געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

חכם וצדיק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:10 pm

געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם וצדיק »

בס"ד

איך וויל שרייבן א בוך אויף ווי אזוי צו בויען און האבן א געזונטע קשר מיט די קינדער.

איך בין נישט מסודר מיט וואס דארף ווערן געקאווערט אינעם ביכל און איך ארבעט אויף סטראקטשער. אויב איר ווייסט פון א נושא / שאלה וואס איז גוט צו ווערן אויסגעשמיעסט ביטע שרייבט עס און א תגובה.

אויב וועל איך האבן צייט וועל איך שרייבן/ענפערן אויף אייער נושא דא אינעם אשכול.

שכח פון פאראויס,

נ. ב. איך ארבעט ב"ה א גאנצן טאג מיט קינדער/בחורים און מיט זייערע עלטערן, אבער דעם בוך וויל איך זאל זיין פאר יעדעם און נישט דוקא פאר פעלער ווען עקסטערע הילף איז נידעד, סא ביטע נישט דערמאנן זאכן וואס באלאנגט ענדערש צו עקסטרעמע פעלער.
לעצט פארראכטן דורך חכם וצדיק אום דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 10:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעזרת החונן לאדם דעת
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

לעצט פארראכטן דורך פראפעסאר אום דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 10:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

יש"כ פאר די סערוויס...

וויאזוי קען איך האבן א גוטע קשר מיט מיין 5 יעריג זון וואס קוקט מיר אן ווי א רשע אויב איך קויף עם נאר א מתנה יעדן צווייטע טאג?

ער איז זייער א וואיל קינד!
לעצט פארראכטן דורך א ווייסע ארבעטער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
זרח פון לעמבערג
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2024 2:23 pm

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זרח פון לעמבערג »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 5:09 am
יש"כ פאר די סערוויס...

וויאזוי קען איך האבן א גוטע קשר מיט מיין 5 יעריג זון וואס קוקט מיר אן ווי א רשע אויב איך קויף עם נאר א מתנה יעדן צווייטע טאג?

ער איז זייער א וואיל קינד!

אגב, איך בין א אפיקורס אין טעראפי, נישט בשיטה נאר פאר עפעס אנדערש.
א גוטע שאלה. איך האב נאכנישט קיין גרעסערע קינדער, אבער מיין טאטע מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעם מיט מיין קליינע ברודער.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אקעינישט זיכער דאס איז די נושא, עניוועי
איך וויל דייקא יא קויפן עפעס פאר מיין אינגעל, די אישו איז נאר איך קען נישט ארויסבאקומען פון אים א זאך וואס ער וויל עפעס ספעציעל, זאל איך אים קויפן סיי וואס? איינס עס קען אפי' דורכפאלן אויב ער וועט עס נישט גלייכן, און די צווייטע נקודה איז כטראכט איך פארליר דא די גלעגנהייט פון אים געבן עפעס וואס ער וויל ווער זאגט סאיז אינטערסאנט

און דאס מאכט נאך סאך שווערער ווען איך וויל ער זאל עפעס פאלגען וכדו האב איך זיכער נישט וואס צו באלוינען
וואס קען זיין די לעזונג?
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
חכם וצדיק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:10 pm

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם וצדיק »

טשעירמאן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 11:11 am
אקעינישט זיכער דאס איז די נושא, עניוועי
איך וויל דייקא יא קויפן עפעס פאר מיין אינגעל, די אישו איז נאר איך קען נישט ארויסבאקומען פון אים א זאך וואס ער וויל עפעס ספעציעל, זאל איך אים קויפן סיי וואס? איינס עס קען אפי' דורכפאלן אויב ער וועט עס נישט גלייכן, און די צווייטע נקודה איז כטראכט איך פארליר דא די גלעגנהייט פון אים געבן עפעס וואס ער וויל ווער זאגט סאיז אינטערסאנט

און דאס מאכט נאך סאך שווערער ווען איך וויל ער זאל עפעס פאלגען וכדו האב איך זיכער נישט וואס צו באלוינען
וואס קען זיין די לעזונג?
רעד מיט אים רוהיג און עקספלאר צוזאמען וואס וואלט ער ווען געוואלט האבן, געדענק דאס אויסשמועסן אליינס איז שוין זייער וויכטיג און געזונט, זיי אפען און איזי ביים שמועסן מאך פלאץ פאר עני געדאנק צו ווערן געזאגט, לאז אפי אריינשווימען און עולם הדמיון אביסל.

למעשה אויב קומט ער אויף מיט עפעס קענסטו אים עס קויפן, אויב נישט קענסטו אים העלפן צוטרעפן צו א מתנה וואס עס איז פאסיג פאר זיינע טאלאנטן, דאס איז אויך א געלעגנהייט צו אים העלפן איידענטפייען זיינע אייגענארטיקייטן און טאלאנטן וכו' למשל "דו האסט דאך אבנארמאלע געלונגענע הענט אפשר זאל איך דיר קויפן עפעס מיט מיניטשערס וואס דו קענסט מאכן לכבוד סוכות"

געדענק אז אסאך וויכטיגער ווי די מתנה אליינס איז אלעס ארום און ארום, ווען און ווי אזוי מען געט עס איז וואס איז די מערסטע נוגע, דיין קינד וויל איין זאך פילן ווי טאטי האט מיך ליעב, פילן ווי טאטי טראכט און קעירט פאר מיך, און די מתנה איז ווי אן אמצעי און א כלי דאס צו ארויסברענגען, איז פרוביר צו מאכן זיכער ביים געבן א מתנה עס זאל נישט זיין עיקר חסר מן הספר. ודו"ק

בנוגע פאלגן, איז, און רוב פעלער איז נישט רעקאמענדעד צו אפערען גרויסע באלוינינגען, אוודאי איז דא א יוצא מן הכלל, אבער פאלגן שיין דארף ווערן מאטיווירט מיט ריכטיגע דיבורים מעשים געפיהלן און עלטערן-קינד רילעישענשיפ נישט פאר א גרויסע באלוינונג, אחוץ קלייניקייטן ווי נאש וכדומה.

אסאך הצלחה
בעזרת החונן לאדם דעת
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 5:09 am
יש"כ פאר די סערוויס...

וויאזוי קען איך האבן א גוטע קשר מיט מיין 5 יעריג זון וואס קוקט מיר אן ווי א רשע אויב איך קויף עם נאר א מתנה יעדן צווייטע טאג?

ער איז זייער א וואיל קינד!

אגב, איך בין א אפיקורס אין טעראפי, נישט בשיטה נאר פאר עפעס אנדערש.
@חכם וצדיק האסט עפעס אנייצע פאר מיר?
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
חכם וצדיק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:10 pm

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם וצדיק »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 2:09 pm

איר דארפט שרייבן א טראפ מער, איך בין נישט אזוי קלאר וואס די מעשה איז, איר ווילט אים קויפן מער? ווייניגער? ער וויל?

חכם וצדיק האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 2:30 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 2:09 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 5:09 am
יש"כ פאר די סערוויס...

וויאזוי קען איך האבן א גוטע קשר מיט מיין 5 יעריג זון וואס קוקט מיר אן ווי א רשע אויב איך קויף עם נאר א מתנה יעדן צווייטע טאג?

ער איז זייער א וואיל קינד!

אגב, איך בין א אפיקורס אין טעראפי, נישט בשיטה נאר פאר עפעס אנדערש.
@חכם וצדיק האסט עפעס אנייצע פאר מיר?
איר דארפט שרייבן א טראפ מער, איך בין נישט אזוי קלאר וואס די מעשה איז, איר ווילט אים קויפן מער? ווייניגער? ער וויל?
איך וויל עם קויפן יעדע מינוט 10 מתנות. אבער זיין well being, און מיין טאש, ערלויבן דאס נישט. און ער פארשטייט נישט פארוואס שטערט דיך מיר דאס צו קויפן, איך חלש דערפאר. שיין מסביר זיין? כ'האב שוין אויף אלע וועגן. והוא באחת, ער נעמט דאס זייער צום הארצן, און אליבא דאמת איז מיר שווער עס צוצוקוקן...
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
חכם וצדיק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:10 pm

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם וצדיק »

קויפן א יעדע 10 מינוט מתנות איז נישט וויכטיג אפילו מען קען יא ערלויבן, אנשטאט קענט איר אים איעדע 10 מינוט זאגן א גוט ווארט אדער אפילו נאר א שמייכל און איר וועט אסאך מער אויפטוהן.

בנוגע זיך ערלויבן, מדארף זייער אכטונג געבן נישט איבערצוגיסן פייענענשעל סטרעס אויף א קינד, נישט ח"ו צו מאכן דעם קינד העלפן די עלטערן טראגן די דאגה פון פרנסה.

אויך איז אלעמאל גוט צו זיך צוגעוואוינען צו נוצן לייכטע און ווייכע שפראך בפרט מיט קינדער און אין שטוב, למשל אנשטאט זאגן "עס איז זייער טייער" זאגן עס איז אביסל צו טייער", אנשטאט זאגן "איך קויף דעס נישט" זאגן "יעצט גייט טאטי דעס נישט קויפן און אי"ה אינדערהיים וועל איך דיך מסביר זיין פארוואס, ווייל יעצט זעמער און א סטאר און עס איז אביסל שווער צו קאנצענטרירן דא", לעולם יהא אדם רך כקנה, ודו"ק

לגבי דעם אז ער נעמט עס צום הארצן, איז קוק צוריק צו מיין פריערדיגע תגובה אז בעיקר דארף א קינד א טאטע זאל אים ליעב האבן, פארשטיי אים און זאג מיט געפיהל "איך ווייס דו ווילסט דעס זייער שטארק און איך האב ליעב ווען דו האסט וואס דו ווילסט, טאטי האט ליעב צו זעהן ווי די ביסט פרייליך, און באמת קומט זיך דיר אסאך גוטע טויס ווייל דו ביסט באמת א וואויל אינגעל, און דו ברענגסט אונץ אזוי באנטש נחת, אין איך האב דיך זייער ליעב, אבער ס'זייער שווער פאר טאטי דיר צו קויפן אזויפול מתנות ווייל ס'קאסט אבאנטש געלט און טאטי דארף אויך קויפן מילך און ברויט און עסן אז דו זאלסט האבן אלעס וואס דו דארפסט, סא, מיטן אייבישטענס הילף וועט דיך טאטי קויפן עפעס א ספעשל זאך פאר ריסעס א יעדע וואך איין מאל, אקעי שעפעלע?"

ביי אן אנדערע געלעגנהייט קענט איר אים זאגן, לאמיר פרובירן צו טראכטן פון אלע גוטע יאאמי זאכן וואס אונץ האמיר שוין ב"ה, אונץ האמיר אזא גוטע מאמע וואס נעמט קעיר פון דיך אזוי געטריי, דו האסט אזא גוטע טאטע וואס טראכט פון דיר, און אזוי באנטש גוטע טויז צו שפילן וכו' וכו' וכו'

דאס איז נאר א משל אבער תן לחכם ויחכם עוד
בעזרת החונן לאדם דעת
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3221
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: געזונטע קשר מיט די קינדערלעך - בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

ישר כח פאר אייער עפערט.
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”