ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו! (#הקדמה)
ברוכים הבאים צום נייעם ארטיקל, "שלפים - א ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!"
א גוטן אווענט, א גוטן אווענט, די עולם ווערט געבעטן זיך צו זעצן און זיך צו מאכן באקוועם, עפענטס אויף די פאסיג'ס, טוט'ס ענק אויס די שיך. נע, כ'מיין עס אמת'דיג, מאך דיר היימיש, האסט זיך נישט פון וואס צו שעמען. שפיר דיך באקוועם.
פיין, די עולם איז גרייט? שוין. קען מען אנהייבן, הייבטס אן אריינברענגען די טשאלנט. וואס? כ'הער נישט?! נאר די טשאלנט?! יא יא. נאר די טשאלנט, די רעשט וועט מען אריינברענגען שפעטער.
אבער איין מינוט, איין מינוט! סטאאפ! ברענגט גארנישט נישט אריין! נישט קיין טשאלנט און נישט גארנישט! די עולם ווייסט פשוט נישט וואס טוט זיך דא... טשאלנט? ליל שישי? יש משהו? וואס אין די וועלט גייט דא פאר??
איז לאמיר מאכן א שטיקעלע הקדמה, פאר מ'הייבט אן פארברענגען.
שוין א לענגערע תקופה וואס ליגט מיר אין קאפ, אנשטאט צו שרייבן דא און דארט ארטיקלען אין די אייוועלט אריין, לאמיר פיינעלי ארויסקומען מיט א אפיציעלע ליל שישי פארברענג ספעציעל געווידמעט בלויז פאר די אייוועלט באנוצער, וואס דא וועט מען צוזאמען פארברענגען אויף א גוטע טשאלנט-קוגל, איך העל זיך משתדל זיין צו ברענגען וויפיל איך קען, וואס איך וועל נישט מצליח זיין צו ברענגען, אדער אפילו טאמער יא, אסאך מאל העט מען נישט ברענגען גענוג, העט די עולם אליינס מיטברענגען (פארשטייט זיך גענוג פאר די גאנצע עולם).
ווען? אה, א גוטע קשיא. צו מ'העט קענען ארויפקומען יעדע וואך מיט גאנצע פולע ליל שישי בעג'ס אנגעפילט מיט כל טוב וטוב? ווייס איך נישט. אבער כ'וועל זיך משתדל זיין ארויפצוקומען (וועכנטלעך) מיט כאטש עפעס, אמאל א גאלע, אמאל נאר לעבער מיט אייער-קיכעלעך. העמיר זען.
וואס גייט זיין צוגעשטעלט? א גוטע קשיא, לאמיר אייך פארלייגן נאר די מינומים פון די מעניו, און די רעשט העט קומען מיט די צייט. און ווי שוין ערווענט, מוז נישט זיין אז יעדע וואך וועט מען קומען מיט אלעס. סאו, דא האט איר א קליינע חלק אויף וואס מיר גרייטן זיך צו בעזר השם.
טשאלנט
הע, אוודאי, נאר וואזשע דען? וואס איז דא בעסער ווי א גוטן טעלער הייסע פליישיגע טשאלנט?? סאו, אונזער טשאלנט, וועט זיין אזויווי די 'מעין פארציע', די גרויסע געהעריגע ארטיקל. פארוואס טשאלנט? ווייל אזויווי טשאלנט הייסט טשאלנט וויבאלד ס'איז א טשאלנט, איז אונזער ארטיקלען וועט אויך זיין טשאלנדיג, איינמאל לאכעדיג, איינמאל ערענסט, איינמאל פאזיטיוו, איינמאל עפעס אנדערש, בקיצור, ס'העט נישט זיין א אפיציעל נושא וואס אויף דען וועט מען זיך לייגן. סתם ארטיקלען וואס עס פאלט מיר איין. (כ'האף נאר צו ברענגען יעדע וואך גוטע זאפטיגע פליישיגע טשאלנט און נישט סתם אויסגעטריקנטע פארווע'נע.. דאס האט שוין אבער מיט די מענטשן ארום מיר, וויפיל זיי דרייען איבער....)
גריבן
אה, ווי געשמאק אריינצובייסן אין גריבעלעך. סאו, אונזער גריבן וועט זיין געווידמעט פאר קליינע אינטערעסאנטע געדאנקען. מ'העט ארויפברענגען אויפן טיש אי"ה אינטערעסאנטע געדאנקען וואס איז ביי געפאלן, אדער סתם געשמאקע פאסירונגען וואס מ'האט מיטגעהאלטן במשך'ן וואך, נאר, ס'פשוט זאכן וואס קומען נישט געהעריג אריין אינעם טשאלנט, ס'א זאך עקסטער פאר זיך, אדער קען מען פשוט נישט מאכן פון דעם א טשאלנט ווייל ס'צו קליין. אזויווי גריבעלעך וואס איז קליין און געשמאק אריינצובייסן אין דעם.
גאלע
הע הע. איז גאלע נישט געשמאק? ברענגט דיר גאלע נישט ארויף א שמייכל אויפן געזיכט? איז, נו, פארוואס נעמסטו נישט אביסל?.. אונזער גאלע העט זיין געווידמעט פאר ווערטלעך און וויצן וואס מ'האט געהערט, אדער געזען אדער אפשר אפילו אליינס איינגעפאלן, און מ'העט טיילן פאר די עולם, ארויפצוברענגען א שמייכל אויפן פנים.
דאס איז די בעיסיק'ס וואס מיר וועלן זיך משתדל זיין צו ברענגען וועכנטליך כאטש איינע פון די 3. נאכדעם איז דא איין זאך וואס העט לכאורה נישט זיין יעדע וואך, אפשר העלן מיר עס מאכן נאר יעדע שבת מברכים, כ'ווייס נישט, ס'נאכנישט קלאר, אבער לאמיר ענק כאטש זאגן וואס דאס איז:
יאפטשיק!
אזויווי יאפטשיק קוקט אויס א קוגל, און נאר אינעווייניג איז באהאלטן די גוטע פלאנקען, און ווען מ'עסט עס זוכט מען טיף אריין צו טרעפן די פלייש, אזוי אויך וועלן מיר פרובירן צו ברענגען פון צייט צי צייט א אינטערוויאו מיט איינע פון די חשוב'ע ניק'ס דא אויפן וועלט, וואס אינדרויסן קוקט ער אויס פשוט, אבער אינעווייניג איז זיכער דא עפעס מער.
אויך למשל וועט אסאך מאל זיין גוטע טשיפקעס , - שארפע מחאות אויף וואס געפעלט מיר נישט, קען זיין מ'העט פארשאפן גוטע אייז-קאלטע סאדע , א שטיקל תורה אדער א רעיון אויך פרשה (כי התורה נמשלה למים כידוע).
פיין. כ'מיין אז די עולם הייבט אן צו ווערן זאט.
יעצט הערט מיר אויס מיין פלאן, יעדע וואך דאנערשטיג, אי"ה ערגעצוואו נאכמיטאג, מסתמא ארום 4-5 ביי ענק אין אמעריקע, העלן מיר ארויפלייגן די פארברענגען, יעדע וואך העט מען אי"ה עפענען אן א עקסטערן אשכול, פאר די וואכעדיגע פארברענג. און די עולם זאל צוזאמען פארברענגען, און יעדע קען ברענגען וואס ער וויל (ווילאנג ס'איז אויסגעהאלטן לויט תקנות המקום...), פארשטייט זיך בעט מען זיך צו האלטן איידל און רואיג, נישט כאפן, ס'עניוועיס דא גענוג פאר יעדן.
מיר האפן ארויסצוקומען מיט די ערשטע פארברענג נעקסטע וואך פרשת נצבים-וילך בעז"ה, און איך זאג שוין אז לויט די פלאן וועט נישט פארקומען גאנץ חודש תשרי א פארברענגן וויבאלד רוב ליל שישי'ס זענען יום טוב. און ערב יו"כ איז מען פארנומען.
פאר עני הערה, הארה אדער קריטיק קען מען זיך ווענדן צו מיר אין אישי. אזוי אויך ווער עס וויל ווערן אינטערוויאו'ט קען זיך אויך ווענדן צו מיר.
וואס נאך האב איך געוואלט זאגן? אה, יא, נאר נאך איין זאך, אויב איז דא דא איינער וואס וויל זיך וואלונטירן, וואס העט קענען פי די עף'ן פאר מיר די פארברענג און אזוי העט מען עס ארויפלייגן אז די עולם זאל עס קענען ארויספרינטן און מיטנעמען השפעות אויף די גאנצע וואך - זאל זיך ביטע אויך ווענדן אין אישי.
@יש משהו