אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
אין אט די מאמענט זענען פארגעקומען פיל ארגערע עקספלאזאציעס, וועלכע האבן געקאסט פיל הארבערע קאנסעקווענצן פאר די וועלט, זיי האבן צוגרונד געלייגט די פונדאמענטאלסטע און קריטישסטע פון מענטשהייט אויף א מאסשטאבליכע פארנעם.
גערעכט טאקע, די נייעס קוועלער האבן דאס נישט באריכטעט און געמאלדן, אבער דאס טאר נישט גענצליך איגנארירט ווערן. צו זיך פארהוילן דערפון איז א פארברעך און אומרעכט - ווען מען קען פארמיידן דעם אויסטערלישן געפאר וואס לויערט דורך איר אדרעסירן און דראען דערוועגן.
אט די אטאקעס זענען געקומען פון פארשידענע סארטן אפאראטן און מאשינקעס, זעבארע און הערבארע, אזוי אויך פון איינפאכע מויל און אויער וואס האבן פארשפרייט די שעדליכע כעמישע באצילן - וואס זענען אריבערגעפלאנצט געווארן אין די קערפער פון די אומוויסנדע באטרעפנדע און זיי פאראומגליקליכט מיטאמאל.
אט דער טויטליכער גיפט און שעדליכע שראפנעל שטאמען פון די איבערבלייבענישן פון די לבנון-אויפרייסן, דאס איז נישט עפעס אנדערש ווי דאס עקסטאז און שטאלץ וואס האט אריינגעדרינגען אין די אינערליכע סענסעטיווסטע ארגאנען פון דאס הייליגסטע און געערטסטע פערזאנען וואס זענען געקומען אויף דעם ערד-פלאך מיט א ריזיקאלישע מיסיע פון אויספאלגן גא-ט'ס געבאטן און נישט ווערן פארטייבט און פארבלענדט פון די געמיינע קלאנגען פון מינות און כפירה.
די לבנון-אטאקעס האבן אפעקטירט געוויסע אין קאפ און הארץ, אבער פילע זענען בלויז געשעדיגט געווארן אין מער פארגרעבטע טיילן פונעם קערפער ווי די פיס און הענט. אויך וועם עס האט עלימינירט איז בלויז אומגעברענגט געווארן א מאטעריאליסטישן קערפער, ווידער ביי אונזער לאגער האט דאס געקאסט ביטערערע רעזולטאטן, דאס פרייליכקייט און קוועלן פון די געשאפענע סיטואציע געשעדיגט און פארדארבן אונזערע סאמע טיפסטע סטרונעס פון הייליגן נשמה שבמח און ריינע הארץ.
מיר דארפן זיך באשיצן און פארטיידיגן, מיר דארפן זיך היילן און אויסרייניגן.
דאס איז נישט מיין מיינוג, אזוי זאגט דער הייליגער סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו.