אמעריקאניש געשטימט?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

אמעריקאניש געשטימט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

בו בעת וואס מיר ערליכע אידן זענען דאנקבאר און גליקליך אין די גאלדענע Land of the Free דארפן מיר אבער אין אכט נעמען אז דאס וואס די וועלט באטראכט אלץ די שפיגעלע פון היסטאריע און ציוויליזאציע איז נישט ממש אין איינקלאנג מיט די אידישע תורה וועג.

לאמיר נעמען למשל דעם אלעמען באקאנטען ערשטע אמענדמענט, דאס פרייהייט פון ווארט, וואס מיר זענען געוואוינט זיך צו אידענטיפיצירן מיט, און ווערט אנגעקוקט און גערעכענט אלץ צדק און יושר ("איך בין טאטעלי פאר פרייהייט פון אויסדרוק" הערט מען כסדר פון אונזערע חשוב'ע אינטעלעקטואלן) , אבער איז פשוט און פראסט נישט לפי רוח הדת והמסורה!

צו דען טאלערירן מיר טאקע יעדע אויסדרוק? אוודאי נישט! און מיר דארפן זיך נישט שעמען דערמיט...!

און אזוי ווייטער און ווייטער, פארוואס נישט לעבן מיט א קלארקייט: אונז זענען טאקע דאנקבאר און לויבן אויף די אלע חסדים און מנוחה דאהי אין די נייע לאנד און תקופה, אבער מיר אידענטיפיצירן זיך אויסדרוקליך מיט די אלטע גוטע תורה וועג פון הייערארכי און צוימונגען, און געלויבט השי"ת אז מיר זענען ערלויבט דאס צו אויסרופן הויעך, טאקע מכח דאס פרייהייט פון ווארט...

האלטן דאס קאפ גראד, רבותי.
וואס האלט איר?
Illegitimi non carborundum
אוועטאר
שטופן מיט געוואלד
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 3:10 pm

Re: אמעריקאניש געשטימט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטופן מיט געוואלד »

אונז זענען מיט דיר
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6798
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: אמעריקאניש געשטימט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

ירוחם פישל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 10:57 am
בו בעת וואס מיר ערליכע אידן זענען דאנקבאר און גליקליך אין די גאלדענע Land of the Free דארפן מיר אבער אין אכט נעמען אז דאס וואס די וועלט באטראכט אלץ די שפיגעלע פון היסטאריע און ציוויליזאציע איז נישט ממש אין איינקלאנג מיט די אידישע תורה וועג.

לאמיר נעמען למשל דעם אלעמען באקאנטען ערשטע אמענדמענט, דאס פרייהייט פון ווארט, וואס מיר זענען געוואוינט זיך צו אידענטיפיצירן מיט, און ווערט אנגעקוקט און גערעכענט אלץ צדק און יושר ("איך בין טאטעלי פאר פרייהייט פון אויסדרוק" הערט מען כסדר פון אונזערע חשוב'ע אינטעלעקטואלן) , אבער איז פשוט און פראסט נישט לפי רוח הדת והמסורה!

צו דען טאלערירן מיר טאקע יעדע אויסדרוק? אוודאי נישט! און מיר דארפן זיך נישט שעמען דערמיט...!

און אזוי ווייטער און ווייטער, פארוואס נישט לעבן מיט א קלארקייט: אונז זענען טאקע דאנקבאר און לויבן אויף די אלע חסדים און מנוחה דאהי אין די נייע לאנד און תקופה, אבער מיר אידענטיפיצירן זיך אויסדרוקליך מיט די אלטע גוטע תורה וועג פון הייערארכי און צוימונגען, און געלויבט השי"ת אז מיר זענען ערלויבט דאס צו אויסרופן הויעך, טאקע מכח דאס פרייהייט פון ווארט...

האלטן דאס קאפ גראד, רבותי.
וואס האלט איר?
ווען מען רעדט וועגן פרייהייט פון אויסדריק אדער אנדערע אמעריקאנער ווירדן מיינט מען נישט צו זאגן אז מען מעג רעדן לשון הרע ח"ו (אדער אויף אייוועלט פון 80 טווין רח"ל) , אדער ווען מען רעדט פון ראסיזם מיינט קיינער נישט אז א פרוי מעג אנפאנגען שרייבן אויף אייוועלט, נאר מען רעדט וויאזוי א גוי'אישע לאנד דארף אויסשטעלן זייער מהלך, און איך גלייב אז כמעט יעדער איז מסכים אז עס איז גוט צו וואוינען אין א לאנד וואס האט די דעמאקראטישע ווירדן.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4692
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אמעריקאניש געשטימט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

פרייהייט פון אויסדרוק מיינט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט מיר איינצוטיילן וואס צו זאגן. און דאס איז אבסאלוט דאס וויכטיגסטע זאך

דער רבוש"ע, טיילט אונז איין וואס און וויאזוי צו רעדן און וויאזוי צו לעבן מיט יעדע איינציגע תנועה. נישט נאר רעדן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”