דער מעשה וואס האט מיך אויפגעוועקט - אבער צו שפעט
דיין נשמה פליט ארויס פון די אמבולאנס, און דו זעסט די עקסידענט פון אויבן, דו זעסט וואס איז אמאל געווען דיין קאר... עס גיבט זיך דיר א כאפ, א רגע! קיינער האט נאכנישט פארציילט פאר מיין ווייב און קינדערלעך, איך מיז זען וואס זיי מאכן! דו פליעסט אריבער צי דיין קאנטרי, און דו פליעסט אריין אין דיין באנגעלאו. עס איז ריין, מסודר, און דיין נאכטמאל ווערט שוין אנגעווארעמט אין די אויוון. דו קומסט אריין צו די דיינינג רום, און דו זעסט דארט דיין ווייב, זי איז אנגעשלאפן מיט דיין 1 יעריגע קינד אויף די קאָטש... דו זעסט איר דארט אזוי רואיג, דו פרובירסט, אבער עס קען דיר אפילו נישט קומען צו וויינען... באקומסט א געפיל פון חרטה, פארוואס האב איך איר נישט גערופן זאגן אז איך קען קוים ווארטן איר צו זען? פארוואס האב איך איר נישט קאָמפלימענטעד מער, פארוואס האב איך איר נישט באדאנקט פארן זיכער מאכן אז אלעס קלאפט ווען איך בין געווען אין שטאט? וואס וואלט עס שוין גענומען דאס צו טון?
דו גייסט ארויס, און דו זעסט דיינע קינדערלעך שפילן אזוי שיין דארט, זיי לויפן ארום אן קיין דאגות, ווייל זיי ווייסן אז זיי קענען בלייבן אינדרויסן ביז טאטי קומט אהיים. דו פרובירסט זיי צו קישן, אבער א נשמה קען דאס נישט טון... א שאד איך האב נישט געשפילט מיט זיי מער, טראכסטו. איך וואלט געקענט פארברענגען מיט זיי מער ביי די סעודות, זיי פרעגן מער איבער זייער וואך, ליינען קרי"ש מיט זיי מער אפט, אבער עס איז שוין צו שפעט דאס צו טון.
עס גייט נישט אדורך קיין גאנצע 3 מינוט, און דו זעסט די "חי לייפליין" וואלענטורן אריינקלאפן ביי דיר אין באנגעלאו. דיין ווייב וועקט זיך אויף אין א ציטער, ווער קלאפט יעצט? זי עפנט די טיר, און זעט א מאן מיט א פרוי דארט, פאר זי קען אפילו פרעגן וואס עס גייט פאר קומען זיי אריין, און הייבן אן די ווייטאגליכע פראצעדור פון פארציילן די ביטערע בשורה. זיי ווייסן נישט, אבער דו ביסט דארט, און דו זעסט די טייכן טרערן וואס פליסן אראפ אירע באקן. דו קענסט דיך נישט העלפן פון זיך דערמאנען דיין יום החופה, וואס דאן איז די טרערן געווען פון שמחה, ווי דו לייגסט די רינגל אויף איר פינגער, דו ציברעכסט די גלאז און, מזל טוב! דו האסט חתונה געהאט בשטו"מ. דו געדענקסט די רואיגקייט וואס זי האט דיר געברענגט, דו ביסט געווען אזוי צעמישט דעמאלטס. דו טראכסט פארוואס האב איך נישט פארברענגט מיט איר מער, פארוואס האב איך נישט געלעבט מער אין די מאמענט? דו האסט דאן געדאגעט ווי אזוי דו גייסט איר זאגן אז דו ווילסט שוין גיין ארבעטן, דו האסט געדאגעט אויב זי גייט זיך רעגן אויב דו בלייבסט אין בית מדרש ביז 12 אזייגער. הלוואי וואלסטו דעמאלטס געוויסט אז דו זאלסט אהיימגיין צו איר, אבער יעצט קענסטו שוין נישט זיין מיט איר. און יעצט דארפסטו צוקוקן די טרערן וואס רינען אויף די גערייניגטע טיש, וואס איז גערייניגט געווארן פאר דיר.
דערנאך רופט מען אריין דיינע קינדערלעך... און זיי שרייען אז "פארוואס? טאטי איז נאכנישט דא!" אוי... אזוי וואויל און תמימות'דיג דו ווילסט זיי ארומנעמען, אבער עס גייט נישט. דו דערמאנסט זיך ווי דו שיקסט דיין קליין יונגעלע צו זיין ערשטע טאג אין חדר, די שמחה האט געשטריילט אויף זיין פנים. אבער דו ביסט דאן געווען אויף א וויכטיגע פאון קאָלל... קוים וואס דו האסט אים געזאגט "הצלחה מיט שמחה", דו קענסט דיך נישט מוחל זיין. ווי וויכטיג האט דאס געקענט זיין צו פארפאסן מיין יונגעלע'ס ערשטע טאג אין חדר?! און ווען ער איז אהיימגעקומען, און קוים געקענט ווארטן דיר צו פארציילן איבער זיין טאג, האסטו דיך פארזוימט ביז שפעט ביינאכט, און אים קוים געכאפט פארן אנשלאפן אים צו זאגן "א גוטע נאכט". מיליאנען וואלסטו געגעבן אים אראפצונעמן פון די באס נאך איין לעצטע מאל, אבער עס איז שוין צו שפעט... ווען ער איז געווען אין ישיבה קטנה האט ער זיך געבעטן ביי דיר צו איבער'חזר'ן זיין גמרא. יא, האסט עס טאקע געטון 5 מאל, אבער וויפיל מאל נישט? וויפיל מאל האט ער זיך געפילט שלעכט פארן דיר ווייזן אז ער האט באקומען נאר א 60 אויף זיין בחינה. און ווער איז שולדיג? דו אליין... די טאטע וואס איז געווען מוראדיג פארנומען פונקט דעמאלטס ווען ער האט געוואלט לערנען מיט דיר.
און דיינע טעכטער האבן שוין לאנג אויפגעגעבן פון דיר פרעגן שאלות אויף נביא און פרקי אבות, ווייל זיי ווילן נישט שטערן טאטי. דו שרייסט! ריף מיך! פליז, איך גיי ענק ענפערן וואס עטס ווילטס! אבער קיינער הערט שוין נישט, דו האסט דאס געדארפט טון נעכטן. דיין 3 יעריג קינד קוקט דיר מוראדיג ארויף אלץ זיין "גרויסע טאטי" און ער האט געווארט יעדעם איינציגסטע טאג אז אפשר היינט גייסטו שפילן קארעלעך מיט אים, אזוי ווי מאמי האט געזאגט. אבער מאמי גייט עס שוין מער נישט זאגן...
דיין עלטערן וואס האבן אוועקגעגבן אזוי סאך פון זייער לעבן פאר דיר, האסטו געטראפן טויזענט תירוצים פארוואס דו זאלסט זיי נישט גיין באזוכן. "נעקסטע וואך גייט נישט רעגנען". יא יא, נעקסטע וואך גייט שוין נישט קומען, דו האסט זיי אפילו נישט זיי געזאגט א ריכטיגע "הצלחה רבה" די לעצטע מאל דו ביסט געווען ביי זיי, ווייל דו האסט ארויסגעלאפן צו טרעפן דיין חבר וואס איז פונקט אריבערגעפארן...
אריין אין בית מדרש אריין... די זעלבע משולח איז נאך דארט ביים טיר, יא דער משולח וואס נישט נאר האסט אים נישט געגעבן קיין צדקה, נאר דו האסט חוזק געמאכט פון אים מיט דיינע חברים אונטער זיין רוקן. דו הייבסט אן זען זאכן קלארער יעצט, דיינע חברים זענען נישט דא מער צו פארבלענדן דיינע אויגן. דו זעסט אז ער האט נעבעך פארלוירן זיין ווייב און 2 קינדער אין אן עקסידענט, און ער גייט נאך געלט פשוט צו קענען לעבן. ער האט קיינמאל גארנישט שלעכטס געטון, ער איז אייביג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל. דו קענסט דיך נישט באהערשן, עס איז אזוי טרויעריג.... דו ווילסט אים געבן א פופציגער, דו ווילסט אים אנלאדענען פאר א סעודה, דו ווילסט אים זאגן א גוט ווארט, אבער דו ביסט א טאג צו שפעט...
דיין חבר וואס דו האסט זיך אפגעשאקלט פון אים נישט לאנג צירוק ווייל ער איז א פגר, וואקט אריין אין די קאווע שטיבל, ביז 2 מינוט איז שוין קיינער נישט דארט. ער זעצט זיך אוועק אויף א באנק און ליינט אן אויסגאבע פון 3 וואכן צוריק, די זעלבע וואס ער האט געליינט נעכטן און אייער נעכטן.... דו הייבסט אן חרטה האבן פארן אים אפלאזן, דו ביסט געווען זיין בעסטע חבר, צו דיר האט ער זיך אויסגערעדט, און וואס האט דיר עס געקאסט? 3 מינוט א טאג? אפשר אמאל האסטו געדארפט לאכן אויף א דזשאוק וואס איז נישט געווען אזוי לאכעדיג, אבער זיין גאנצע טאג איז ער געווען בשמחה נאר וועגן דיר! דו קענסט נישט פארשטיין פארוואס דו האסט אים אפגעלאזט.
דו גייסט ארויס פון בית מדרש, צו די פארק ווי דו פלעגסט שפאצירן שבת נאכמיטאג. דו פרובירסט זיך צו דערמאנען גוטע זכרונות דיר אביסל צו בארואיגן. דו דערמאנסט זיך די חול המועדס וואס די האסט פארברענגט מיט דיין משפחה. די שיינע שבת סעודות, די צוויי דריי מאל וואס דו האסט יא געגעבן צדקה, און דער פאר מאל וואס דו האסט יא אויסגעהערט דיין געוועזענע חבר. אבער דו דארפסט אויפזיכן די זכרונות.... אינצווישן די אלע מאל וואס דו ביסט אהיימגעקומען שפעט צו דיין ווייב, טרעפסטו איין מאל וואס נישט. צווישן די אלע מאל האסט אפגעזאגט דיינע קינדער פאר וואס זיי האבן געדארפט, טרעפסטו איין מאל וואס דו האסט זיי יא געהאלפן. צווישן די אלע מאל וואס די האסט נישט געגעבן צדקה אדער וואס דו האסט נישט אויסגעהערט דער נעבעך, טרעפסטו איינמאל וואס דו האסט יא.
דו ווערסט אזוי איבערגענומען, ווי איז מיין שכל געווען? איך בין אייביג געווען פארנומען מיט דאגות און פראבלעמען וואס איך דארף ערלעדיגן, איך האב קיינמאל נישט געלעבט אין די "יעצטיגע מאמענט", אייביג האב איך נאכגעלאפן די נעקסטע זאך, בשעת וואס אזויפיל גוטע זאכן האב איך פארפאסט. מתנות, יעדער מאמענט איז געווען א מתנה פון באשעפער וואס איך האב פארפאטשקעט, א מתנה וואס ווי שטארק מען בעט, קען מען קיינמאל נישט צוריק באקומען. איך וואלט געגעבן ביליאנען נאר צו לעבן נאך איין טאג, הלוואי וואלט מיין "איך" פון נעכטן געוויסט ווי סאך די טאג איז ווערד....
ר' יוד! חרטה האבן ווען עס איז שוין צו שפעט וויל נישט קיינער! סטאפ א רגע, קוק ארום דיר, די באשעפער האט דיר געגעבן א וועלט צו הנאה האבן דערפון, לאז אפ דיינע דאגות פאר צוויי מינוט, זיי זענען נישט דיך, זיי מאכן נישט אפ וואס דו זאלסט זיין. איך זע טאג איין און טאג אויס ווי מענטשן פארפאסן די שיינקייט פון זייער לעבן פאר נישטיגע סיבות. גיב פאר דיין לעבן דיין צייט, עס לוינט זיך. לאז דיין יעצטיגע מאמענט עקזיסטירן מיט דיר, נישט אלעס דארף זיין א זכרון. ניץ די יעצטיגע מינוט פאר א אינוועסטמענט פאר דיר אליין, גיב דער קאמפלימענט פאר די יונגערמאן וואס פאקט צאם די הערונג פון די קידוש, אז עס זאל בלייבן פאר שליש סעודות. דו האסט נישט קיין צדקה צו געבן פארן משולח? נישט קיין פראבלעם, א גוט ווארט גייט אים נישט ארים מאכן. זאג אן איבריגע שכח פאר דיין בני בית ווען דו קומסט אהיים (פרי פארשטייט זיך, דיין חבר קען ווארטן), שפילן מיט די קארעלעך גייט נישט שאטן פאר דיין געזונט, און לערנען מיט דיין בחור'ל אנשטאט מאכן א מיטינג גייט דיר מאכן רייכער, נישט פארקערט, און ענפערן נביא מיט פרקי אבות שאלות גייט דיר נישט מאכן פארלירן חברים. און דיינע עלטערן קומט זיך זיי די האלבע שעה פון שמועסן מיט זיי, און ארויפברענגן דיינע קינדערלעך זיי זאלן שעפן נחת גייט זיי נאר יונגער מאכן.
ווארט נישט אויף די עקסידענט עס אנציזען.....
"די לעבן פארט אדורך גאר שנעל, מאך זיכער אז די שטעלסט דיך אפ דא דארט ארומצוקוקן, ווייל אויב נישט גייסטו עס פארפאסן"
געשריבן דורך: זעליג כהן