אינצווישן
בס״ד
פון תהום ביז הימל, קלערט איר איז ווייט
אין מרחק אבער, איז עס בלויז א טאהט
פליען דערצווישן, איז כף הכלע׳דיגע יסורים
צוריסן אינדערמיט, איז אלול׳דיגע פורים.
יא און ניין איז בלויז ווערטער - איר קלערט
ניין, עס איז יא ווי ווייט הימל איז פון ערד
באשליסן איז שווער, צו קלויבן פון די צוויי
זיך ספק'ען אינעם תוהו, טוט גאר מער וויי.
לעבן און טויט, אך וואספארא דיפערענץ
לעבן אומגעלעבט, איז דאך אבער אט יענץ
בהירות איז א לאמפ אויף לעבן'ס שטעגן
טראגעדיע צו פארמיידן, ביי די שייד וועגן.
קאלט און ווארעם זענען דען טעמפעראטורן
אין דיין פיצל עולם, איז עס גוסטע און נאטורן
א לוילעך לעבן, און חלומען אז ס'דא א צווישן
איז סיביר'ישע קעלט, א קלימאט פון זיך חוש'ן.
תהום און הימל, איז א וואגשאל פון שטרעבן
די יא אדער ניין, אינעם מארש פון קלויבן לעבן.

צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:
(שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון