כי תבא - זאג עס נישט, לעב עס!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

כי תבא - זאג עס נישט, לעב עס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

מיר שטייען אין פרשת כי תבוא, די פרשה פון ביכורים, די פרשה פון די תוכחה וואס מיר ליינען איידער ראש השנה כדי ס'זאל זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה, און נאך פארשידענע גרויסע ענינים וואס ווערן דערמאנט אין אונזער סדרה.

דאסמאל לאמיר קודם אנהייבן מיט די פסוקים וואס געפונען זיך ממש ביים סוף פון אונזער פרשה. משה רבינו איז באפוילן געווארן פון השי"ת צו מאכן א בונד מיט כלל ישראל אז זיי וועלן היטן די תורה און מצוות וואס דער אייבישטער האט זיי געגעבן.

עַם ישראל שטייט אצינד אין די תקופה ווען זיי גרייטן זיך אריבערצוגיין דעם ירדן און אריינגיין קיין ארץ ישראל, רוב פון די יוצאי מצרים זענען שוין געשטארבן אין מדבר דורכאויס די פערציג
יאר צוליב די חטא פון די מרגלים, און איז נאר געבליבן די נייע דור, די וועלכע זענען געווען אונטער צוואנציג יאר אלט ביי די מעשה פון די מרגלים וואס אויף זיי איז נישט נגזר געווארן צו שטארבן, און צו זיי רעדט משה רבינו:

משה רבינו זאגט זיי (כ"ט א') אַתֶּם רְאִיתֶם אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה ה' לְעֵינֵיכֶם בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם לְפַרְעֹה וּלְכָל עֲבָדָיו וּלְכָל אַרְצוֹ, איר האט געזעהן און מיטגעהאלטן די אלע נסים וואס השי"ת האט געמאכט אין מצרים. צווישן אנדערע זאגט זיי משה רבינו, "וְלֹא נָתַן ה' לָכֶם לֵב לָדַעַת וְעֵינַיִם לִרְאוֹת וְאָזְנַיִם לִשְׁמֹעַ עַד הַיּוֹם הַזֶּה" איר האט נישט געהאט די ריכטיגע הארץ צו פארשטיין, אויגן צו זעהן, און אויערן צו הערן ביז'ן היינטיגן טאג, דאס הייסט איר האט נישט זוכה געווען ריכטיג צו פארשטיין און משיג זיין די אלע טובות און חסדים וואס דער אייבישטער האט געטוהן פאר אייך, וויפיל איר זענט שולדיג פארן רבונו של עולם און אז איר דארפט זיך באהעפטן צו איהם און איהם דינען. און ווי רש"י איז מסביר ווייטער (אין פסוק ו') "שאין אדם עומד על סוף דעתו של רבו וְחָכְמַת מִשְׁנָתוֹ, עד ארבעים שנה, ולפיכך לא הקפיד עליכם המקום עד היום הזה, אבל מכאן ואילך יקפיד", עס דויערט פערציג יאר פאר א מענטש צו באגרייפן די טיפקייט פון זאכן וואס זיין רבי האט איהם געלערנט, ממילא איז די זעלבע זאך נוגע דא פאר כלל ישראל, הגם ביז היינט האט איר נישט ריכטיג משיג געווען וואס אלס השי"ת האט געטוהן פאר אייך, און ער האט טאקע נישט מקפיד געווען, ווייל איר האט נאכנישט זוכה געווען צו פארשטיין, אבער יעצט אז מ'האלט שוין נאך פערציג יאר און איר זענט שוין צוגעקומען צום שכל, פון יעצט און ווייטער אויב איר וועט נישט אנערקענען און געדענקן די טובות פון השי"ת, דאן וועט שוין זיין א טענה קעגן אייך, און ממילא זאלט איר מקבל זיין צו היטן די תורה ומצוות און טוהן דעם רצון ה'.

משה רבינו איז ממשיך און רעכנט אויס פילע נסים ונפלאות וואס האבן פאסירט צו כלל ישראל אין מדבר, ענקערע קליידער זענען נישט געווארן אפגעריבן און די שיך זענען נישט געווארן
אפגענוצט, איר זענט געווארן געשפייזט מיט מָן פון הימל און וואסער פון די באר, "וַתָּבֹאוּ אֶל הַמָּקוֹם הַזֶּה" און יעצט זענט איר געקומען צו דעם פלאץ [וואו כלל ישראל שטייט יעצט אין עבר הירדן] וַיֵּצֵא סִיחֹן מֶלֶךְ חֶשְׁבּוֹן וְעוֹג מֶלֶךְ הַבָּשָׁן לִקְרָאתֵנוּ לַמִּלְחָמָה וַנַּכֵּם, סיחון ועוג זענען געקומען דא מלחמה האלטן מיט אונז און מיר האבן זיי באזיגט און איינגענומען זייערע שטעט.
וּשְׁמַרְתֶּם אֶת דִּבְרֵי הַבְּרִית הַזֹּאת, דעריבער זאלט איר היטן די רייד פון די בונד וואס השי"ת איז כורת-ברית מיט אייך, וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם, איר זאלט איינהאלטן די תורה און מצוות, לְמַעַן תַּשְׂכִּילוּ אֵת כָּל אֲשֶׁר תַּעֲשׂוּן, כדי איר זאלט מצליח זיין אין אלעס וואס איר טוט.

די צוויי פשטים פון רש"י
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן די ווערטער פונעם לעצטן רש"י אין אונזער פרשה, אויפן אויבנדערמאנטן פסוק (כ"ט ו') "וַתָּבֹאוּ אֶל הַמָּקוֹם הַזֶּה", וואו רש"י זאגט דאס פאלגענדע: ותבאו אל המקום הזה - עתה אתם רואים עצמכם בגדולה וכבוד, אל תבעטו במקום ואל ירום לבבכם, ושמרתם את דברי הברית הזאת. טאקע יעצט ווען איר געפונט זיך אויף א גוטע פלאץ, איר האט זוכה געווען צו גרויסקייט און כבוד און אלעס גייט אייך גוט, דא דארף מען אייך באזונדער אָנווארענען אז איר זאלט זיך נישט האלטן גרויס און ח"ו בּוֹעֵט זייך אינעם אייבישטער, נאר איר זאלט געדענקן צו היטן די תורה און מצוות.

פון דארט איז רש"י ממשיך און גייט צוריק צו פסוק ג' וְלֹא נָתַן ה' לָכֶם לֵב לָדַעַת, און זאגט דאס וואס מיר האבן שוין פריער דערמאנט: דבר אחר, ולא נתן ה' לכם לב לדעת - שאין אדם עומד על סוף דעתו של רבו וחכמת משנתו עד ארבעים שנה ולפיכך לא הקפיד עליכם המקום עד היום הזה, אבל מכאן ואילך יקפיד ולפיכך ושמרתם את דברי הברית הזאת וגו'. אז ביז אהין האבן די אידן טאקע נישט זוכה געווען צו פארשטיין, אבער פון יעצט און ווייטער דארפן זיי שוין יא דערהערן און פארשטיין.

לכאורה קען מען פרעגן וואס איז די קשר און שייכות צווישן די צוויי דיבורים פון רש"י. קודם זאגט רש"י אז ווען מ'איז זוכה צו גדולה וכבוד דארף מען האבן א ספעציעלע דערמאנונג און אזהרה אז מ'זאל היטן די תורה, און פון דארט גייט רש"י צוריק צו עטליכע פסוקים פריער אז עס דויערט פערציג יאר צו פארשטיין א זאך. פארוואס האט עס רש"י דא געשריבן, און וואס האט דאס צו טוהן מיט די ערשטע חלק פון רש"י'ס ווערטער.

און בכלל, מיט וואס איז דער ענין פארבינדן מיט די פרשה ביכורים וואס שטייט אין אנהייב פון אונזער פרשה, ווי מיר האבן שין דערמאנט אז "נָעוּץ סופה בתחילתה" די סוף מיט די אנהייב
פון א זאך האבן א שייכות.

מ'קען נישט דאנקן, מען דארף עס לעבן!
לאמיר עפענען דעם ענין מיט אן אמת'ע מעשה שהיה וואס ווערט דערציילט, א עפיזאד וואס האט פאסירט אין ארץ ישראל. אין די 'עמערדזשענסי רום' פון איינס פון די גרויסע שפיטעלער האט מען אריינגעברענגט א יונגע חרד'ישע פרוי וואס איז ל"ע אדורכגעגאנגען א גאר שווערע הארץ אטאקע רח"ל, אסאך דאקטוירים זענען זיך צוזאמגעלאפן און האבן פראבירט אלעס וואס נאר מעגליך צו ראטעווען איר לעבן, אבער אָן ערפאלג, זיי האבן שוין ממש געהאלטן ביים הייבן די הענט. בהשגחה פרטית איז פונקט אדורכגעגאנגען דארט א גרויסע דאקטער וואס איז איינגעשטעלט אין איינס פון די אנדערע אפטיילונגען אין שפיטאל, זעענדיג די מצב, און האבענדיג א ווארים אידיש הארץ, האט ער זיך צוגעשארט צו איר בעט, און געזאגט אז ער וויל פראבירן נאך איין מיטל, אפשר דאָך וועט ער איר קענען ראטעווען, און האט זיך געשטעלט ארבעטן שווער און זיך אפגעגעבן מיט איר פאר עטליכע מינוט ביז ער האט טאקע באוויזן צוריק צו ברענגן אירע פולס, און מ'האט איר תיכף אריינגעפירט אין די נויטיגע אפטיילונג אין שפיטאל וואו מ'האט איר ווייטער באהאנדלט במשך די קומענדיגע טעג.

איין טאג האט יענער דאקטער באשלאסן צו גיין קוקן וואס די פרוי מאכט, סוף כל סוף האט ער געראטעוועט איר לעבן און ממש צוריקגעברענגט ממות לחיים. ער האט אפירגעזוכט איר צימער, און ער קומט אריין איר באזוכן. דער מאן וועלכער איז געזעצן ביי איר זייט איז תיכף ומיד אויפגעשפרינגען מיט גרויס התרגשות און קעגן געלאפן דעם דאקטער און איהם הערצליך באדאנקט פארן זיין דער גוטער שליח אין יענע קריטישע מינוטן ווען מ'האט שוין געהאלטן ביים אויפגעבן אויף זיין ווייב'ס לעבן. און מיט א גרויסע שמחה זאגט ער צו זיין פרוי, "געב א קוק, ער איז דער דאקטער וואס האט געראטעוועט דיין לעבן"... די פרוי איז נאך געווען שטארק אפגעשוואכט, און זי בלייבט שטיל מיט א שמייכל אויף אירע ליפן.

פארשטייט זיך אז דאס האט אויסגערופן וואונדער אין די אויגן פון די אנוועזנדע, אפילו אויב זי איז טאקע שוואך און אפגעמוטשעט, אבער צו זאגן יישר כוח פארן דאקטער וואס האט איר צוריקגעברענגט צו לעבן איז נישט אזוי שווער, אזויפיל קומט איהם נאך פאר זיין ארבעט. אבער די פרוי האט זיך תיכף אנגערופן און ערקלערט איר שטילשווייגעניש, "דאקטער טייערע, סיי וועלכע דאנק אדער יישר כוח איך וועל נאר זאגן, איז צו ווייניג! יישר כוח זאגט מען פאר איינעם וואס טוט דיר א טובה, איינער וואס האלט אפן די טיר ווען דו ווילסט ערגעץ אריינגיין וכדומה, אבער פאר איינער וואס האט געראטעוועט דיין לעבן, פאר דעם איז בכלל נישט דא קיין ווערטער אדער קיין דאנק, עס איז א דאנקבארקייט וואס כ'וועל מיטנעמען מיט זיך מיין גאנצע לעבן, יעדן טאג ווען כ'וועל אויפשטיין אינדערפרי וועל איך דיך דאנקן און בענטשן אין מיין הארץ, יעדעס מאל כ'וועל זיך דערמאנען אין וואס איך בין אדורך וועל איך טראכטן פון וואס דו האסט געטוהן פאר מיר, יעדעס מאל איך וועל זוכה זיין צו מאכן א שמחה אי"ה און שעפן נחת פון מיינע קינדער און אייניקלעך וועל איך פון זיך אליינס געדענקן אז איך בין שוין כמעט געווען אויף יענע וועלט און דו האסט מיר צוריקגעברענגט... סתם זאגן א דאנק איז דאָך גארנישט מיט נישט קעגן וואס דו האסט מיר געטוהן"...

א העכערע סארט לעבן מיט געפילן פון הכרת הטוב
לענינינו, ווען מ'רעדט פון די חיוב פון הכרת הטוב איז טאקע פארהאן צוויי סארטן קאטעגאריעס. ס'זענען דא מענטשן וואס זאגן יישר כוח, ער ווארפט אריין א דאנק ווארט פאר דער וועמען ס'קומט זיך, אבער א מינוט שפעטער האט ער פון אלעם פארגעסן און ער געדענקט ניטאמאל אז ער איז עפעס געבליבן שולדיג הכרת הטוב. אבער דערנאך איז דא א מושג פון 'לעבן מיט הכרת הטוב' ריכטיג צו אנערקענען און שעצן א גרויסע טובה וואס מיר האבן באקומען, און נישט פארגעסן פון דעם קיינמאל.

על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פון די חיוב הכרת הטוב כלפי דעם אייבישטער, דער באשעפער וואס גיבט אונז לעבן, געזונט, פרנסה, און אלעס וואס מיר פארמאגן, ביי דעם איז אויך פארהאן אזעלכע מענטשן וואס באגנוגן זיך מיט'ן געבן א זאג "יישר כוח אייבישטער" ווען עפעס גייט זיי גוט, אבער עס איז זיי גארנישט מחייב, זיי שטעלן זיך נישט אפ מתבונן זיין און אריינקלערן ווי גרויס זענען די חסדים פונעם אייבישטער און וויפיל מיר זענען איהם שולדיג.

די עכטע עבודה פון א איד כלפי שמיא, איז צו לעבן א לעבן פיל מיט הכרת הטוב. אויפשטיין דערמיט, דאווענען און לערנען דערמיט, שפאצירן דערמיט, עסן און טרינקן דערמיט, ארבעטן
דערמיט, און זיך לייגן שלאפן דערמיט. אינזין האבן און געדענקן עַל נִסֶּיךָ שֶׁבְּכָל יוֹם עִמָּנוּ וְעַל נִפְלְאוֹתֶיךָ וְטוֹבוֹתֶיךָ שֶׁבְּכָל עֵת... הַטּוֹב כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמֶיךָ וְהַמְרַחֵם כִּי לֹא תַמּוּ חֲסָדֶיךָ, און נישט פארגעסן דערפון קיינמאל.

פארשטייט זיך אליינס אז אזא לעבן איז א גאנץ אנדערע סארט לעבן, עס איז א העכערע לעבן, ווען מ'לעבט מיט דאנקבארקייט און מ'ווייסט און געדענקט וויפיל גוטס דער רבונו של עולם טוט פאר אונז. דאס ברענגט דער מענטש צו הכנעה און התבטלות, ער לעבט מיט צופרידנקייט און שמחה, אנשטאט לעבן מיט גאוה און עזות און שפירן די גאנצע צייט אז 'ער איז בארעכטיגט' צו נאך און נאך, אדער עס קומט זיך איהם מער. אדרבה, ווען מ'האלט פאר די אויגן די רחמים וחסדים פון השי"ת ווייסט מען ווי ווייט מען איז באמת פון זיין ווערד די אלע גוטע השפעות, און ווי שטארק מען דארף זיין א שמח בחלקו און זיך פרייען מיט דאס וואס מען פארמאגט יא.

וואס מיר טרעפן אין סידור
עס האט דערציילט א בעל תשובה וואס איז ליידער אויפגעוואקסן אין א שטארק נישט-פרומע אטמאספערע און האט נישט געוואוסט קיין סאך פון אידישקייט צו זאגן. הכלל, ער האט זיך שטארק געמוטשעט אין זיין לעבן צו טרעפן סיפוק און צופרידנקייט, ער איז שטענדיג געווען נידערשלאגן און צובראכן, און געזוכט מיט וואס ער קען מאכן זיין לעבן מער דערהויבן און פרייליך. ער האט זיך געוואלגערט צווישן פארשידענע מומחים און מבינים, גרופעס און רעליגיעס, ביז ער האט אנדעקט א געוויסע מהלך אין וועלכע א מענטש לייגט א דגוש אויף דאנקבארקייט און צופרידנקייט, יעדן טאג איז מען מייחד צייט אריינצוטראכטן אין אלע גוטע זאכן וואס מען האט, מ'פארמאכט די אויגן און מ'קלערט דערפון, און מ'זאגט אפילו ארויס מיט די מויל שטילערהייט א גאנצע רשימה פון זאכן וואס גייען גוט אין לעבן, און דאס ברענגט עפעס א זעלטענע רואיגקייט און שמחה אויפן מענטש ווען ער אנערקענט וויפיל גוטס ער פארמאגט למעשה.

ער האט אנגעהויבן צו פירן זיין לעבן אויף דעם שטייגער, ווען שטענדיג מאכט ער זיכער זיך צו דערמאנען אלע גוטע זאכן וואס ער פארמאגט, און ער האט דאס אויך אויסגעלערנט פאר ווער עס האט איהם נאר געוואלט אויסהערן, ער האט כסדר גערעדט דערוועגן און געמוטיגט אנדערע דאס צו טוהן, ווייל דאס וועט זיי ממש פארבעסערן דאס לעבן.

ביז איינמאל איז איהם אויסגעקומען צו האנדלען מיט א פרומער איד, און ער זאגט איהם מיט א התלהבות איבער זיין ספעציעלע לעבנסשטייגער וואס ווידמעט צייט און מוח פאר דאנקבארקייט און צופרידנקייט. יענער קוקט איהם אזוי אָן, און פרעגט איהם צו ער האט שוין אמאל געדאווענט אין א סידור? אויף וועלכע ער האט געענטפערט ניין. דער איד נעמט ארויס א קליין סידור'ל פון טאש און ווייזט איהם אז פונקט אזוי הייבט זיך אָן דער סדר היום פון יעדער פרומער איד פון גרויס ביז קליין. די ערשטע זאך ווען מיר עפענען אויף די אויגן הייבן מיר אָן מיט'ן זאגן מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ מֶלֶךְ חַי וְקַיָּם שֶׁהֶחֱזַרְתָּ בִּי נִשְׁמָתִי בְּחֶמְלָה, מיר דאנקן אז השי"ת האט אונז צוריקגעגעבן די נשמה, דערנאך א ברכה פון אֲשֶׁר יָצַר אֶת הָאָדָם בְּחָכְמָה... גָּלוּי וְיָדוּעַ לִפְנֵי כִסֵּא כְבוֹדֶךָ שֶׁאִם יִפָּתֵחַ אֶחָד מֵהֶם אוֹ יִסָּתֵם אֶחָד מֵהֶם אִי אֶפְשַׁר לְהִתְקַיֵּם וְלַעֲמוֹד לְפָנֶיךָ... בָּרוּךְ אַתָּה ה' רוֹפֵא כָל בָּשָֹר וּמַפְלִיא לַעֲשֹוֹת, די געוואלדיגע חכמה וואס ליגט אינעם מענטשליכע קערפער און א דאנק צו השי"ת וואס היילט עס כסדר אויס. אֱלֹקַי נְשָׁמָה שֶׁנָּתַתָּ בִּי... אַתָּה בְרָאתָהּ אַתָּה יְצַרְתָּהּ אַתָּה נְפַחְתָּהּ בִּי וְאַתָּה מְשַׁמְּרָהּ בְּקִרְבִּי... כָּל זְמַן שֶׁהַנְּשָׁמָה בְּקִרְבִּי מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקַי וֵאלֹקֵי אֲבוֹתַי. און אזוי נאך פילע ברכות, בָּרוּךְ אַתָּה ה' פּוֹקֵחַ עִוְרִים, מַלְבִּישׁ עֲרֻמִּים, מַתִּיר אֲסוּרִים, זוֹקֵף כְּפוּפִים, שֶׁעָשָֹה לִּי כָּל צָרְכִּי, און אזוי ווייטער און ווייטער.

איבריג צו זאגן וואס פאר א רושם דאס האט געמאכט אויף איהם, נאכן פארשן און זיך מוטשענען פאר לאנגע יארן אנצוקומען צו אביסל העכערקייט און צופרידנקייט, האט ער געטראפן דאס אלעס אין אונזער קליינע לעכטיגע סידור'ל.

הכרת הטוב די פנימיות פון מצות ביכורים
ממש דאס איז די מהות פון מצות ביכורים ווי באקאנט. א איד לייגט אריין יגיעה אין זיין פעלד, ער אקערט און זייעט און פלאנצט, אבער קודם די ערשטע דריי יאר זענען די פירות ערלה און אסור בהנאה, ער קען גארנישט טוהן דערמיט, דערנאך אינעם פערטן יאר איז דא א מצוה פון 'נֶטַע רְבַעי' ארויפצוטראגן אלע פירות פונעם פעלד און זיי עסן בקדושה אין ירושלים אזויווי מעשר שני. ענדליך מ'האלט שוין ביים פינפטן יאר, דער איד וואַרט מיט שפאנונג הנאה צו האבן פון זיין שווערע האָרעוואַניע, ער קלערט שוין פון זיינע גוטע פרוכט וואס ער גייט נעמען פאר זיך אליינס. אבער איידער ער נעמט פאר זיך איז פארהאן די מצוה פון ביכורים, ווען עס ווערן געצייטיגט די ערשטע פירות פון די שבעת המינים, דארף מען ארויפברענגן אט די נייע פירות קיין ירושלים און עס טראגן אין בית המקדש אריין.

און נישט נאר אינעם פינפטן יאר, נאר אויך אינעם זעקסטן, זיבעטן, אכטן, און אזוי ווייטער. יעדע איינציגסטע יאר גייט דער איד אנהאלטן די מצוה און אוועקשענקן פארן אייבישטער זיין ערשט געצייטיגע מעשי-ידיו אויף וואס ער האט אזוי שווער געארבעט.

ווייל א איד לעבט א לעבן פון הכרת הטוב! עס ווערט א טייל פון זיין מהות און זיין מציאות, און ער פארגעסט נישט דערפון קיין איין רגע. דער איד קומט צו גיין אין בית המקדש מיט א שמחה און מיט שבח והודאה צום אייבישטער אויף אלע גוטע זאכן וואס ער האט איהם געגעבן, ווי די תורה זאגט, וּבָאתָ אֶל הַכֹּהֵן אֲשֶׁר יִהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם וְאָמַרְתָּ אֵלָיו וגו' און ווי רש"י ברענגט אויפן פלאץ "ואמרת אליו - שאינך כפוי טובה", דאס איז די מטרה פון מצות ביכורים אז מיר פארגעסן נישט פון די טובות וואס השי"ת טוט מיט אונז שטענדיג. און נישט נאר די פערזענליכע טובות וואס ער טוט מיט אונז היינט, נאר אנגעהויבן פון הונדערטע און טויזנטע יאר פריער. ווי דער איד דערמאנט טאקע די גאנצע נוסח וואס שטייט אין אונזער פרשה אנגעהויבן פון די צרות און די שעבוד וואס מיר זענען אדורכגעגאנגען אין מצרים, אֲרַמִי אֹבֵד אָבִי וַיֵּרֶד מִצְרַיְמָה... וַיָּרֵעוּ אֹתָנוּ הַמִּצְרִים וַיְעַנּוּנוּ... וַנִּצְעַק אֶל ה' אֱלֹקֵי אֲבֹתֵינוּ... וַיּוֹצִאֵנוּ ה' מִמִּצְרַיִם בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה וּבְמֹרָא גָּדֹל וּבְאֹתוֹת וּבְמֹפְתִים, וַיְבִאֵנוּ אֶל הַמָּקוֹם הַזֶּה וגו' אֶרֶץ זָבַת חָלָב וּדְבָשׁ.

און דורכדעם איז מען טאקע זוכה צו "וְשָׂמַחְתָּ בְכָל הַטּוֹב אֲשֶׁר נָתַן לְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ וּלְבֵיתֶךָ" דו וועסט לעבן א לעבן פון שמחה און צופרידנקייט, וויסענדיג אז אלעס איז מתנות טובות פון הימל.
אפילו די הרגשים וואס זענען באהאלטן טיף אינעווייניג

מענין לענין באותו ענין, ווי פאסיג איז צו דערמאנען נאך א פלאץ אין אונזער פרשה וואו מיר געפונען דעם ענין. צווישן די זאכן וואס די לויים האבן געדארפט זאגן פאר די אידן ביים הר גריזים און הר עיבל נאכן אריינגיין קיין ארץ ישראל, איז (כ"ז ט"ז) "אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ" פארשאלטן איז דער מענטש וואס טוט גרינגשעצן זיין טאטע און מאמע. רש"י טייטשט מקלה אביו - 'מזלזל' לשון וְנִקְלָה אָחִיךָ, ווען איינער האלט לייכט זיינע עלטערן און איז מזלזל אין זיי מיט א גרינגשעצונג.

שטייט דאָך דא א מורא'דיגע זאך, אפילו איינער איז נישט מבזה זיינע עלטערן, ער פארשעמט זיי נישט, ער איז זיי נישט מצער בפירוש, ער שרייט נישט אויף זיי, נאר ער איז בלויז 'מזלזל' אין זיי, ער גרינגשעצט זיי און האלט זיי נישט גענוג חשוב אין זיין הארץ, אויף דעם אליינס גייט מען שוין אריין בגדר 'אָרוּר' חלילה.

אזוי ווערט באמת גע'פסק'נט אין רמב"ם (הל' ממרים פ"ה הט"ו) "ולא על הכאה ולא על הקללה בלבד הקפידה תורה, אלא על הבזיון, שכל המבזה אביו או אמו אפילו בדברים ואפילו ברמיזה הרי זה ארור מפי הגבורה, שנאמר ארור מקלה אביו ואמו". אין ספר חרדים שטייט אויפן פסוק איש אמו ואביו תיראו, "מפני ציווי ה' ידמה אותם בעיניו כמלך ומלכה, ועיקר מצות כיבוד הוא בלב שיחשוב בלבו שהם גדולים ונכבדי ארץ", א איד דארף האלטן זיינע עלטערן חשוב ווי א קעניג און א קעניגן, און דאס איז די עיקר מצות כיבוד אב ואם, צו האלטן אין הארץ אז מיינע עלטערן זענען פון די גרעסטע און חשוב'סטע מענטשן אין די וועלט! (ראה ספר תפארת שמשון להגר"ש פינקוס זצ"ל)

לויט ווי מיר לערנען איז דאס זייער שטארק מבואר, ווייל אין ספר החינוך (מצוה ל"ג) שטייט אז די שורש פון מצות כיבוד אב ואם איז הכרת הטוב צו די עלטערן, וויבאלד זיי האבן איהם
געברענגט אויף די וועלט און אויפגעהאדעוועט אין זיינע יונגע יארן, דעריבער דארף מען זיי מכיר טובה זיין און שעצן.

דערפאר איז טאקע נישט גענוג אז מ'דאנקט די עלטערן מיט די מויל און מ'גיבט זיי אפ בלויז חיצוניות'דיגע כבוד ווען אין הארץ לאכט מען פון זיי, ווייל דאס איז נישט עכטע הכרת הטוב! נישט פון דעם רעדט די תורה! אויב ווילן מיר מכיר טובה זיין אויף א ריכטיגן אופן, דאן מוזן מיר 'לעבן' דערמיט אדורך און אדורך, מען מוז מכבד זיין און שעצן די עלטערן שטענדיג אין יעדן מצב און אפילו טיף אינעווייניג אין הארץ, ווייל הכרת הטוב איז נישט בלויז וואס מ'זאגט אדער מ'טוט, עס איז וואס מ'לעבט...

די טובה איז דא, מען דארף עס נאר זעהן
און דער אמת איז, אז מיר וועלן אביסל אריינקלערן אינעם ענין פון הכרת הטוב, געפונען מיר אז די פארקערטע דערפון ווערט אנגערופן א כפוי טובה, 'כפוי' איז א לשון פון 'כּוֹפֶה' עליו כלי, ווען מ'דעקט עפעס איבער מיט א כלי און מ'באהאלט עס. אין אנדערע ווערטער, די טובה איז אלעמאל דא, ווען איינער טוט דיר גוטס איז דאס א מציאות! נאר דו מענטש האסט די ברירה וואס 'דו' ווילסט טוהן בנוגע די טובה, דו קענסט זיין א 'מכיר' טובה, איינער וואס אנערקענט און זעהט עס פאר די אויגן און לעבט מיט דאנקבארקייט און הכרת הטוב אויף די טובה, אדער ח"ו צו טוהן דאס פארקערטע, צו זיין א 'כפוי' טובה און עס פארדעקן און פארווישן און איגנארירן כאילו עס עקזיסטירט נישט.

איינער וואס האט אמת'ע הכרת הטוב זעהט די טובה שטענדיג פאר די אויגן, ער פארהוילט זיך קיינמאל נישט דערפון, ער פארגעסט נישט דערפון, און ער גיבט אכטונג קיינמאל נישט צו
זיין בגדר 'כפוי' טובה וואס דעקט עס צו, און ממילא לעבט ער שטענדיג מיט הרגשים פון הכרת הטוב, עס פילט אָן זיין הארץ און נעמט ארום אלע זיינע מעשים און התנהגות.

די חיוב צו פארשטיין און משיג זיין די טובה פון השי"ת
דערמיט קומען מיר צוריק צום בונד וואס משה רבינו מאכט מיט כלל ישראל. מיט אונזער מענטשליכע שכל וואלטן מיר געקלערט אז ווען א מענטש באקומט פון אלעם גוטן, איז דאָך פשוט אז ער וועט מכיר טובה זיין און דאנקן דעראויף, ווער וויל דען נישט זאגן יישר כוח? אבער די תורה הקדושה לערנט אונז כסדר אז דווקא דעמאלטס איז דא א פארקערטע סכנה, דער מענטש ווערט פארגרעבט און שטאלץ ביי זיך, ער הייבט אָן צו קלערן כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה, אז ער טוט און מאכט אלעס אליינס און ער איז קיינעם גארנישט שולדיג. דאס הארץ ווערט פיל מיט גאוה און מ'פארגעסט פון השי"ת, מען לעבט נישט מיט די ריכטיגע התבוננות און הכרה ווער עס טוט אונז די אלע טובות און ווער עס גיבט אונז די אלע גוטע זאכן, און ממילא פארגעסט מען צו 'לעבן הכרת הטוב' ווי עס דארף צו זיין, "וְרָם לְבָבֶךָ וְשָׁכַחְתָּ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ הַמּוֹצִיאֲךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים" (דברים ח' י"ד), ס'קען אפשר זיין אז מ'מורמלט אפ עפעס א דאנק מיט'ן מויל, אבער מ'פארגעסט פונעם עיקר, מ'לעבט נישט מיט די ידיעה ווי א איד דארף לעבן.

און משה רבינו איז טאקע מקדים "וְלֹא נָתַן ה' לָכֶם לֵב לָדַעַת וְעֵינַיִם לִרְאוֹת וְאָזְנַיִם לִשְׁמֹעַ עַד הַיּוֹם הַזֶּה", ביז היינט האט איר נישט ריכטיג פארשטאנען און דערהערט די טיפקייט וואס
מ'דארף ארויסנעמען פון די אלע חסדים וואס השי"ת האט געטוהן מיט אייך. און איבערהויפט יעצט, ווי רש"י זאגט אונז, וַתָּבֹאוּ אֶל הַמָּקוֹם הַזֶּה - "עתה אתם רואים עצמכם בגדולה וכבוד, אל תבעטו במקום ואל ירום לבבכם, ושמרתם את דברי הברית הזאת". אצינד דארפט איר אכטונג געבן און האבן א שמירה יתירה נישט צו ווערן גרויס ביי זיך און חלילה פארגעסן פונעם אייבישטער.

בדרך רמז קענען מיר ערקלערן אז דאס איז די סמיכות און די שייכות מיט די צווייטע פשט פון רש"י "שאין אדם עומד על סוף דעתו של רבו וחכמת משנתו עד ארבעים שנה", משה רבינו וויל זיי מעורר זיין, עס זענען שוין אדורכגעגאנגען פערציג יאר און דער אייבישטער האט אייך די גאנצע צייט געהאלפן און געראטעוועט און משפיע געווען פון אלעם גוטן, עס איז שוין העכסט צייט אז איר זאלט דאס אנערקענען און אנהייבן לעבן דערמיט. ווי איינער האט אמאל געזאגט, אין מיינע יונגע יארן האב איך זיך נאך געקענט איינרעדן אז איך מאך און איך טוה, אבער נאכן טוהן עטליכע שידוכים און חתונה מאכן אפאר קינדער, זעה איך שוין בחוש ווער עס פירט אלעס און טוט אלעס... עס קומט א צייט ווען מ'מוז זיך שוין אויפוועקן פונעם שלאף און דמיון און זיין א עומד על דעת רבו, און "מכאן ואילך יקפיד" פון יעצט און ווייטער וועט שוין זיין א טענה אויף אייך אויב איר לעבט נישט מיט די ריכטיגע השגה און פארשטאנד פון הכרת הטוב צו השי"ת.

ווי געזאגט איז דאס ממש געקניפט און געבינדן מיט'ן אנהייב פון אונזער פרשה, די פרשה פון ביכורים, להגיד שאינך כפוי טובה, ר' איד שטעל דיך אוועק און געב אוועק פון דיין שענסטע און בעסטע פאר הקב"ה ווייל דו אנערקענסט אז עס קומט זיך איהם! דו פארשטייסט אז אליינס האסטו גארנישט און אלעס קומט פונעם טאטע אין הימל.

און די פרשה שליסט זיך מיט די ווערטער וּשְׁמַרְתֶּם אֶת דִּבְרֵי הַבְּרִית הַזֹּאת וגו' לְמַעַן 'תַּשְׂכִּילוּ' אֵת כָּל אֲשֶׁר תַּעֲשׂוּן, די שורש פונעם ווארט תשכילו איז שכל און פארשטאנד, [זעה מצודת ציון ספר יהושע א' ז' תשכיל - ענינו הצלחה... כי המצליח נראה להבריות שעשה מעשיו בהשכל] ווייל דאס איז די תכלית, אנהייבן צו פארשטיין און באגרייפן און לעבן דערמיט וויפיל הכרת הטוב מיר זענען שולדיג פארן רבונו של עולם אויף וואס ער טוט מיט אונז, און אויפהערן לעבן א לעבן פון בארעכטיגקייט און כפיות טובה, נאר וואס מער יא אנערקענען און געדענקן, און דורכדעם צוקומען צו טוהן דעם רצון ה' אלעמאל.

בפרט אין די יעצטיגע טעג פון חודש אלול, די טעג פון חשבון הנפש און התבוננות, דארפן מיר זיך ערוועקן צו תשובה דורך אט די מחשבה וויפיל גוטס דער אייבישטער האט געטוהן און טוט ווייטער מיט אונז, און וויפיל זענען מיר שולדיג און דארפן צוריק טוהן דערפאר, און דאס וועט אונז בעזר ה' ברענגן אונזער ישועה און הצלחה, לְמַעַן תַּשְׂכִּילוּ אֵת כָּל אֲשֶׁר תַּעֲשׂוּן.

לסיכום געדענק:
• הכרת הטוב מיינט נישט בלויז זאגן א דאנק, עס איז א וועג פון לעבן מיט דאנקבארקייט און הכרה. ווען איינער פארגעסט אדער פארהוילט זיך פון די טובה, איז ער א 'כפוי' טובה ח"ו.
• אוועקגעבן צייט און צו פארשטיין און געדענקן די חסדים וואס השי"ת טוט מיט אונז, זיך אביסל מתבונן זיין אינעם סידור'ל, און אנערקענען דורכדעם וויפיל מיר זענען איהם שולדיג.
• ווען מ'לעבט מיט הכרת הטוב צו השי"ת איז עס א לעבן פון התבטלות, צופרידנקייט, און שמח בחלקו.

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: כי תבא - זאג עס נישט, לעב עס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: כי תבא - זאג עס נישט, לעב עס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

Wow
אינספירירט
שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: כי תבא - זאג עס נישט, לעב עס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: כי תבא - זאג עס נישט, לעב עס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

זייער שיין
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”