ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

שלום עליכם!
אזוי ווי איך גיי פראבירן בעזהשי"ת ארויפצולייגן 2 מאהל א חודש אן ארטיקל ספעציעל פאר אייוועלט. אדער עצות והדרכה פאר אינוועסטארס, אדער אן אנאליז איבער דעם ריל עסטעיט מארקעט, שפיר איך אלס והייתם נקיים צו געבן אביסל א בעגראונד איבער אני הקטן.

1. איך בין שוין עוסק אין ריל עסטעיט באלד 15 יאר.
2. פאר לאנגע יארן געארבעט אין פארשידענע דשאבס אין ריל עסטעיט (פון פיעלד ארבעט ביז אפיס ארבעט) ביז איך בין אריין דאס ערשטע מאל אלס א שותף אין א געשעפט (איך גיי עס פירן, און דער אינוועסטאר לייגט אריין דאס געלט).
3. כהיום שטייט מען שוין ב"ה נאכן קויפן קנאפע 300,000 סקווער פיס, (א חלק האלט מען און א חלק פארקויפט מען). גארנישט אין ניו יארק/ניו דשורזי. אלעס אין צוויי סטעיטס, וואס ביידע נעמט צו אהין צו פליען א שיינע פאר שעה. פארוואס טאקע? דאס גייט מען אי"ה מברר זיין מיט עטליכע ארטיקלן.
4. איך בין ווייט פון זיין א גביר, אבער אזוי ווי דער אייבערשטער האט מיר געפירט ביז אהער, האף איך און איך בעט אז ער זאל מיר ווייטער פירן ברחמים ובחסדים גדולים.

במילא, אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן. און איך האב געשפירט אז אויב איך קען העלפן א צווייטן מיט ארויסברענגען פארשידענע נקודות, יהא זה חלקי מכל עמלי.



פרק א'

קוק נישט אויף די קעפ רעיט!


אינעם עולם הריל עסטעיט איז דא אן אנגענומענע יסוד. ווי אזוי רעכענט מען א גוטע אדער שלעכטע אינוועסטמענט? פשוט, מען קוקט אויף די קעפ רעיט. פון א געוויסע קעפ און העכער, איז גוט. פון א געוויסע קעפ און אראפ, איז שוואך. און איין געוויסע איז נישט צום עסן און נישט צום שפייען, אבער לאמיר ראנען די נאמבערס צו זעהן אויב קען מען עפעס טוהן מיט דעם.

אויבן אויף, דאס איז טאקע דעם חשבון ווי אזוי מען קוקט, אויב קויפט מען א בנין וואס דער עיקר איז די אינקאם כהיום יום. אבער דא דארף מען נעמען אין חשבון נאך אן אנדערע נקודה, וואס דאס צווארפט אמאל דעם גאנצן יסוד.

די חשבון הייסט: רענט פער סקווער פיס.
אויב איך דינג א דירה פאר $3,000 א חודש,
מיין דירה איז גרויס 900 סקווער פיס,
קומט אויס אז איך באצאל $36,000 א יאר פאר 900 סק.פ.
וואס דאס מיינט $40 א דאלער א יאר פער סק. פ.

הגם ביים היימישן עולם ווען מיר דינגען א דירה פאר זיך צו וואוינען, ווייניג מאכן דעם חשבון וויפיל רענט צאל איך פער סקווער פיס, עס גייט בעיקר אויף שלאף צימערן (און פארדעם ווערן די דירות צו פארדינגען קלענער און קלענער). אבער ביי די גוים על פי רוב, זיי קוקן דערויף גאר שטארק.

אוודאי איז דא וועגן ווי אזוי דאס צו פארגיטיגן, למשל א גרויסע קאממאן עריע, פארקינג, וכדומה. אבער על פי רוב ווען א גוי טראכט פון נעמען א דירה אדער אן אפיס, וועט ער פון די ערשטע זאך נעמען אין חשבון וויפיל באצאל איך רענט פער סקווער פיס.

והשתא דאתית להכי, לאמיר עס בעסער מסביר זיין מיט צוויי דוגמאות.

____
איך האב דעם מעגליכקייט אדער צו קויפן איינע פון די צוויי בנינים:
Current.png
Current.png (25.33 KiB) געזען 1714 מאל
אדער א 8.85% קעפ (בנין א'), אדער א 5.36% קעפ רעיט (בנין ב')

ביידע זענען די זעלבע גרויס, די זעלבע געגענט, און די זעלבע סארט בנין.

אויבן אויף? וואס איז די שאלה בכלל? אוודאי בנין א', עס איז דאך פיל אן העכערן קעפ רעיט!

אבער דא ליגט די הינט באגראבן.

אין בנין א' איז די עווערדש רענט פער סקווער פיס, $26.33
אין בנין ב' איז די עווערדש רענט פער סקווער פיס, $16.83

אזוי ווי א מענטש קויפט דאך נישט בלינדערהייט, קוקט מען דאך פארדעם וויפיל רענט איז טאקע די מארקעט יעצט. זעט מען אז די פרייז כהיום יום איז אין עווערדש $24 דאלער א סק.פ. אין הכי נמי אז מען קען פושן און דרייען ביז מען באקומט 26, אבער עס איז נישט דעם עובר לסוחר.

___

אזוי ווי מיר ווייסן אז די עוורידש איז $24 דאלער פער סק. פ. לאמיר מאכן א חשבון ווי אזוי קען אויסקוקן ביידע בנינים אין 2 יאר ארום ווען די ליסעס זענען אפגעלאפן (נ.ב. רעכן אייביג די רענטס אין צוויי יאר ארום כאילו עס איז היינט, קיינמאל רעכן נישט אז די רענטס גייען מער ארויפפארן צוליב א נייע טרעין, נייע בנינים וכדומה. צו רעכענען לויט די צווייטע וועג, איז רובו דרובו פעלער א רעסעפי פאר א דורכפאל).

לאמיר נעמען ביידע בנינים ווי אזוי די רענטס קענען אויסקוקן אין צוויי יאר ארום.
Projected.png
Projected.png (23.8 KiB) געזען 1714 מאל
וואס איז די חילוק?

אין בנין א' האט דער מוכר געמאכט די געלט און דיר געלאזט הענגן, אין בנין ב' האסטו געמאכט די געלט און געלאזט דעם מוכר הענגן.

אוודאי קען מען דאס נישט נעמען פאר גרענטיט אז דער מוכר איז א טיפש און ווייסט נישט ווי אזוי מען רעיזט די רענט. מען דארף ערענסט אריינקוקן פארוואס האט דאס פאסירט, ווער זאגט אז דו קענסט בכלל רעיזן די רענט, און אזוי ווייטער.

די משלים האב איך פשוט גענומען נאר כדי לסבר ולשבר את האוזן.

___
היוצא לנו מכל זה:

בנין א' איז זיכער א ברכה לבטלה,
בנין ב' דארף מען אריינקוקן ערענסט, צו עס איז דא א מקום ווי די ברכה זאל חל זיין.

___
תכלית
1. אייביג קוקטס אויף די רענט פער סקווער פיס וואס די חברה באצאלן כהיום,
2. קוקטס לויט די עוורעדש רענט פער סקווער פיס "פאר אזא סארט בנין", אין די מארקעט כהיום,
3. און לויט דעם מאכטס דעם חשבון.
- אויב זענען דיינע רענט העכער פון די מארקעט, לויף אוועק פונעם געשעפט.
- אויב זענען דיינע רענטס לויט די היינטיגע מארקעט, גייטס אריין בידוע ברורה אז דאס איז כלה כמו שהיא, דאס וויפיל דו מאכסט אינעם ערשטן חודש, דאס וועסטו מאכן 2 יאר ארום.
- אויב זענען דיינע רענטס נידעריגער פונעם מארקעט, נעמטס א טיפן אטעם און מאך דיין ריסורטש. די גרעסערע רויחים מאכט מען אזוי.

__
עד כאן פרק א'

נ.ב.
אויב איינער וויל פרעגן סיי וואס, איך וועל אי"ה הארצן גערן ענטפערן. גארנישט איז נישט קיין אן עמהארצות אינעם עולם המסחר. הצלחה רבה!
לעצט פארראכטן דורך ווארענטי אום דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמעון משה
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:17 am
לאקאציע:מלפנים חד גדיא

Re: ריל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון משה »

בן יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:02 pm
איך וואלט געטוישט די קעפעל עס הערט זיך וואו ריל עסטעיט וואס האט א ווארענטי
נו.
א ציענדע קעפל.
זיסע געפילן
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 9:04 pm

Re: ריל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע געפילן »

יישר כח
גיי אן
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5805
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ריל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

שמעון משה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:16 pm
בן יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:02 pm
איך וואלט געטוישט די קעפעל עס הערט זיך וואו ריל עסטעיט וואס האט א ווארענטי
נו.
א ציענדע קעפל.
ריל ציעדיג
green sunday
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

קודם א ישר כח פארן זיך נעמען די מי און אפשרייבן דעם ארטיקל, כה לחי האלט אן ווייטער

די שאלה איז אבער ווי אזוי ווייסט מען די עכטע רענט פרייז אין די געגענט? די סאפטווערס וואס איז דא נעמען ציזאם פון א גרויסע שטח, די מענידשמענט קאמפעני קען מען אויכנישט אייביג גלייבן.
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
טודעי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 26, 2024 1:21 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודעי »

זייער אמת וואס די שרייבסט אבער די מישט אביסל קעפ רעיט מיט NOI. על אף מ׳רעכנט עס די זעלבע דינט עס אן אנדערע צוועק.

די NOI איז די נעט אינקאם וואס קומט אריין פון די בנין, און פארשטייצעך דארף מען בעיקר קוקן וויפיל די בנין גייט מאכן ביים סטעבעלזירן.

קעפ רעיט איז א בענטש מארק, ס׳איז א וועג פון רעכענען פרייזן, למשל אין ברוקלין זענען מענטשען גרייט צו קויפן אפי׳ מיט א 6% קעפ רעיט ווס קליעוולענד אוהאו זענען אינוועסטערס נאר גרייט צו צאלן 8 אדער 10% קעפ רעיט.
ספעיר ניק
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

green sunday האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:14 pm
קודם א ישר כח פארן זיך נעמען די מי און אפשרייבן דעם ארטיקל, כה לחי האלט אן ווייטער

די שאלה איז אבער ווי אזוי ווייסט מען די עכטע רענט פרייז אין די געגענט? די סאפטווערס וואס איז דא נעמען ציזאם פון א גרויסע שטח, די מענידשמענט קאמפעני קען מען אויכנישט אייביג גלייבן.
אפאר סטעפס:
1. פאר רעזידענטל נוץ איך ZILLOW און פאר קאמערשל נוץ איך COMMERCIALSEARCH אדער LOOPNET. ווענדט זיך אינעם געגענט.

2. יעדע געגענט האט א גרויסע געגענט און א סוב געגענט. נעם פאר א דוגמה קרית יואל: אינו דומה א 5 בעדרום אויף מרדכי שעהר ווי א 5 בעדרום אין שכינות ברך משה, הגם ביידע זענען קרית יואל.

3. פראביר אויפצוכאפן ווי די סוב געגענט פון דיין הויז ענדיגט זיך. און דאס קען מען נאר זעהן מיטן דרייוון/ארומשפאצירן דארט, קיינמאל נישט אינוועסטירן אדער קויפן אין א געגענט וואס דו האסט נישט געטרעטן פיס דארט. נעם די פאר דאלער און פאר אראפ פאר אפאר שעה, עס לוינט זיך די 200 דאלער נישט צו דערלייגן דיין סעווינגס.

4. ביידע האבן אן אפציע פון צוימען די רעזולטאטן צו ממש אפאר בלאקס.
גיב א קוק די דוגמה דא:
Zillow.jpg
Zillow.jpg (190.07 KiB) געזען 1267 מאל
אויף די לינקע זייט קענסטו זעהן די מאפע פונעם סובמארקעט וואס איך האב אויסגעוועלט, אויף די רעכטע זייט קענסטו זעהן די פרייז פון נידעריג און ארויף. און אזוי הייבט מאכט מען אן עקסעל פון בערך וואס איז דא אינעם געגענט כהיום, קוק די חילוקים פון א בנין (מיט פארקינג אדער אן, נייע אפלייענס, וכדומה) און לייג אריין נאך א קאלום אויף די חילוקים, דאן קענסטו זעהן צו וועלכע דיין בנין איז די ענדליכסטע און וויפיל די מארקעט דערויף איז.

5. געווענטליך נאכן דורכקוקן די דירות וועסטו אליינס כאפן וועלכע איז גוטע דירה און וועלכע נישט. לדוגמה די דירה (אויפן בילד פריער) פון $1,085 וואס איז 670 סק. פ. איז זייער 'פאצאריש' געווארן עדווערטייזט (נישט קיין שיין בילד אויפן קאווער, אן עראו וואס איז אלטמאדיש), משא"כ די דירה ממש צו זיין לינקס קאסט א סטודיאו די זעלבע וואס דער אנדערער בעט פאר אן 1 בעדרום. פארוואס? ווייל ער איז זיכער א פרישערע און שענערע דירה.

6. נאכדעם איז דא קלייניקייטן וואס לוינט זיך בודק צו זיין. ווילאנג זענען שוין די ליסטינגס אונליין? וויפיל הנחות געבן זיי?
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

טודעי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:34 pm
זייער אמת וואס די שרייבסט אבער די מישט אביסל קעפ רעיט מיט NOI. על אף מ׳רעכנט עס די זעלבע דינט עס אן אנדערע צוועק.

די NOI איז די נעט אינקאם וואס קומט אריין פון די בנין, און פארשטייצעך דארף מען בעיקר קוקן וויפיל די בנין גייט מאכן ביים סטעבעלזירן.

קעפ רעיט איז א בענטש מארק, ס׳איז א וועג פון רעכענען פרייזן, למשל אין ברוקלין זענען מענטשען גרייט צו קויפן אפי׳ מיט א 6% קעפ רעיט ווס קליעוולענד אוהאו זענען אינוועסטערס נאר גרייט צו צאלן 8 אדער 10% קעפ רעיט.
די ערשטע זאך וואס יעדער אינוועסטער קוקט אריין: וויפיל געלט לייג איך אריין, און וויפיל באקום איך צוריק מידי שנה בשנה. (ווען עס קומט צו אינוועסטירן אין א בנין כדי צו קענען פארדינגען די יוניטס)

די ערשטע יסוד וואס א מענטש קוקט אריין, איז די קעפ רעיט. (פרייז קעגן NOI)

לויט דעםקען מען אויסרעכענען דעם צווייטן יסוד:
2. וואס דאס איז קעש אן קעש. (וויפיל מזומן לייג איך אריין און וויפיל מזומן נעם איך ארויס)

לויט דעםקען מען אויסרעכענען דעם דריטע יסוד:
3. וואס דאס איז IRR (ווי שנעל מאך איך צוריק מיין קרן)

די זעלבע גייט זיין ווען מען גייט צו א באנק פאר א ריפיי, די ערשטע פראגע וואס זיי פרעגן ביים יום הדין: וויפיל איז די קעפ רעיט.

יעדע שטאט האט זיך זיינע חשבונות וויפיל איז די מינימום וואס א מענטש איז גרייט צוריקצובאקומען, כדי ער זאל קענען אריינלייגן. און דאס איז די בענטש מארק פון וואס דו רעדסט.

די נקודה וואס איך האב געשריבן, די קעפ רעיט וואס דו זעסט יעצט, איז אין אסאך פעלער א פאלשער נאמבער (הגם עס איז אמת לשעתה), במילא צופאלט דעם גאנצן חשבון וואס דו האסט געמאכט. פאר דו קוקסט אויפן יעצטיגן קעפ רעיט, זיי בודק די פרייז פער סק.פ. און אזוי רעכן אויס וואס דיין גראס אינקום קען זיין אין צוויי יאר ארום.
אוועטאר
מחובר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 03, 2023 10:50 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחובר »

א דאנק פארן מיטיילען מיט אייער עקספארטיז.
מיין שאלה איז די כלל וואס איר שטעלט אראפ אז מען דארף פאוקעסן אויף סקווער פיס, איז א כלל ביי אלע געגענטער, למשל די געגענטער וואס באשטייט בעיקר פון סינגעל פעימעלי אדער צווי פעימעלי, וואס דארט איז די סעלינג פרייז אויך נישט בעיסד אויף די סק. פ. וואלט איר אויך געזאגט די כלל?
לעצט פארראכטן דורך מחובר אום דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

שכח פאר עפנען די אשכול איך כבין זיכער אז איך מיט אנדערע וועלן הנאה פין דעם
איך כהאב נאר נישט פארטאנען פאר וואס אויב די רענט איז העכער ווי דע מארקעט דארף מען אוועק לויפן
זייטיגע נאטיץ
א שטיק געפיל
לייגט ארויס א בגריסנוג פאר פרעזעדענט טראמפ פאר געווינען ווידערוויילונג
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

מחובר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 5:19 pm
א דאנק פארן מיטיילען מיט אייער עקספארטיז.
מיין שאלה איז די כלל וואס איר שטעלט אראפ אז מען דארף פאוקעסן אויף סקווער פיס, איז א כלל ביי אלע געגענטער, למשל די געגענטער וואס באשטייט בעיקר פון סינגעל פעימעלי אדער צווי פעימעלי, וואס דארט איז די סעלינג פרייז אויך נישט בעיסד אויף די סק. פ. וואלט איר אויך געזאגט די כלל?
איך וועל זיין אפן מיט דיר, איך בין קיינמאל נישט געווען קיין חסיד פון קויפן סינגל אדער צוויי פעמילי אלס אן אינוועסטמענט, במילא פארשטיי איך נישט צו דעם מארקעט (הגם קאממאן סענס זאגט די זעלבע)
די סיבה פארוואס:
עס שטימט נישט מיט די וועג ווי אזוי איך קען די אינדאסטרי. פאר אפאר סיבות:
1. דו ביסט אנגעהאנגען אויפן אטעם אז דער טענענט זאל דיר באצאלן יעדע ערשטע מיטן רענט, דו האסט א מארגעטש צו באצאלן. איך האב א טענענט וואס האט מיר יעצט באצאלט פאר דריי חדשים, ער האט געהאט א חוב פון איבער 8 אלפים! שטעל דיר פאר אז מיין מארגעטש איז ממש תלוי בדעתו.
Screenshot 2024-09-19 192205.png
Screenshot 2024-09-19 192205.png (33.17 KiB) געזען 1055 מאל
2. לאמיר זאגן אז דו באקומסט 2000 רענט א חודש, איינמאהל א יאר אויב דארפסטו פארעכטן דעם בוילער, אדער עס איז געווען א שווערע שניי יאר און עס האט דיר געקאסט דעם שניי שארן מער, אדער סיי וועלכע היקאפ, דיין פראפיטס טראסקענען גאר שטארק.

3. איינער וואס וואוינט אין א בנין אליינס, ער פירט זיך אויף און ער שפירט מעשי בעל הבית. ער האט נישט קיין שכנים מיט וועם ער דארף זיך רעכענען. ער קוקט דיר אן אזוי ווי דו קוקסט אן דעם באנק, עס איז דיין בנין און דו דארפסט אים בסך הכול באצאלן יעדן חודש אן התחייבות.

4. עס איז נישט דא קיין שכנים וועלכע קענען דיר זאגן אז אויב עפעס גייט פאר מיט דעם שכן (דראג דילן, זאכן ווערן צובראכן, און אזוי ווייטער). עס קען אדורכגיין חדשים ביז דו זעהסט דעם בנין פון איינמאל צום צווייטן, ועד הכי והכי קענען אזוי סאך זאכן פאסירן. משא"כ אויב איז דא לפחות 6-8 טענענטס, איז לא ימלט אז מען זאל זיך נישט דרייען דארט מער אפטער.
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

א שטיק געפיל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:04 pm
שכח פאר עפנען די אשכול איך כבין זיכער אז איך מיט אנדערע וועלן הנאה פין דעם
איך כהאב נאר נישט פארטאנען פאר וואס אויב די רענט איז העכער ווי דע מארקעט דארף מען אוועק לויפן
זייער פשוט.

שטעל דיר פאר אז דו באצאלט פאר א צוויי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג $3500 א חודש, און דו ווערסט געוואר אז משה, זרח, יענקל, געציל, אלע באצאלן נאר $3000 א חודש פאר די זעלבע דירה ווי דיר.
די סקונדע וואס דיין ליעס לויפט אפ, האסטו שוין געדינגען א צווייטע דירה אינעם געגענט.

לאמיר זאגן אז דו גייסט נישט מופן, גייסטו אבער זיכער מאכן אז דיין לענדלארד גייט איבערמאכן דיין קאך איידער דו מאכסט מיט אים א נייע ליס.

קענסט דעם פילינג ווען דו גייסט מקומות הקדושים, און די מקוה טשארדש דיר $10 אריינצוגיין? דעם אמת, וויפיל האנטיכער נעמסטו דעמאלטס?
עס איז א געוויסע געפיל, איך גיי אויסניצן יעדע פעני ווייל ער האט גענומען מער געלט וויפיל די פרייז איז.
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: ריל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

שמעון משה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:16 pm
בן יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:02 pm
איך וואלט געטוישט די קעפעל עס הערט זיך וואו ריל עסטעיט וואס האט א ווארענטי
נו.
א ציענדע קעפל.
די ארטיקל איז פיל מער ציענדיג, ביטע לייג צו א @ ריעל עיסטעט מיט @ווארענטי עפעס אזוי
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

דוד הכהן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:38 pm
שמעון משה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:16 pm
בן יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 2:02 pm
איך וואלט געטוישט די קעפעל עס הערט זיך וואו ריל עסטעיט וואס האט א ווארענטי
נו.
א ציענדע קעפל.
די ארטיקל איז פיל מער ציענדיג, ביטע לייג צו א @ ריעל עיסטעט מיט @ווארענטי עפעס אזוי
יפה דברת
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

ווארענטי זייער שיין.. קיפ איט קאמינג... דו האסט שיין אויסגעשמועסט די חלק וויאזוי די וועלט ריפט עס "וועליא עדד"

וועכע געגענטער טוסטו? און וויאזוי האסטו נישט מורא צו גיין אזוי ווייט?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

הקולמוס שלי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:44 pm
ווארענטי זייער שיין.. קיפ איט קאמינג... דו האסט שיין אויסגעשמועסט די חלק וויאזוי די וועלט ריפט עס "וועליא עדד"

וועכע געגענטער טוסטו? און וויאזוי האסטו נישט מורא צו גיין אזוי ווייט?
אזוי ווי עס איז א לענגערע שמועס:
קודם: פארוואס האב איך זיך אפגעלאזט פון ניו יארק/ניו דשריזי
נאכדעם: ווי יא,
שפעטער: ווי אזוי סעט מען דאס אויף?

גיי איך עס אויסשמועסן אין קומענדיגע פרקים בעזהשי"ת.
green sunday
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:52 pm
green sunday האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:14 pm
3. פראביר אויפצוכאפן ווי די סוב געגענט פון דיין הויז ענדיגט זיך. און דאס קען מען נאר זעהן מיטן דרייוון/ארומשפאצירן דארט, ק יינמאל נישט אינוועסטירן אדער קויפן אין א געגענט וואס דו האסט נישט געטרעטן פיס דארט. נעם די פאר דאלער און פאר אראפ פאר אפאר שעה, עס לוינט זיך די 200 דאלער נישט צו דערלייגן דיין סעווינגס.
וואס אין וויאזוי קענסטו אלעס געוואר ווערן אין אפאר שעה פון סתם זיך ארום דרייען?
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:34 pm
א שטיק געפיל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:04 pm
שכח פאר עפנען די אשכול איך כבין זיכער אז איך מיט אנדערע וועלן הנאה פין דעם
איך כהאב נאר נישט פארטאנען פאר וואס אויב די רענט איז העכער ווי דע מארקעט דארף מען אוועק לויפן
זייער פשוט.

שטעל דיר פאר אז דו באצאלט פאר א צוויי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג $3500 א חודש, און דו ווערסט געוואר אז משה, זרח, יענקל, געציל, אלע באצאלן נאר $3000 א חודש פאר די זעלבע דירה ווי דיר.
די סקונדע וואס דיין ליעס לויפט אפ, האסטו שוין געדינגען א צווייטע דירה אינעם געגענט.

לאמיר זאגן אז דו גייסט נישט מופן, גייסטו אבער זיכער מאכן אז דיין לענדלארד גייט איבערמאכן דיין קאך איידער דו מאכסט מיט אים א נייע ליס.

קענסט דעם פילינג ווען דו גייסט מקומות הקדושים, און די מקוה טשארדש דיר $10 אריינצוגיין? דעם אמת, וויפיל האנטיכער נעמסטו דעמאלטס?
עס איז א געוויסע געפיל, איך גיי אויסניצן יעדע פעני ווייל ער האט גענומען מער געלט וויפיל די פרייז איז.
מעמעג דיסעגרין מיט דיך
איך כהאלט אנדערש ווי לאנג יענע צאלט כאפ אריין, און דעס וואס די שרייבסט אז ער גייט אוועק לויפן די סקונדע וואס די ליעס לויפט אפ, געשענט אסאך מאל ווען די ווילסט רעיזן די רענט
סא דעס איז נישט קיין סיבה נישט צו נהנה זיין ווי לאנג מען קען
אגב איך בין נישט סתם א קיאסק אינגערמאן איך כבין אויך אין די פעלד פין ריעל עסטעיט
זייטיגע נאטיץ
א שטיק געפיל
לייגט ארויס א בגריסנוג פאר פרעזעדענט טראמפ פאר געווינען ווידערוויילונג
intellectual
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:52 pm
green sunday האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:14 pm
קודם א ישר כח פארן זיך נעמען די מי און אפשרייבן דעם ארטיקל, כה לחי האלט אן ווייטער

די שאלה איז אבער ווי אזוי ווייסט מען די עכטע רענט פרייז אין די געגענט? די סאפטווערס וואס איז דא נעמען ציזאם פון א גרויסע שטח, די מענידשמענט קאמפעני קען מען אויכנישט אייביג גלייבן.
אפאר סטעפס:
1. פאר רעזידענטל נוץ איך ZILLOW און פאר קאמערשל נוץ איך COMMERCIALSEARCH אדער LOOPNET. ווענדט זיך אינעם געגענט.

2. יעדע געגענט האט א גרויסע געגענט און א סוב געגענט. נעם פאר א דוגמה קרית יואל: אינו דומה א 5 בעדרום אויף מרדכי שעהר ווי א 5 בעדרום אין שכינות ברך משה, הגם ביידע זענען קרית יואל.

3. פראביר אויפצוכאפן ווי די סוב געגענט פון דיין הויז ענדיגט זיך. און דאס קען מען נאר זעהן מיטן דרייוון/ארומשפאצירן דארט, קיינמאל נישט אינוועסטירן אדער קויפן אין א געגענט וואס דו האסט נישט געטרעטן פיס דארט. נעם די פאר דאלער און פאר אראפ פאר אפאר שעה, עס לוינט זיך די 200 דאלער נישט צו דערלייגן דיין סעווינגס.

4. ביידע האבן אן אפציע פון צוימען די רעזולטאטן צו ממש אפאר בלאקס.
גיב א קוק די דוגמה דא:
Zillow.jpg

אויף די לינקע זייט קענסטו זעהן די מאפע פונעם סובמארקעט וואס איך האב אויסגעוועלט, אויף די רעכטע זייט קענסטו זעהן די פרייז פון נידעריג און ארויף. און אזוי הייבט מאכט מען אן עקסעל פון בערך וואס איז דא אינעם געגענט כהיום, קוק די חילוקים פון א בנין (מיט פארקינג אדער אן, נייע אפלייענס, וכדומה) און לייג אריין נאך א קאלום אויף די חילוקים, דאן קענסטו זעהן צו וועלכע דיין בנין איז די ענדליכסטע און וויפיל די מארקעט דערויף איז.

5. געווענטליך נאכן דורכקוקן די דירות וועסטו אליינס כאפן וועלכע איז גוטע דירה און וועלכע נישט. לדוגמה די דירה (אויפן בילד פריער) פון $1,085 וואס איז 670 סק. פ. איז זייער 'פאצאריש' געווארן עדווערטייזט (נישט קיין שיין בילד אויפן קאווער, אן עראו וואס איז אלטמאדיש), משא"כ די דירה ממש צו זיין לינקס קאסט א סטודיאו די זעלבע וואס דער אנדערער בעט פאר אן 1 בעדרום. פארוואס? ווייל ער איז זיכער א פרישערע און שענערע דירה.

6. נאכדעם איז דא קלייניקייטן וואס לוינט זיך בודק צו זיין. ווילאנג זענען שוין די ליסטינגס אונליין? וויפיל הנחות געבן זיי?
לדעתי איז זילאו נישט קראנט. כהאב שוין באקומען מעהר פון וואס כהאב געזען אויף זילאו, סדא געגענטער וואס דיינע טענענטס וואס דו זוכסט צו באקומען דרייען זיך נישט אויף זילאו, די ספאנישע חברה טרעפט מען גרינגער אויף פעיסבוק מארקעט פלעיס.

די עכטע וועג, רעדן צו מענטשן וואס אונען אין די געגענט , די בעסטע וועג איז זיך לערנען אויף די אייגענע הויט...קויף א קלענערע קאנסערוועטיוו דיעל אין די געגענט און שמעק אויס די רענטעל מארקעט.אביוויעסלי רעדט מען פון א געגענט וואס טשעקט אלע באקסעס.

----
סובסקריייבט.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 1:48 pm
שלום עליכם!
אזוי ווי איך גיי פראבירן בעזהשי"ת ארויפצולייגן 2 מאהל א חודש אן ארטיקל ספעציעל פאר אייוועלט. אדער עצות והדרכה פאר אינוועסטארס, אדער אן אנאליז איבער דעם ריל עסטעיט מארקעט, שפיר איך אלס והייתם נקיים צו געבן אביסל א בעגראונד איבער אני הקטן.

1. איך בין שוין עוסק אין ריל עסטעיט באלד 15 יאר.
2. פאר לאנגע יארן געארבעט אין פארשידענע דשאבס אין ריל עסטעיט (פון פיעלד ארבעט ביז אפיס ארבעט) ביז איך בין אריין דאס ערשטע מאל אלס א שותף אין א געשעפט (איך גיי עס פירן, און דער אינוועסטאר לייגט אריין דאס געלט).
3. כהיום שטייט מען שוין ב"ה נאכן קויפן קנאפע 300,000 סקווער פיס, (א חלק האלט מען און א חלק פארקויפט מען). גארנישט אין ניו יארק/ניו דשורזי. אלעס אין צוויי סטעיטס, וואס ביידע נעמט צו אהין צו פליען א שיינע פאר שעה. פארוואס טאקע? דאס גייט מען אי"ה מברר זיין מיט עטליכע ארטיקלן.
4. איך בין ווייט פון זיין א גביר, אבער אזוי ווי דער אייבערשטער האט מיר געפירט ביז אהער, האף איך און איך בעט אז ער זאל מיר ווייטער פירן ברחמים ובחסדים גדולים.

במילא, אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן. און איך האב געשפירט אז אויב איך קען העלפן א צווייטן מיט ארויסברענגען פארשידענע נקודות, יהא זה חלקי מכל עמלי.



פרק א'

קוק נישט אויף די קעפ רעיט!


אינעם עולם הריל עסטעיט איז דא אן אנגענומענע יסוד. ווי אזוי רעכענט מען א גוטע אדער שלעכטע אינוועסטמענט? פשוט, מען קוקט אויף די קעפ רעיט. פון א געוויסע קעפ און העכער, איז גוט. פון א געוויסע קעפ און אראפ, איז שוואך. און איין געוויסע איז נישט צום עסן און נישט צום שפייען, אבער לאמיר ראנען די נאמבערס צו זעהן אויב קען מען עפעס טוהן מיט דעם.

אויבן אויף, דאס איז טאקע דעם חשבון ווי אזוי מען קוקט, אויב קויפט מען א בנין וואס דער עיקר איז די אינקאם כהיום יום. אבער דא דארף מען נעמען אין חשבון נאך אן אנדערע נקודה, וואס דאס צווארפט אמאל דעם גאנצן יסוד.

די חשבון הייסט: רענט פער סקווער פיס.
אויב איך דינג א דירה פאר $3,000 א חודש,
מיין דירה איז גרויס 900 סקווער פיס,
קומט אויס אז איך באצאל $36,000 א יאר פאר 900 סק.פ.
וואס דאס מיינט $40 א דאלער א יאר פער סק. פ.

הגם ביים היימישן עולם ווען מיר דינגען א דירה פאר זיך צו וואוינען, ווייניג מאכן דעם חשבון וויפיל רענט צאל איך פער סקווער פיס, עס גייט בעיקר אויף שלאף צימערן (און פארדעם ווערן די דירות צו פארדינגען קלענער און קלענער). אבער ביי די גוים על פי רוב, זיי קוקן דערויף גאר שטארק.

אוודאי איז דא וועגן ווי אזוי דאס צו פארגיטיגן, למשל א גרויסע קאממאן עריע, פארקינג, וכדומה. אבער על פי רוב ווען א גוי טראכט פון נעמען א דירה אדער אן אפיס, וועט ער פון די ערשטע זאך נעמען אין חשבון וויפיל באצאל איך רענט פער סקווער פיס.

והשתא דאתית להכי, לאמיר עס בעסער מסביר זיין מיט צוויי דוגמאות.

____
איך האב דעם מעגליכקייט אדער צו קויפן איינע פון די צוויי בנינים:

Current.png

אדער א 8.85% קעפ (בנין א'), אדער א 5.36% קעפ רעיט (בנין ב')

ביידע זענען די זעלבע גרויס, די זעלבע געגענט, און די זעלבע סארט בנין.

אויבן אויף? וואס איז די שאלה בכלל? אוודאי בנין א', עס איז דאך פיל אן העכערן קעפ רעיט!

אבער דא ליגט די הינט באגראבן.

אין בנין א' איז די עווערדש רענט פער סקווער פיס, $26.33
אין בנין ב' איז די עווערדש רענט פער סקווער פיס, $16.83

אזוי ווי א מענטש קויפט דאך נישט בלינדערהייט, קוקט מען דאך פארדעם וויפיל רענט איז טאקע די מארקעט יעצט. זעט מען אז די פרייז כהיום יום איז אין עווערדש $24 דאלער א סק.פ. אין הכי נמי אז מען קען פושן און דרייען ביז מען באקומט 26, אבער עס איז נישט דעם עובר לסוחר.

___

אזוי ווי מיר ווייסן אז די עוורידש איז $24 דאלער פער סק. פ. לאמיר מאכן א חשבון ווי אזוי קען אויסקוקן ביידע בנינים אין 2 יאר ארום ווען די ליסעס זענען אפגעלאפן (נ.ב. רעכן אייביג די רענטס אין צוויי יאר ארום כאילו עס איז היינט, קיינמאל רעכן נישט אז די רענטס גייען מער ארויפפארן צוליב א נייע טרעין, נייע בנינים וכדומה. צו רעכענען לויט די צווייטע וועג, איז רובו דרובו פעלער א רעסעפי פאר א דורכפאל).

לאמיר נעמען ביידע בנינים ווי אזוי די רענטס קענען אויסקוקן אין צוויי יאר ארום.

Projected.png

וואס איז די חילוק?

אין בנין א' האט דער מוכר געמאכט די געלט און דיר געלאזט הענגן, אין בנין ב' האסטו געמאכט די געלט און געלאזט דעם מוכר הענגן.

אוודאי קען מען דאס נישט נעמען פאר גרענטיט אז דער מוכר איז א טיפש און ווייסט נישט ווי אזוי מען רעיזט די רענט. מען דארף ערענסט אריינקוקן פארוואס האט דאס פאסירט, ווער זאגט אז דו קענסט בכלל רעיזן די רענט, און אזוי ווייטער.

די משלים האב איך פשוט גענומען נאר כדי לסבר ולשבר את האוזן.

___
היוצא לנו מכל זה:

בנין א' איז זיכער א ברכה לבטלה,
בנין ב' דארף מען אריינקוקן ערענסט, צו עס איז דא א מקום ווי די ברכה זאל חל זיין.

___
תכלית
1. אייביג קוקטס אויף די רענט פער סקווער פיס וואס די חברה באצאלן כהיום,
2. קוקטס לויט די עוורעדש רענט פער סקווער פיס "פאר אזא סארט בנין", אין די מארקעט כהיום,
3. און לויט דעם מאכטס דעם חשבון.
- אויב זענען דיינע רענט העכער פון די מארקעט, לויף אוועק פונעם געשעפט.
- אויב זענען דיינע רענטס לויט די היינטיגע מארקעט, גייטס אריין בידוע ברורה אז דאס איז כלה כמו שהיא, דאס וויפיל דו מאכסט אינעם ערשטן חודש, דאס וועסטו מאכן 2 יאר ארום.
- אויב זענען דיינע רענטס נידעריגער פונעם מארקעט, נעמטס א טיפן אטעם און מאך דיין ריסורטש. די גרעסערע רויחים מאכט מען אזוי.

__
עד כאן פרק א'

נ.ב.
אויב איינער וויל פרעגן סיי וואס, איך וועל אי"ה הארצן גערן ענטפערן. גארנישט איז נישט קיין אן עמהארצות אינעם עולם המסחר. הצלחה רבה!
זייער שיין.

אויב אבער האט די געגענט רענט קאנטראל, דאן איז בנין א די געווינער, אפילו סגייט פאטינציעל זיין 7קעפ vsדאס אנדערע וואס גייט בלייבן לעולמי עד א 5 קעפ.

נאך א נקודה, נישט יעדע געגענט האט מיט ס.פ. , סדא געגענטער וואס ווי מעהר בעדרוםס דו שטיפסט אריין אלס בעסער די רענט קיין חילוק ווי קליין די אפארטמענט טעקניקלי איז.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

טודעי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:34 pm
זייער אמת וואס די שרייבסט אבער די מישט אביסל קעפ רעיט מיט NOI. על אף מ׳רעכנט עס די זעלבע דינט עס אן אנדערע צוועק.

די NOI איז די נעט אינקאם וואס קומט אריין פון די בנין, און פארשטייצעך דארף מען בעיקר קוקן וויפיל די בנין גייט מאכן ביים סטעבעלזירן.

קעפ רעיט איז א בענטש מארק, ס׳איז א וועג פון רעכענען פרייזן, למשל אין ברוקלין זענען מענטשען גרייט צו קויפן אפי׳ מיט א 6% קעפ רעיט ווס קליעוולענד אוהאו זענען אינוועסטערס נאר גרייט צו צאלן 8 אדער 10% קעפ רעיט.
ער מישט נישט גארנישט, קעפ רעיט איז טאקע גארנישט ווייל סנאך בעפאר די לאון פעימענטס, אבער א פעסטע אינידיקעיטער איז עס געווארן, מענטשן ווייסן שוין ווי די דיעל גייט שטיין בעיסט אויף קעפ רעיט.

למשל, ווען די רעיטס זענען געשטאנען ביי 7.5, האט מען געוואסט אז מברויך מינימום א 9 קעפ ביים סטעיבעלייזן, צו ארויסזעהן די געלט און נאך בלייבן מיט עפעס פראפיט.

כרעדט די פון די טיפיקעל 1-3 מיליאן דיעל, נישט די סינדיקעישאן סארט דיעלס וואס דארט גייט עס מיט קעש אן קעש , כרעדט די אין ענד אוט טייפ אף דיעלס
לעצט פארראכטן דורך intellectual אום זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ספענסער
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 10:25 am

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספענסער »

א שטיק געפיל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:00 pm
ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:34 pm
א שטיק געפיל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:04 pm
שכח פאר עפנען די אשכול איך כבין זיכער אז איך מיט אנדערע וועלן הנאה פין דעם
איך כהאב נאר נישט פארטאנען פאר וואס אויב די רענט איז העכער ווי דע מארקעט דארף מען אוועק לויפן
זייער פשוט.

שטעל דיר פאר אז דו באצאלט פאר א צוויי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג $3500 א חודש, און דו ווערסט געוואר אז משה, זרח, יענקל, געציל, אלע באצאלן נאר $3000 א חודש פאר די זעלבע דירה ווי דיר.
די סקונדע וואס דיין ליעס לויפט אפ, האסטו שוין געדינגען א צווייטע דירה אינעם געגענט.

לאמיר זאגן אז דו גייסט נישט מופן, גייסטו אבער זיכער מאכן אז דיין לענדלארד גייט איבערמאכן דיין קאך איידער דו מאכסט מיט אים א נייע ליס.

קענסט דעם פילינג ווען דו גייסט מקומות הקדושים, און די מקוה טשארדש דיר $10 אריינצוגיין? דעם אמת, וויפיל האנטיכער נעמסטו דעמאלטס?
עס איז א געוויסע געפיל, איך גיי אויסניצן יעדע פעני ווייל ער האט גענומען מער געלט וויפיל די פרייז איז.
מעמעג דיסעגרין מיט דיך
איך כהאלט אנדערש ווי לאנג יענע צאלט כאפ אריין, און דעס וואס די שרייבסט אז ער גייט אוועק לויפן די סקונדע וואס די ליעס לויפט אפ, געשענט אסאך מאל ווען די ווילסט רעיזן די רענט
סא דעס איז נישט קיין סיבה נישט צו נהנה זיין ווי לאנג מען קען
אגב איך בין נישט סתם א קיאסק אינגערמאן איך כבין אויך אין די פעלד פין ריעל עסטעיט
זעכער איז גיט צו באקומען די הויכע רענטס אבער צו באצאלן טייער פאר א בילדונג וועגן סאיז העכערע רענט ווי די מארקעט רענט מאכט נישט קיין סענס
Willy
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: ריעל עסטעיט מיט @ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

זייער הנאה געהאט!
Keep it up
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

green sunday האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 1:40 pm
ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:52 pm
green sunday האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:14 pm
3. פראביר אויפצוכאפן ווי די סוב געגענט פון דיין הויז ענדיגט זיך. און דאס קען מען נאר זעהן מיטן דרייוון/ארומשפאצירן דארט, ק יינמאל נישט אינוועסטירן אדער קויפן אין א געגענט וואס דו האסט נישט געטרעטן פיס דארט. נעם די פאר דאלער און פאר אראפ פאר אפאר שעה, עס לוינט זיך די 200 דאלער נישט צו דערלייגן דיין סעווינגס.
וואס אין וויאזוי קענסטו אלעס געוואר ווערן אין אפאר שעה פון סתם זיך ארום דרייען?
געווענטליך קען מען זעהן דעם געגענט ליניעס מיט אפאר שעה. קען זיין אז דאס קומט מיט מער עקספיריענס, אבער נאך די ערשטע 2-3 מאל וועסטו דאס שוין אליינס כאפן. מען דארף נישט זיין דערויף דער גרויסער מבין.
ווארענטי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 11:45 am

Re: ריעל עסטעיט מיט ווארענטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארענטי »

א שטיק געפיל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 2:00 pm
ווארענטי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:34 pm
א שטיק געפיל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:04 pm
שכח פאר עפנען די אשכול איך כבין זיכער אז איך מיט אנדערע וועלן הנאה פין דעם
איך כהאב נאר נישט פארטאנען פאר וואס אויב די רענט איז העכער ווי דע מארקעט דארף מען אוועק לויפן
זייער פשוט.

שטעל דיר פאר אז דו באצאלט פאר א צוויי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג $3500 א חודש, און דו ווערסט געוואר אז משה, זרח, יענקל, געציל, אלע באצאלן נאר $3000 א חודש פאר די זעלבע דירה ווי דיר.
די סקונדע וואס דיין ליעס לויפט אפ, האסטו שוין געדינגען א צווייטע דירה אינעם געגענט.

לאמיר זאגן אז דו גייסט נישט מופן, גייסטו אבער זיכער מאכן אז דיין לענדלארד גייט איבערמאכן דיין קאך איידער דו מאכסט מיט אים א נייע ליס.

קענסט דעם פילינג ווען דו גייסט מקומות הקדושים, און די מקוה טשארדש דיר $10 אריינצוגיין? דעם אמת, וויפיל האנטיכער נעמסטו דעמאלטס?
עס איז א געוויסע געפיל, איך גיי אויסניצן יעדע פעני ווייל ער האט גענומען מער געלט וויפיל די פרייז איז.
מעמעג דיסעגרין מיט דיך
איך כהאלט אנדערש ווי לאנג יענע צאלט כאפ אריין, און דעס וואס די שרייבסט אז ער גייט אוועק לויפן די סקונדע וואס די ליעס לויפט אפ, געשענט אסאך מאל ווען די ווילסט רעיזן די רענט
סא דעס איז נישט קיין סיבה נישט צו נהנה זיין ווי לאנג מען קען
אגב איך בין נישט סתם א קיאסק אינגערמאן איך כבין אויך אין די פעלד פין ריעל עסטעיט
100% אז ממעג דיסעגריען, און די שמועס ווערט טאקע נאר אינטערעסאנט אויב דיסעגריט מען!!

בנוגע אבער וואס דו שרייבסט אז נעם יעצט די רענט און נאכדעם וועסטו זיך שוין זארגן. אויב טוסטו דאס מיט זייטיגע געלט וואס ברענט דיר נישט די אינקאום צו קענען קאווערן די באנק וכדומה, אין אזא בחינה ווי סטאקס, קען איך הערן דיין פוינט.

נהנה זיין ווי לאנג מען קען, ווען מען ווייסט אז עס איז א טיים טיקינג באמב, איז די זעלבע בחינה פון אכול ושתו כי מחר נמות. אויב נעמסטו געלט פון אינוועסטארס זאלסטו זיין גאר אויפריכטיג מיט זיי אין א קלארע אימעיל אז די רענטס איז היבש העכער די מארקעט און דאס איז א שפיל פאר צוויי יאר מאקסימום.
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”