שמועס פארדעם ווי מען רעדט אז איינע פון צדיקים (אפשר טאקע רבי מרדכי דוב) האט געהאט פארשידענע סגולות וואס ער האט פארטיילט. און אויף דעם האט דער סקולענע רבי דאס געענטפערט. אזוי ליגט מיר אין קאפ, קאן זיין אז יאך בין זיך טועה.
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

מזאגט נאך פין הרה"ק רבי איציקל מפשווארסק זי"ע אז א קוויטל געבן קען אמאל אויפטון אין אמאל טוט עס נישט אויף אבער עס שאד נישט אין אמאל קען עס שאטן
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שמואלישעי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 1:56 pm
מזאגט נאך פין הרה"ק רבי איציקל מפשווארסק זי"ע אז א קוויטל געבן קען אמאל אויפטון אין אמאל טוט עס נישט אויף אבער עס שאד נישט אין אמאל קען עס שאטן
גאר אינטערעסאנט. ער האט מסביר געווען אויך?
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 1:12 pm
דעי וואך אין משולחן מלכים...
ניתי ספר ונחזי

kvittel satmar skulen.jpg
kvittel satmar skulen.jpg (235.43 KiB) געזען 213 מאל
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:14 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 1:12 pm
דעי וואך אין משולחן מלכים...
ניתי ספר ונחזי


kvittel satmar skulen.jpg
איר זענט גערעכט געווען! אזוי זעהט מען אויס ווען מען ליינט עס ביי לכה דודי.. געזעהן די ווערטער ער האט געהאט עפעס פאר רפואה, און דער סקולענע רבי זאגט וואס ער זאגט, אין מיין מוח האב איך דאס ביידע צוזאמגעשטעלט.

טעיתי.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5258
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הפלא ופלא וואס דו שטעלסט צוזאם!
איך בין נאכנישט זוכה צו קיין פערזענליכע איינלאדענונג.. וואס קען מען טון?
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק ב')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איל_משולש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:02 pm
הפלא ופלא וואס דו שטעלסט צוזאם!
איך בין נאכנישט זוכה צו קיין פערזענליכע איינלאדענונג.. וואס קען מען טון?
אויב וועט זיין א דריטע, הארצן גערן. און לאמיר האפן אז אויב בלייבן מיר דא, וועלן מיר פארברענגען צוזאם אפט.

נ.ב. יישר כוח פארן קאמפלימענט
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”