א שרעקליכע טראגעדיע ל"ע - איז עס דיין קרוב?? רייס איין!!
( כאמאס האט דאך אנגעהויבן די מלחמה )
איז דא א הוה אמינא אז די פילע מלחמות און א"ג סוקסעס פון די שמדינה במשך די לעצטע 75 יאר האבן נישט געשפילט א ראלע דערין???
זאגט מיר מיין פאטער זז"ג, אז ער טראכט צוריק די פון די אלע נסיונות פון די א"ג ניסים און סוקסעסן ביי פריערדיגע מלחמות במשך די לעצטע 75 יאר, ווי מ'האט געזינגען די זעלבע ניגונים אז מ'מוז עס טון ווייל ס'איז הבא להרגך, און אז די מיליטער מוז עס טון ווייל נאכדעם גייט זיין רואיג און פרידן.
איך געדענק אלץ קינד ווען מ'האט און חדר דערציילט היסטאריע פון די הקמת המדינה, מ'האט גערעדט פון די שחיטה פון תרפ"ט וואס די אראבער האבן דורך געפירט און חברון ווי 67 אידן זענען ל"ע אומגעקומען מיט מיתות משונות, מ'האט זיך איינגערעדט אז נאכן אויפשטעלן א מדינה, מיט א מעכטיגע מיליטער, מיט די בעסטע טעכנעלאגיע, יעצט קען שוין אזאנס נישט פאסירן, די שמדינה פירט אויס באמבעדירונגען יעדע שני וחמישי, יעדע שטיק צייט ווערט ליקווידירט נאך א הויכראנגיקע טעראר פירער, ושלום עלי נפשי
שמינו עצרת תשפ"ד האט אלעס געטוישט!
יעדער האט געזעהן אז נאך 75 יאר שמדינה פראפעגאנדע און הבטחות קען זיך ליידער איבערחזר'ן א חברון שחיטה! אבער נישט 67 הרוגים נאר 1200!!!
האלטענדיג נאך די שמיני עצרת שחיטה ה"י האלט איינער אז די שמדינה איז עפעס וואס ראטעוועט אידישע נפשות בארצינו הקדושה און אויפן גאנצן כדור הארץ??
פון נאכן האלעקאסט עד היום איז דא נאך א לאנד אויף די וועלט ווי אזויפיל אידישע נפשות זענען שוין ליידער אומגעקומען ה"י מיט מיתות משונות?
נאך 75 יאר פון די א"ג אידישע שמדינת שמד האלט נאך איינער אז ס'גייט אמאל זיין סטאביליטעיט אינעם מיטל מזרח בעפאר ביאת הגואל??
ס'איז א גרויסע סכנה אז און רעזאלטאט פון די ביפער אטאקע זאל ליידער זיין אידישע קרבנות ה"י רח"ל, ווי איז בכלל שייך זיך צו פרייען מיט אזא אקציע וואס איז גורם רציחות אויף אידן ה"י?
איז דא א הוה אמינא אז חיזבאלא גייט פארגעסן די אלע מכות וואס זיי כאפן אריין?? זענען זיי מעביר על מדותיו??
אויב זאל דיר איינער זאגן אז אלץ רעזאלטאט פון אזא אטאקע קען עס ח"ו קאסטן דאס לעבן פון דיינס א נאנטע קרוב וואלסטו געווען פרייליך נאך אזא אטאקע אדער גאר פאררופן א יום תפילה??
טייערע אינגערמאן, נעם א תהילימ'ל און רייס איין פאר דיין קרוב און גוטע פריינט וואס געפינט זיך און א סכנה ל"ע!!
יעדע סוקסעספולע אטאקע פון די מדינה זאל דיר אויפטרייסלען און אוטאמאטיש ארויסנעמען דעם תהילימ'ל צו מתפלל זיין פאר דיין חבר, קרוב, ואחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשבי'! המקום ירחם עליהם!
השי"ת זאל האלטן א שמירה אויף כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם ובפרט על יושבי ארץ ישראל!
מ'זאל מיר זוין זוכה זיין צו זעהן ישועת כל ישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן!!
ידיד נפש אב הרחמן..