זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

איך האב זיך היינט דערמאנט אן עפיזאד פון פיהל פיהל יאהרן צוריק.

געוועהן בין איך דאן א יונג בחור׳ל ווען עס איז פארגעקומען איינע פון די מעכטיגע מחאות נמרצות אין מאנהעטן אנטקעגן די מדינה הציונית.

די אידישע גאסן זענען געוועהן פארפלייצט מיט פלאקאטן שרייענדיג ״נאך איין וואך״ דאן איז געשטאנען ״בעוד שלשת ימים״ , נאכער האבן די גרויסע ווערטער געשריגן ״מחר יהי׳ האות הזה״.

דאס אלעס איז בכלל נישט געוועהן קיין פארגלייך צו יענעם טאג. די שרייענדיגע ריזיגע שווארצע אותיות ״ה-י-ו-ם״ זענען געוועהן פארשמירט אויף אלע ווענט פון שטאט. זיי האבן געהאנגען פון אלע לעמפ און אויף אלע באסעס. די גאס האט געפיבערט און דאס עקסטאז ביי די בחורים האבן גערייכט צו די העכסטע שטאפלען.

די מאנהעטן גאסן זענען געוועהן שווארץ מיט טויזענטער באטייליגטע. יעדע עטליכע מינוט האט מען געשלאסן נאך גאסן צו קענען אקמעדירן די אומאויפהערליכע שטראם פון שלומי אמוני ישראל פון אלע קרייזן וואס האבן געהאלטן אין איין שטראמען צו די באשטימטע גאסן, פארנט פון די ציוניסטישע קאנסולאט.

פלאמפייערדיגע דרשות זענען געהערט געווארן און דער פיל קעפיגער עולם האט יעדע עטליכע מינוט געלאזט הערן זייער וויי געשריי, אויסשרייענדיג לאזונגען אויפן חשבון פון די ציוניסטישע פירער.

ענדגילטיג האט מען פארגעזאגט סליחות פון י״ג מדות און געהאלטן א דרשה אויף ענגליש, כדי צו פארשטיין געבן פאר די גויאישע פרעסע און פארזאמלטע וואס אונזער געשריי איז.

דער עולם איז זיך צוגאנגען אין א האפענוגספולע שטימונג אז אונזערע פעולות זאלן האבן הצלחה.

זיינעדיג איבערגענומען פון די מצב, בין איך געוועהן זיכער אז, פונקט ווי ביי מיין ישיבה, איז דער פראטעסט דער געשפרעך פון טאג ביי אלע. נישט נאר ביי די אידן וואס זענען געבליבן ביי די ארבייט, נאר אויך ביי די גויים און די פרעסע.

איך פרעג מיין פאטער אויב די מידיא (ראדיא) האט גערעדט פון די פראטעסט. זיין ענטפער האט מיך שטארק אנטוישט.

ער זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן געזאגט בנגע דעם עצרת אדירה איז אז, ״עס איז דא טראפיק ביי סעקאנד עוועניו…״

כלפי מה דברים אמורים,

לייענט און שטוינט.

די אידישע גאס קאכט דיע טעג ווי א קעסל. זינט עס איז באקאנט געווארן אז דער געוועזענער פרעזידענט, און איצטיגער קאנדידאט, דאנאלד טראמפ, פלאנט צו אפשטאטן א באזוך אין אונזער היימישער וויליאמסבורג.

די גאס פיבערט, אונזער וועלטל דא איז אויך געווארן מיטגעכאפט מיט עקסטאז און ערווארטונג. די אידישע דידשיטעל מידיא איז אריינגעטאן דערין מיט לייב און לעבן. נייע פאליטיקאנטן און נייעס ברענגער זענען פלוצים ארויסגעוואקסן אין די עטליכע טעג. יעדער איז גרייט זיך צו שטעלן פאר אן אינטערוויו, און יעדער לאזט זיך הערן.

נאך אזעלכע טעג, האב איך קוים געקענט אויסווארטן צו לייענען די אידישע פרעסע וואס ערשיינען וועכנטליך.

מיטוואך נאכמיטאג נאך די ארבייט האב איך זיך איינגעהאנדעלט מיין באליבטע ״די צייטונג״ (נייעס באריכט). איך האב ערווארטעט (עכט נישט) צו זעהן דארט א לאנגס און א ברייטס איבער דעם פרעזידענטליכען באזוך. די היסטארישקייט פון אזא ערשיינונג און אפשר אן אפשאצונג איבער די ריכטיגע סיבות דערפון. ווער עס שטייט דארונטער א.א.וו. איך האב געוואוסט אז עס וועט נישט זיין א עקסטערע אפטיילונג איבער דעם, אבער עטליכע בלעטער לכל הפחות.

למעשה שרייבט ער איבער טרעפיק וואס וועט זיין אויף ראבלינג סטריט אום דאנערשטאג.

דאס קעפל דערמאנט טראמפ בלויז איינס פאר די לעצטע ווארט, און דאס גאנצע ארטיקל איז בכלל נישט בעסער.

דארט ערגעץ, אין די טיעפע ווייטע בלעטער פונעם צייטונג, איז דא א באשיידענע ארטיקל איבער די איבערגעפילטע וויליאמסבורגע גאסן וואס וועט נאך ערגער ווערן דאנערשטאג נאכמיטאג, ווען טראמפ קומט עסן טועמי׳. עס איז אים געבליבן פלאץ נאך עטליכע שורות צו שרייבן, טוט ער קלאגן אז דאס קען נאך מאכן טרעפיק אויך אויף די בי. קיו. אי. חלילה. און עס וועט זיין א טרעפיק צום געדענקען...

נו, וויאזוי עס גוי׳אישט זיך (אין די פרעסע) אזוי אידישט זיך.
ירא השם
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

זייער גוט געשריבן

איך האב עס אויך באמערקט און זיך (נישט) געווינדערט דערויף
את האלקים אני ירא
רוקן קראצער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 1:57 pm

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוקן קראצער »

ליידער
איך פראביר מיך צי האלטן שטיל ווען איך קים צווישען מענטשן וואס איך קען נאך נישט

אפילו מיט מיטארבייטער

אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

פאריקטער.
Break

דער זעלבער וועט נאכדעם קלאגן וויי וויי מענטשן זענען אזוי פארגלייבט אין טראמפ, כאילו די רעפובליקאנער פארטיי איז עפעס א משיח, און מענטשן פארגעסן אז באמת ווילן די דעמאקראטן אינז אגאנצן טאג נאר העלפן, און מיר זענען נישט קיין רעפובליקאנער מיר זענען יודן...
Break
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

על אלה אני בוכי'?...
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2728
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

פיין...

שיק עס אריין צו "וואס איר זאגט", באקומסט א ענטפער פון 4 בלאט
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דער האט סתם אזוי א מהלך וויזוי יעדע שלעכטע זאך האט א שייכות צו טראמפ און יעדע שייכות צו טראמפ האט א שלעכטע זאך...
נעכטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3214
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

שוין לאנגע צייט אויפגעהערט ליינען
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע:קרית טעגלאש

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

שיין געשריבן

לענינינו, די צייטונג איז א לינקע דעמאקראטישע צייטונג, און דעקט אלעס אויף די דעמאקראטישע מהלך, שוין פאר לאנגע יארן.
רבותי! מלך בשדה! מען קען נאך אריינכאפן!
מעזאלמער אויסבעטן א גוט זיס געבענטשט יאהר פאר גאנץ כלל ישראל, א שנת גאולה וישועה.
אוועטאר
lowerhudsonvalley
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 18, 2023 9:27 pm

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lowerhudsonvalley »

viewtopic.php?p=2601754#p2601754
און די הערות דערויף און די גאנצע אשכול איז געבויט אויף די צייטונג אגענדע
יכולתי
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

איך ליין עס גראדע אסאך מאל, (איך קויף עס פאר די " אידישע צייט"..) און יעדע מאל ווארף איך עס אוועק אינמיטן די ערשטע אניליז...
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: זכרונות: א פראטעסט, טראפיק און טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יכולתי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:48 pm
איך ליין עס גראדע אסאך מאל, (איך קויף עס פאר די " אידישע צייט"..) און יעדע מאל ווארף איך עס אוועק אינמיטן די ערשטע אניליז...
מילא די אנאליז.. די קעפל און די גרויסע ווערטער זאגן שוין אלעס... אבער א פשוט'ע נייעס פון סיי וועלכע געשעעניש אין ניו יארק סירי טרעפט זיך ערגעץ טראמפ אינמיטן..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”