ואלה המשפטים
ס'איז טאקע אלול, און נישט שובבי"ם, אבער ביי א גרויס חלק פון אונז איז פרשת משפטים א גאנץ יאר, און איך רעד אוודאי פון די וואס זענען קובע משנתם אין סדר נזיקין, וואס איז כידוע מסוגל אויף ישועות.
איז וואס איז דאס "משפטים", און מיט וואס איז דאס אנדערש פון אנדערע מצוות התורה, אויב בכלל?
איז ווי עס שיינט איז בכלל המשפטים אריינגערעכנט צוויי קאטאגאריעס: א - ציווילע איינגעלעגענהייטן, און דאס ווערט אנגערופן "דיני ממונות" (הגם עס איז כולל אויך זאכן ווי רציחה), ב - עונשי הגוף (מיתה ומלקות) וואס בית דין פאר'משפט און פירט אויס.
אט די צוויי קאטאגאריעס זענען געאייגנט מיט דעם וואס זיי זענען נישט קיין בלויזע באפעהלן געוואנדן צום מענטש (ווי די מצוות שבין אדם למקום), נאר טוהען פאר'משפט'ן דעם מענטש, לזכות או לחובה, און זיי זענען בעיקר איבערגעגעבן געווארן אין די האנט פון דיינים צו מחיל זיין דעם משפט אויפ'ן בעל דין.
און אמת טאקע אז ביי מצוות שבין אדם למקום איז אויך דא אן ענין פון כפיה וואס איז נמסר לדיינים (און דאס גייט אריין אין די אויבנדערמאנט צווייטע קאטאגאריע: "עונשים"), אבער דאס איז נישט די עיקר מהות פון די מצוות, ווארום די מצוות זענען בעיקר געוואנדן צום יחיד צו מקיים זיין חובתו בעולמו, משא"כ די משפטים ווי דיני ממונות זענען בעיקרם געוואנדן צו דיינים צו אוועקשטעלן גדרי החובות והזכיות.
ס'איז אוודאי דא נאך אסאך כללים ופרטים וואס קענען אויסגעשמועסט ווערן, און איך האף אי"ה ממשיך צו זיין, און דער ציבור איז גערופן צו בונה וסותר זיין כדרכה של תורה, מיט דאנק פון פאראויס.