הילף פאר בעלי תפילות ימים נוראים
אזויווי די ימים נוראים זענען שוין אראנד די קארנער, וויל איך מאכן א אשכול פאר בעלי תפילות זיך צינוף שמיעסן איבער גוטע געדאנקען פאר נסחאות און ניגונים.
ניגונים איז א וועלט פאר זיך, אבער זייער אסאך ניגונים פאסט נישט צו זינגען אין שול, בפרט ימים נוראים. פון צווייטן זייט איז דא אסאך ניגונים וואס איז באמת שיין, נאר וויבאלד ס'קומט מיט ווערטער, כאפט מען נישט ווי גוט זיי זענען.
אלזא, ביטע נישט אריין ציען דעם אשכול אין קיינע שמועסן, נאר בלויז געדאנקען וואס קען זיין בייהילפיג.
אזוי אויך וויל איך זייער ווער ס'קען ארויף לייגן לינקס מיט ניגונים געזינגען אדער מיט מוזיק.
איך וועל אנהייבן מיט א געדאנק וואס איך האב פאריאר געזינגען, און איינער האט מיר נעכטן געזאגט אז ס'איז אזא געוואלדיגע איינפאל. (אנדערע זאכן זענען נישט קיין חידושים) האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם אשכול.
אויף זכרינו לחיים האב איך גזניגען דעם ריבניצע תניעה.
איז אזוי. ס'איז א קליינע שטיקל, און רוב ניגונים זענען לענגער פון דעם. האב איך קודם איין מאל געזינגען דעם תניעה אן ווערטער כדאי דער עולם זאל פארשטיין וואס איך וויל. דערנאך איז דער עולם שטיל געבליבן, מיינענדיג אז ס'איז בלויז א אינטרא פאר א ניגון.
דאן בין איך אריין געקומען מיט די ווערטער אויף דעם תניעה, און יעדער האט אויס געהערט וויאזוי איך זעץ די ווערטער, און אויך פארשטאנען וואס איך זינג.
ס'האט אויס געקוקט ווי א קווייער וואס האט זיך אנגעגרייט אויף דעם.