עס איז געקומען די צייט זיך צוצוגלייכן צו די אראבער!!
ספעציעל אין די יעצטיגע אנגעצויגענע זמנים אין ארץ הקודש, און די גאנצע מיטל מזרח ראיאן, אפשר אזוי וועלן די אידן אין ארץ ישראל געהאלפן ווערן מיט א שמירה עליונה.
בנוגע וואס רעד איך?! וואס זאל מען זיך אפלערנען פון זיי?!
נו, איינע פון די שטערקסטע ענינים ביי די אראבער איז די לבוש, פארצייטיש, גרויס, הענגעדיג, אפשר דא דארפן מיר זיך מתקן זיין און צוגלייכן צו זיי.
תכלית גערעדט - איך באמערק שוין לאנג, אז פילע מענטשן ביים עטיפת טלית, זיי שמייסן און פליקן ציצית אין אלע שש קצוות העולם ובתוכם זייערע שכנים אויפן טיש, אבער די מינימאלע טרוקענע הלכות עטיפה - וואס דארף זיין "כעטיפת ישמעאלים" פעלט זיי בגדול.
לאמיר אויסרעכענען איטליכע נקודות וואס מענטשן זענען אומוויסנד -
רוב הגוף דארף זיין צוגעדעקט בשעת עטיפה, פון פארנט און פון די בעק, און מען דארף מאכן זיכער אז די טלית דעקט צו די רוקן ביז אראפ, און נישט טראגן ווי א שאל.
מען דארף נישט שמייסן די ציצית און ביידע זייטן, און זיכער נישט אהין און צוריק וחוזר חלילה דריי פיר מאל, איינמאל לצד שמאל - און לאזן דארט כשיעור הילוך ד' אמות, און שוין.
ויהי רצון שבזכות קיום מצוות עטיפת טלית כתיקונה, שיתמוגגו ויתפוצצו כל שונאיהם של ישראל.