לדעתי איז זילאו נישט קראנט. כהאב שוין באקומען מעהר פון וואס כהאב געזען אויף זילאו, סדא געגענטער וואס דיינע טענענטס וואס דו זוכסט צו באקומען דרייען זיך נישט אויף זילאו, די ספאנישע חברה טרעפט מען גרינגער אויף פעיסבוק מארקעט פלעיס.
די עכטע וועג, רעדן צו מענטשן וואס אונען אין די געגענט , די בעסטע וועג איז זיך לערנען אויף די אייגענע הויט...קויף א קלענערע קאנסערוועטיוו דיעל אין די געגענט און שמעק אויס די רענטעל מארקעט.אביוויעסלי רעדט מען פון א געגענט וואס טשעקט אלע באקסעס.
---- סובסקריייבט.
100% מסכים צו יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן. די אלף בית איז נאך אלס זילאו, אוודאי MLS איז אסאך בעסער, און אפגערעדט רעדן צו א בראוקער. די פראבלעם וואס איך האב געהאט מיט בראוקערס, אויב זיי שמעקן אז דו ווילסט הערן גוטע נאמבערס, וועלן זיי דיר צוזאגן עפרות זהב און דו זאלסט סיינען מיט זיי עקסלוסיוו. מען דארף נעמען זייערע ווערטער מיט שטיקער זאלץ. אן אויפריכטיגער OWNER אין יענע געגענט, וועט דיר העלפן טויזענט מאל מער ווי סיי וועלכע וועבסייט אדער בראוקער.
פארדעם האב איך קלאר געשריבן אז מען דארף גוט בודק זיין צו מען קען בכלל רעיזן די רענט דארט, און וואס איז די מהלך דערפאר.
ב"ה אין די געגענטער וואס איך פארדינג, איז נישט דא בכלל דעם מושג פון רענט קאנטראל. דאס לעצטע מאל וואס איך האב דאס געהערט איז געווען ווען איך האב עוסק געווען אין ניו יארק/ ניו דשירזי (איינע פון די סיבות וואס איך גיי אויסרעכענען, פאר מיין אוועקגיין פונעם ניו יארקע מארקעט)
דאס לעצטע מאל וואס איך האב דאס געהערט איז געווען ווען איך האב עוסק געווען אין ניו יארק/ ניו דשירזי (איינע פון די סיבות וואס איך גיי אויסרעכענען, פאר מיין אוועקגיין פונעם ניו יארקע מארקעט)
לויקינג פארווארד צוהערן איבער די טרענזישען!
ווייל אסאך אוט אף סטעיט דיעלס האבן אויך ביטערליך בעקפייערד, אינשורענס, וועקענסיס וכו.
green sundayהאט געשריבן:↑דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:14 pm
קודם א ישר כח פארן זיך נעמען די מי און אפשרייבן דעם ארטיקל, כה לחי האלט אן ווייטער
די שאלה איז אבער ווי אזוי ווייסט מען די עכטע רענט פרייז אין די געגענט? די סאפטווערס וואס איז דא נעמען ציזאם פון א גרויסע שטח, די מענידשמענט קאמפעני קען מען אויכנישט אייביג גלייבן.
אפאר סטעפס: 1. פאר רעזידענטל נוץ איך ZILLOW און פאר קאמערשל נוץ איך COMMERCIALSEARCH אדער LOOPNET. ווענדט זיך אינעם געגענט.
2. יעדע געגענט האט א גרויסע געגענט און א סוב געגענט. נעם פאר א דוגמה קרית יואל: אינו דומה א 5 בעדרום אויף מרדכי שעהר ווי א 5 בעדרום אין שכינות ברך משה, הגם ביידע זענען קרית יואל.
3. פראביר אויפצוכאפן ווי די סוב געגענט פון דיין הויז ענדיגט זיך. און דאס קען מען נאר זעהן מיטן דרייוון/ארומשפאצירן דארט, קיינמאל נישט אינוועסטירן אדער קויפן אין א געגענט וואס דו האסט נישט געטרעטן פיס דארט. נעם די פאר דאלער און פאר אראפ פאר אפאר שעה, עס לוינט זיך די 200 דאלער נישט צו דערלייגן דיין סעווינגס.
4. ביידע האבן אן אפציע פון צוימען די רעזולטאטן צו ממש אפאר בלאקס. גיב א קוק די דוגמה דא: Zillow.jpg
אויף די לינקע זייט קענסטו זעהן די מאפע פונעם סובמארקעט וואס איך האב אויסגעוועלט, אויף די רעכטע זייט קענסטו זעהן די פרייז פון נידעריג און ארויף. און אזוי הייבט מאכט מען אן עקסעל פון בערך וואס איז דא אינעם געגענט כהיום, קוק די חילוקים פון א בנין (מיט פארקינג אדער אן, נייע אפלייענס, וכדומה) און לייג אריין נאך א קאלום אויף די חילוקים, דאן קענסטו זעהן צו וועלכע דיין בנין איז די ענדליכסטע און וויפיל די מארקעט דערויף איז.
5. געווענטליך נאכן דורכקוקן די דירות וועסטו אליינס כאפן וועלכע איז גוטע דירה און וועלכע נישט. לדוגמה די דירה (אויפן בילד פריער) פון $1,085 וואס איז 670 סק. פ. איז זייער 'פאצאריש' געווארן עדווערטייזט (נישט קיין שיין בילד אויפן קאווער, אן עראו וואס איז אלטמאדיש), משא"כ די דירה ממש צו זיין לינקס קאסט א סטודיאו די זעלבע וואס דער אנדערער בעט פאר אן 1 בעדרום. פארוואס? ווייל ער איז זיכער א פרישערע און שענערע דירה.
לדעתי איז זילאו נישט קראנט. כהאב שוין באקומען מעהר פון וואס כהאב געזען אויף זילאו, סדא געגענטער וואס דיינע טענענטס וואס דו זוכסט צו באקומען דרייען זיך נישט אויף זילאו, די ספאנישע חברה טרעפט מען גרינגער אויף פעיסבוק מארקעט פלעיס.
די עכטע וועג, רעדן צו מענטשן וואס אונען אין די געגענט , די בעסטע וועג איז זיך לערנען אויף די אייגענע הויט...קויף א קלענערע קאנסערוועטיוו דיעל אין די געגענט און שמעק אויס די רענטעל מארקעט.אביוויעסלי רעדט מען פון א געגענט וואס טשעקט אלע באקסעס.
ב- מען דארף באמת אדורכליינען יעדעם סעיף קטן. בדידי הוה עבדא, איך האב אמאל פארזעהן דעם סעיף אין א טענענטס ליס. די עגמת נפש וואס איך האב געהאט פון דעם, איז אסאך מער ווי מען קען זיך סתם אזוי פארשטעלן.
1 - Ivelt.png (20.63 KiB) געזען 605 מאל
ג- טענענט סקעדשול. מאך דיר אן עקסעל וואס זאל לויפן לויט די חדשים און לויט די טענענטס. און אזוי וועסטו קענען זעהן פונקטליך ביז ווי יעדעמ'ס ליעס לויפט, ווען גייט ארויף די רענט און מיט וויפיל, און עס איז וויכטיג פאר שפעטער אריינצולייגן די הוצאות פון פריש פארדינגען. עיין להלן 'עתיד' סעיף 4).
2- טי 12 (טרעיל 12) און רענט ראול. דאס איז א פרינט אוט פון סיי וועלכע רענט סאפטוועיר דער מוכר ניצט, און עס ווייזט דיר באמת וויפיל יעדער טענענט האט באצאלט די לעצטע 12 חדשים. דארט דארף מען אויפזיכן 1) צו טענענטס האבן באצאלט לעיט פיעס (דאס ווייזט דיר אויב טענענטס באצאלן שפעט), 2) אנדערע פיעס (קענסט דארט זעהן וועלכע סארט פראבלעמען דער מוכר האט געהאט מיט די טענענטס), 3) אויב טענענטס זענען שולדיג געלט, און אזוי ווייטער.
הוצאה: פארדעם דארף מען טשעקן: 1. אינוואויסעס בעהט פונעם מוכר א קאפי פון "יעדע" אינוואויס וואס ער האט באצאלט די לעצטע 12 חדשים. וועסט זיין סורפרייזט וויפיל דו וועסט געוואר ווערן דערפון. די ערשטע זאך איז פשוט, קענסט זעהן צו עס שטומט מיט די פי ענד על. צווייטענס צו דער מוכר באצאלט לעיט פיעס, דאס ווייזט דיר וועלכע סארט מענטש דו האנדעלסט מיט. דריטענס, טשעק וועלכע קאמפעני דער מוכר ניצט פאר זיינע זאכן (פעינט, עלעקטערישן, פלאמבער וכו). דו קענסט דארט גראד זעהן אויב ניצט ער נערמאלע קאמפעניס אדער אויב ניצט ער גארביטש קאמפעניס (וואס דאן קענסטו גראד וויסן אז דו וועסט דארף איבערמאכן פארשידענע זאכן וואס דו ווייסט נאך נישט יעצט)
2. פי ענד על פשוט
3. קאנטראקטס וואס ער האט מיט קאמפעניס דאס קען זייער נוגע און מען זעהט דאס נישט אלס אינעם פי ענד על וכדומה. לדוגמה, אויב האט ער אן עגרימענט מיט די לענדסקעיפער אז ער דארף שניידן די ביימער יעדעס יאר און עס איז אן עקסטערע פרייז. קענסטו זעהן אויב עס איז טאקע געטוהן געווארן צו דער מוכר האט מחליט געווען אז ער פארקויפט דאס סיי ווי, און א גוטן פורים, ער לאזט דאס פארן קונה זיך צו ספראווענען מיט דעם.
דאס איז מער ווייניגער די ליסט וואס איך האב ביי יעדעם בנין באזינדער, און עס לוינט זיך נישט צו נעמען קיין שארט קאטס ווען עס קומט צו דעם. עס איז די מינימום השתדלות וואס א מענטש איז מחיוב צו טוהן נישט צו גיין מעותיו על קרן הצבי.
ווען איך שיק אריין מיין על. או. איי. לייג איך אייביג אריין די ליסט וואס איך גיי בעטן פונעם מוכר:
2 - Ivelt.png (72.33 KiB) געזען 605 מאל
הגם דאס איז ווייט פון אלעס וואס איך גיי אים בעטן, אבער דאס ווייזט דעם מוכר אז איך בין ערענסט מיט מיין ד"ד, און איך גיי נישט סתם אזוי שפיעלן מיט זיין צייט.
__ עד כאן פרק ב'
נ.ב. אויב איינער וויל פרעגן סיי וואס, איך וועל אי"ה הארצן גערן ענטפערן. גארנישט איז נישט קיין אן עמהארצות אינעם עולם המסחר. הצלחה רבה!