שטייט א אידישע מאמע און וויינט. ווער וועט מיר העלפן?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

שטייט א אידישע מאמע און וויינט. ווער וועט מיר העלפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

עס איז פאר יעדן באקאנט די ניגון פון יאסעלע ראזענבלאט "אידישע מאמע", און מ'דארף פאר קיינעם נישט מסביר זיין וואס א מאמע איז פאר א אידישע שטוב. א אידישע מאמע ארבעט ווי א סטאדע פערדן איבערן טאג, און ס'איז נישט מעגליך אפילו פאר צען מענטשן, איבערצונעמען די ארבעט וואס א מאמע טוט אין שטוב.

הערט א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט מיט מיינס א קרוב משפחה, א מאמע פון א שטוב מיט קינדער.

פון איין טאג צום צווייטן האט די מאמע אנגעהויבן שפירן שוואך, אבער פאר א אידישע מאמע איז שוואכקייט קיין אפהאלט פון ווייטער פירן די שטוב ווי ביז דאן, און אזוי איז זי ווייטער אנגעגאנגען נאך א טאג און נאך א טאג. יעדן טאג וואס איז פארבייגעגאנגען, האט די מאמע אנגעהויבן שפירן שוואכער און שוואכער, נאך שוואכער און נאך שוואכער. שוואכקייט איז טאקע נישט קיין אפהאלט פאר א ענערגישע מאמע, אבער ס'קומט א צייט ווען ס'איז פשוט נישט מעגליך אנצוגיין ווייטער מיטן טאג טעגליכן סדר היום.

א וויזיט ביים דאקטער איז אפגעהאלטן געווארן א טאג שפעטער, וואו דער דאקטער האט מודיע געווען פאר די פרוי אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט איר לעבער, "גיי אין שפיטאל זיך אויסטשעקן" האט דער דאקטער געווארפן דעם ערשטן שרעקעדיגן באמבע.

מיט קיין סאך ברירות איז זי נישט פארבליבן, איז זי בלית ברירה אריין אין שפיטאל זען וואס די פראבלעם מיט איר לעבער איז. מ'האט פון איר גענומען כל מינע טעסטס, בשעת זי שעפשעט א תפילה צום בורא כל עולמים בעטנדיג אז די גאנצע זאך זאל זיך אויסלאזן צום גוטן. די ריזאלטס זענען ענדליך צוריק - נאכן ווארטן עטליכע שעה אין שפיטאל אנגעצויגן, און- - -

די ריזאלטס זענען צוריק. מ'קען שניידן די לופט אינעם צימער מיט א מעסער. דער דאקטער קוקט אויף די פרוי און זי קוקט צוריק אויפן דאקטער. טרערן זענען צי ביליג - זיי ווייסן אז יעצט איז נישט די צייט דערפאר. שטילערהייט מורמלט זי ארויס עטליכע ווערטער, און דער דאקטער - וועלכע איז שוין צוגעוואוינט צו אזעלכע סיטואציעס - פארשטייט יעדע ווארט, זי וויל וויסן וואס די פראצעדור איז צו באקומען א לעבער טרענספלענט.

נאכגעפאלגט דעם אומשולדיגן פראגע, איז געקומען צו פליען א ליסטע פון פיר הונדערט זאכן וואס דארפן אין די קומענדיגע טעג און וואכן פאסירן. עס שטייט דארט אן עלנדע אידישע מאמע, וואס הייבט נישט אן צו וויסן די ערשטע זאך איבער דעם גאנצן פראצעדור.

זי זיצט שוין אינעם קאר אויפן וועג אהיים. זי האלט שוין נאכן רעדן מיט איר מאן - וועלכע וועט שוין איבערגעבן די בשורה פאר די קינדער אויפן בעסטן מהלך מעגליך. זי בליקט אריין אינעם זעקל וואס מ'האט איר דערלאנגט ביים ארויסגיין פון שפיטאל, זארט ליגן אומגעפער זעקס זיבן הונדערט צעטלעך מיט דאקומענטן מיט אנווייזונגען מיט וואס נישט. "וואס טוט מען דא ווייטער רבוש"ע?" שעפשעט זי שטיל בשעת א טרערעלע גליטשט זיך ארויס אן רשות. "פאר אזויפיל זאכן זענען שוין דא היינט ארגענעזאציעס וועלכע העלפן ארויס אידן בעת צר, פונקט פאר לעבער טרענספלענטס איז נאך נישט דא? פארוואס?" טראכט זי שטיל.

אנקומענדיג אהיים האט איר אפגעווארט איר עלטסטע טאכטער - א אינגע ווייבל - וועמען די טאטע האט נארוואס מודיע געווען דעם ביטערן סיטואציע אין וואס די מאמע געפינט זיך. די געטרייע טאכטער האט זיך אראפגעזעצט מיט איר מאמע'ן ביים טיש, און אנגעהויבן ארומרופן קרובים און באקאנטע - פראבירנדיג צו ווערן אביסל קלוגער אין דעם פעלד פון לעבער טרענספלענטס. עס האט נישט גענומען מער ווי איין טעלעפאון קאלל, און די צווייטע קאלל איז שוין געווען צו די הויפטקוואטירן פון 'אודה'.

'אודה' האט מיט א געניטקייט איבערגעומען די קעיס, און זיי האבן פארזיכערט די מאמע אז זי זאל זיך מער פאר גארנישט זארגן - 'אודה' וועט זיכער מאכן אז אלעס פאלט אין פלאץ.

עס האבן זיך אנגעהויבן סקעדועלן אפוינטמענטס איינס נאכן צווייטן. היינט אין דעם שפיטאל, מארגן אין יענע, נעקסטע וואך אין א דריטע. "מיר וועלן דיר נישט לאזן אליינס אויפן וואסער" האט 'אודה' פארזיכערט, "מיר וועלן דאס דורכמאכן צוזאמען מיט דיר!" האבן זיי געזאגט מיט א שטייפקייט.

צעביסלעך האבן זיך זאכן אנגעהויבן אראפסעטלען, מ'ווייסט שוין וועלכע שפיטאל און וועלכע דאקטער, און אט אט האפט מען שוין בעז"ה צו האבן די ריכטיגע קאנדידאט פאר א טרענספלענט.

נאכן באשטעטיגן דעם דאונער וועלכע וועט ביישטייערן פון זיין לעבער פאר דעם צעבראכענעם מאמע, האט מען אין א גוטע שעה געסקעדועלט דעם ענדגילטיגן סערדזשערי. די מאמע - וועלכע איז שוין אזויפיל אריבער אין די לעצטערע וואכן - האט ענדליך געשפירט ווי מ'האלט שוין אט אט ביים סעודת הודאה, אדאנק 'אודה'.

"סערדזשערי איז פערטיג און דיין מאמע איז אין א גוטע צושטאנד. די סערדזשערי איז געווען סוקסעספול" האט דער נורס געלאזט וויסן פאר די ווארטנדע טאכטער. "אודה השם!" האט זיך אן פרעגן ארויסגעריסן פון איר מויל. זי לויפט אריין צו איר מאמע אין צימער און כאפט אן איר האנט ווען א טרערעלע רינט פון ביידע פון זיי.

'אודה' איז אבער נאכנישט פערטיג. די געטרייע שטאב פון 'אודה' וועט יעצט זיכער מאכן אז די מאמע האט אלעס וואס זי דארף ביזן אהיימקומען געזונטערהייט, און זיי וועלן גלייכצייטיג אויך זיכער מאכן אז דער דאונער באקומט אויך אלעס וואס ער דארף - חלילה אים נישט צו מאכן שפירן אז ער האט עפעס דערלייגט מיטן ראטעווען א איד.

-

עטליכע חדשים זענען אריבער, די מאמע איז ב"ה צוריק צום געווענליכן בעפאר-דייעגנאוז רוטין, די דאונער איר אויך ב"ה צוריק צו זיין טאג טעגליכן רוטין.

-

די רעשט איז היסטאריע - איר האט נארוואס געענדיגט ליינען א טאג טעגליכע געשיכטע וואס שפילט זיך אפ אינערהאלב דעם - היינט שוין באקאנטן - ארגענעזאציע 'אודה'.

טייערע אידן. איך האב גענומען א פעידזש פאר אייוועלט. ביטע קומט אריין געבן אייער ברייטהארציגע נדבה.
און בזכות זה זאלט איר זיין געזונט און שטארק

viewtopic.php?t=71561
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: שטייט א אידישע מאמע און וויינט. ווער וועט מיר העלפן?

אן עקסטערע ייש"כ פאר ידידנו @שוואכער פארן איבערקוקן און מגיה זיין
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2590
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: שטייט א אידישע מאמע און וויינט. ווער וועט מיר העלפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

אן אייניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 7:54 pm

טרערן זענען צי ביליג
דעיס איז א שטארקע ליין!!
stop.already.pls
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 22, 2022 8:45 pm

Re: שטייט א אידישע מאמע און וויינט. ווער וועט מיר העלפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך stop.already.pls »

אוי...

א סקרוך איז מיר אריבער אין קערפער, פון אויבן ביז אונטען.

אבער יעצט זעה איך דאס איז נאר א משל, טאקע אזוי פאסירט עס, אבער נישט אז מ'רעדט דא פון איינעם פערזענליך.

דער אייבערשטער זאל שוין אלעמען העלפן.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: שטייט א אידישע מאמע און וויינט. ווער וועט מיר העלפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

stop.already.pls האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:32 pm

דאס איז לידער א מעשה שהיה. עס איז געשען מיט מיינס א קרוב (איך קען נישט שרייבן ווי נאנט משום גילוי) און לכבוד דעם האב איך גענומען א פעידזש.

ביטע לייגט ארויף אפאר דאללער לזכותי. און דער בוכ"ע וועט אייך באצאלן מיט שפע רב. נחת ותענוג

אן אייניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:42 pm
stop.already.pls האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 8:32 pm

אוי...

א סקרוך איז מיר אריבער אין קערפער, פון אויבן ביז אונטען.

אבער יעצט זעה איך דאס איז נאר א משל, טאקע אזוי פאסירט עס, אבער נישט אז מ'רעדט דא פון איינעם פערזענליך.

דער אייבערשטער זאל שוין אלעמען העלפן.
דאס איז לידער א מעשה שהיה. עס איז געשען מיט מיינס א קרוב (איך קען נישט שרייבן ווי נאנט משום גילוי) און לכבוד דעם האב איך גענומען א פעידזש.

ביטע לייגט ארויף אפאר דאללער לזכותי. און דער בוכ"ע וועט אייך באצאלן מיט שפע רב. נחת ותענוג
אוי, און נאכאמאל אוי.

דיין אנהייב מעשה האט מיר דערמאנט אן אנדערן מעשה'לע (דער לינק אין מיין חתימה רעדט פון דעם....)
האב איך מיר דערשראקן ווען איך האב עס געלייינט.
עס האט ביי מיר ארויף געברענגט שווערע זכרונות,, אבער אז דו זאגסט אז עס איז עכט.....
אוי וויי.....
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: שטייט א אידישע מאמע און וויינט. ווער וועט מיר העלפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

שרעקעדיג!
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: שטייט א אידישע מאמע און וויינט. ווער וועט מיר העלפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

אבימלך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 7:08 am
שרעקעדיג!
זייער

און נאכדערצו ווען די קינדערלעך זיצן אינדערהיים. קוים באגרייפנדיג וואס גייט פאר. איין זאך ווייסן זיי, אז די מאמע האט נישט קיין כוח צו קומען צו די שבתדיגע סעודה...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”