זעקסטע הקפה ניגון!!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואלסטו געוואלט אז מ'זאל טוישן די זעקסטע הקפה ניגון?

איך בין הקפות אין קרית יואל - יא
27
14%
איך בין הקפות אין וויליאמסבורג - יא
20
10%
איך בין הקפות אין קרית יואל - ניין
72
37%
איך בין הקפות אין וויליאמסבורג - ניין
77
39%
סך הכל שטימען: 196

יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

HelpMe האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:58 pm
די זעקסטע זעה איך נישט קיין שום פראבלעם
אויב עפעס די זיבעטע הקפה (כמו) ניגון...
די זיבעטע איז א הייליגע ניגון וואס דער רבי האט אהיימגעברענגט פון טבריה פון די סלאנימער חבריא, הרה"צ ר' יואל אשכנזי זצ"ל האט געזינגען דעם ניגון ביים באגלייטן דעם רבי'ן און דער רבי האט געבעטן זיין ברודער הר"ר פייביש משב"ק מ'זאל אהיימנעמען דעם ניגון אויף די הקפות
אוועטאר
אינקוויזיציע
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינקוויזיציע »

וועלכע ניגון רעדסטו? רילייליליילאם? אדער יאמאמאמיימאם...?
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אינקוויזיציע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:14 pm
וועלכע ניגון רעדסטו? רילייליליילאם? אדער יאמאמאמיימאם...?
די וואס זענען געווען אין מקוה פאר די הקפות זינגען עס רילילילייליילאם און די בעלבאתישע עולם זינגט עס יאמאמאמאמיימיי....
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:01 pm
HelpMe האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:58 pm
די זעקסטע זעה איך נישט קיין שום פראבלעם
אויב עפעס די זיבעטע הקפה (כמו) ניגון...
חלילה וחס נישט צורירן
דא קומט אריין פון וועלכער ביהמ"ד מ'רעדט.
היות איך בין פון די יחידים וואס קענען גוט ביידע הקפות, וועל איך אראפלייגן די חילוק.

אין ביהמ"ד אין וומ"ס, קוקט די הקפות אויס אויפ'ן האר ווי ס'האט אויסגעקוקט בימי רבינו הבר"מ זי"ע. די זעקסט זינגט מען שנעלערהייט אגאנצן צייט, און די זיבעטע פליקט מען אפ, און רוב עולם רייסט שוין ארויס די רגע די זעקסטע איז פארטיג. דעריבער ווילן מאנכע אז מ'זאל טוישן די זיבעטע הקפה ניגון צו א צווייטע ניגון, ווייל אין פאקט איז די זיבעטע הקפה ניגון גאנץ אין פלאץ פאר א געכיפערטע ניגון, און אנדערע ווילן נישט רירן די ארגינעלע סטרוקטור. אבער דער רבי אליין לויפט ארום ביי אלע הקפות די זעלבע, און קאנטראלירט נישט זעלבסט וויאזוי מ'זאל טאנצן.

ווידער אין ביהמ"ד אין קרית יואל, איז א המשכה פון די הקפות אין ביהמ"ד אין וומ"ס אויף הופער, וואס איז א המשכה פון די הקפות אין ביהמ"ד אין וומ"ס אויף ראדני. הגם אלע הקפות קוקן אויס פונקט ווי ביי רבינו הבר"מ זי"ע, אבער כלפי די זעקסטע און זיבעטע הקפות איז עטוואס מיט א חידוש. אין די הופער יארן, זענען די בחורים געווען אויפגעהייטערט, און אריינגעברענגט א נייע וועג פון לעבעדיג מאכן (וואס איך פערזענליך האב קיינמאל געגליכן), וואס האט אין פאקט שטייט געמאכט די אנהייב פונעם ניגון, און געמאכט אז מ'זאל זיך הייבן ארויף און אראפ יעדעס מאל מ'הייבט נאכאמאל אן דעם ניגון. (היות דער רבי האט מיטגעארבעט מיט דעם מהלך, און זעלבסט אזוי געוויזן מיט די הענט אפי' ביי די אנדערע הקפות, האט מען עס געלאזט אזוי). אין הופער איז עס נישט געווען אויף א מסודר'דיגע אופן, אבער ב"ה אין קרית יואל האט זיך עס געסעטעלט אויף א דערהויבענעם פארנעם, פון איין זיין אן די שרייערייען, און פון די אנדערע זייט איז פארבליבן די זיך הייבן ארויף און אראפ, און ווער ס'האט עס שוין מיטגעהאלטן ווייסט די התרוממות וואס שפירט זיך דאן. אבער דער ציבור וואס האט נישט ליב די מהלך, וועט וועלן טוישן דעם ניגון.
יעצט ביי די זיבעטע הקפה, האט דער רבי אריינגעברענגט א פרישקייט, וואס מי שלא ראה זו, וועט עס נישט פארשטיין, און בפרט נאך די הקפות ווען דער רבי טאנצט אויפ'ן באלעמער נאך אויפ'ן זעלבן ניגון. איינער וואס האלט דאס מיט וועט אין זיין לעבן נישט מסכים זיין צו טוישן דעם ניגון, ווייל די מחזה שטימט פערפעקט מיט דעם ספעציפישער ניגון.
וועלכע סדרה גייט די וואך, לך לך גיי פאר דיינעט וועגן (ר' דוד ח. ווייס)
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:49 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:44 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:43 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:43 pm

אגב, ובכן צדיקים - יחי אדוננו איז א שפאגל נייע ניגון פון די ס' יארן. אדער נישט?
א הקפה ניגון פון די תר"צ יארן, כמעט זיכער

ריכטיג

אויף דעם איז דא וואס זאגן אז דער רבי ז"ל האט דאס מחבר געווען, קיינמאל מיין איך אויפגעוויזן געווארן קלאר
ניין, אויב דער רבי האט מחבר געווען איז עס א צווייטע ניגון, די ניגון אויף וואס מהר"יי פלעגט טאנצן אלס רב

באקומען אין אישי, איר זענט גערעכט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20502
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:43 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:40 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:35 pm
אנאליזירט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 8:14 am
מען דארף עס טוישן, """אבער נאר""" מיט זיייער א הייליגע פארצייטישער און גלונגענע ניגון, נאך אלעם איז די הקפות די תכלית פון די הייליגע טעג, און אין סיגוט סאטמאר איז 6טע הקפה עולה על הכל, במילא ברוך מען זייער אבאכט געבן עס נישט ארפצוברענגען

אויף די איצטעגע ניגון האט און זיך לכאורה א שטארקע קדושה נאך וואס דער רבי ז"ל האט מיט דעם געפראוועט זיין הייליגע עבודה ואחריו, דאס איז א ניגון וואס אויף דעם האבן צענדליגער יארן און טויזענטער אידן אונזערע זיידעס און עלטערן האבן געטאנצט מיט א דביקות עילאה בבחינת תשובה מאהבה, די ניגון אן קיין ספק אן ענין פון א הייליגער ניגון
דער ניגון שטאמט פון ר' אברהם לויאש (ברודער פון ר' ליפא, בארימטער קאמפאזיטער). דער רבי איז שוין אינדערהיים נישט געווען צופרידן אז מ'זינגט דעם ניגון אויף די זעקסטע הקפה , און אויך די דריטע - ווי ס'איז געווען איינגעפירט אמאל, און געוואלט מ'זאל טוישן צו א פארצייטישע ניגון

וי"א אז דער רבי האט דאן אליין פארפאסט א ניגון פאר די זעקסטע הקפה ואכמ"ל

פרוף ביטע

דו מיינסט די ובכן צדיקים (יחי אדונינו וכו') ניגון?
ער מיינט די ניגון אן ווערטער
אגב, ובכן צדיקים - יחי אדוננו איז א שפאגל נייע ניגון פון די ס' יארן. אדער נישט?
מכלכל חיים פון ר' יוסל ז"ל פון די תש"כ יארן
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים

מכלכל חיים תשכ"ז

https://www.dropbox.com/scl/fi/x879pryo ... ex9vf&dl=0

@אונגארישע הייזער @יצחק אייזיקל @א ווייסע ארבעטער

שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

תגובה דורך שפילקעס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 9:34 pm

ארויפגעלייגט אויף ובכן צדיקים האט מען אין די ס’ יארן. דאכצעך אז מיילעך ווערצבערגער.
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

זעקסטע הקפה קען מען נאך דעבאטירן.

די ניגון מוז אבער בלייבן די ניגון וואס צושטערט יעדע חתונה אפאר מאל..
לג בעומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 04, 2024 9:09 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לג בעומר »

די רבי ז"ל האט געטאנצן מצוה טאנץ ביי די טעכטער אויף וועלכע ניגון?
דא אין אמעריקע ביי אפאר נעפיא'ס אויף וועלכע ניגון?
איך געדענק זאגן אז אויף ובכן צדיקים אויב איינער קען באשטעיטיגן אדער
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 11:51 pm

אינטרעסאנטע שאלה. לכאורה זענען דא אידן וואס געדענקען די חתונה פון סאטמאר ב"פ רב, דארט האט דער רבי געטאנצט מצוה טאנץ.
@שלמה יענקל
וועלכע סדרה גייט די וואך, לך לך גיי פאר דיינעט וועגן (ר' דוד ח. ווייס)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36774
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:17 pm
אין די הופער יארן, זענען די בחורים געווען אויפגעהייטערט, און אריינגעברענגט א נייע וועג פון לעבעדיג מאכן (וואס איך פערזענליך האב קיינמאל געגליכן), וואס האט אין פאקט שטייט געמאכט די אנהייב פונעם ניגון, און געמאכט אז מ'זאל זיך הייבן ארויף און אראפ יעדעס מאל מ'הייבט נאכאמאל אן דעם ניגון.
דאס האט זיך נאך אנגעהויבן אין ראדני די צווייט האלב נו"ן'ס, קומט פון די אר"י'דיגע געסט, ר' עזריאל האט עפעס עס אזוי נישט געגליכן, און ס'איז זעלבסט פארשטענדליך פארוואס, ס'פארדרייט דעם טאקט און צו דעם דעם ציבור'ס שטאנד אויף די פאדלאגע, אלעס שטופט און ווערט צושטופט אן א גרונד אויף וואס זיך צו אראפהאלטן.

אני הקטן פארנעמט עס נישט עד היום, גענומען א געהויבענע צייט און צעפיהרט און צעפארן אויסעגעווענליך.

דאס איז א חזרה שמועס, זוכט עס ערגעץ אפיר פון פנחס מיילעך'ס סטארעדזש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מדי דברי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 9:52 am
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:17 pm
אין די הופער יארן, זענען די בחורים געווען אויפגעהייטערט, און אריינגעברענגט א נייע וועג פון לעבעדיג מאכן (וואס איך פערזענליך האב קיינמאל געגליכן), וואס האט אין פאקט שטייט געמאכט די אנהייב פונעם ניגון, און געמאכט אז מ'זאל זיך הייבן ארויף און אראפ יעדעס מאל מ'הייבט נאכאמאל אן דעם ניגון.
דאס האט זיך נאך אנגעהויבן אין ראדני די צווייט האלב נו"ן'ס, קומט פון די אר"י'דיגע געסט, ר' עזריאל האט עפעס עס אזוי נישט געגליכן, און ס'איז זעלבסט פארשטענדליך פארוואס, ס'פארדרייט דעם טאקט און צו דעם דעם ציבור'ס שטאנד אויף די פאדלאגע, אלעס שטופט און ווערט צושטופט אן א גרונד אויף וואס זיך צו אראפהאלטן.

אני הקטן פארנעמט עס נישט עד היום, גענומען א געהויבענע צייט און צעפיהרט און צעפארן אויסעגעווענליך.

דאס איז א חזרה שמועס, זוכט עס ערגעץ אפיר פון פנחס מיילעך'ס סטארעדזש.
ר' עזריאל, דער ברך משה האט זיך שוין אפגערעדט אז ער קען נישט טאנצן מיט די געהייבעכץ.
צום קעפל, האב איך איין ווארט, השתגעתם?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 9:37 pm
מכלכל חיים תשכ"ז

https://www.dropbox.com/scl/fi/x879pryo ... ex9vf&dl=0

@אונגארישע הייזער @יצחק אייזיקל @א ווייסע ארבעטער

יישר כח

דאס האב איך געשריבן אז @יצחק אייזיקל איז גערעכט, מען רעדט פון א צווייטע ניגון
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20502
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 11:51 pm
די רבי ז"ל האט געטאנצן מצוה טאנץ ביי די טעכטער אויף וועלכע ניגון?
דא אין אמעריקע ביי אפאר נעפיא'ס אויף וועלכע ניגון?
איך געדענק זאגן אז אויף ובכן צדיקים אויב איינער קען באשטעיטיגן אדער
נישט געווען קיין קפידא, ס'גאנצע עמטליכקייט פון א מצוה טאנץ ניגון איז א היבש נייער ענין..
שמעתי אז ביים חתונה פון ר' מאיר שמואל קליינמאן ז"ל ממארגארעטן (חתן ר' שמעון לויפער ז"ל דעם רבינס נעפיו), פון די איינציגסטע חתונות ווי דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ האט מען געזינגען די בעלזא צווייטע הקפה ניגון (באקאנט אין די וועלט אויף רבוש"ע אב הרחמים וסליחות מזמירות מוצ"ש)
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3376
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:11 am
לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 11:51 pm
די רבי ז"ל האט געטאנצן מצוה טאנץ ביי די טעכטער אויף וועלכע ניגון?
דא אין אמעריקע ביי אפאר נעפיא'ס אויף וועלכע ניגון?
איך געדענק זאגן אז אויף ובכן צדיקים אויב איינער קען באשטעיטיגן אדער
נישט געווען קיין קפידא, ס'גאנצע עמטליכקייט פון א מצוה טאנץ ניגון איז א היבש נייער ענין..
שמעתי אז ביים חתונה פון ר' מאיר שמואל קליינמאן ז"ל ממארגארעטן (חתן ר' שמעון לויפער ז"ל דעם רבינס נעפיו), פון די איינציגסטע חתונות ווי דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ האט מען געזינגען די בעלזא צווייטע הקפה ניגון (באקאנט אין די וועלט אויף רבוש"ע אב הרחמים וסליחות מזמירות מוצ"ש)
דאכט זיך מיר אז ר מיילך בידערמאן און די ברודער טאנצען אוף דעי ניגון
אוועטאר
להחיות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4139
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:49 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:44 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:43 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:43 pm

אגב, ובכן צדיקים - יחי אדוננו איז א שפאגל נייע ניגון פון די ס' יארן. אדער נישט?
א הקפה ניגון פון די תר"צ יארן, כמעט זיכער

ריכטיג

אויף דעם איז דא וואס זאגן אז דער רבי ז"ל האט דאס מחבר געווען, קיינמאל מיין איך אויפגעוויזן געווארן קלאר
ניין, אויב דער רבי האט מחבר געווען איז עס א צווייטע ניגון, די ניגון אויף וואס מהר"יי פלעגט טאנצן אלס רב

כ'האב געשריבן א סימן צום ניגון, מיט ווערטער וואס געוויסע האבן גענוצט אויפן ניגון, אבער היות עפעס א חכם האט געשפירט פאר וויכטיג מדווח צו זיין, קענסטו עס בעטן אין אישי.
ס'איז אויך דא א קינדער טעיפ פון ר' יצחק ליש וואס האט א ניגון אויף דעם, כ"א כסלו
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:01 pm
HelpMe האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:58 pm
די זעקסטע זעה איך נישט קיין שום פראבלעם
אויב עפעס די זיבעטע הקפה (כמו) ניגון...
חלילה וחס נישט צורירן
קיינער רעדט נישט דא צו מ'גייט טוישן די זעקסטע הקפה ניגון צו נישט נאר די שאלה איז טאמער האסטו ווען די מעגלעכקייט צו טוישן צו וועלכע ניגון וואלסטו עס געטוישט...
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

גדל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:35 am
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:11 am
לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 11:51 pm
די רבי ז"ל האט געטאנצן מצוה טאנץ ביי די טעכטער אויף וועלכע ניגון?
דא אין אמעריקע ביי אפאר נעפיא'ס אויף וועלכע ניגון?
איך געדענק זאגן אז אויף ובכן צדיקים אויב איינער קען באשטעיטיגן אדער
נישט געווען קיין קפידא, ס'גאנצע עמטליכקייט פון א מצוה טאנץ ניגון איז א היבש נייער ענין..
שמעתי אז ביים חתונה פון ר' מאיר שמואל קליינמאן ז"ל ממארגארעטן (חתן ר' שמעון לויפער ז"ל דעם רבינס נעפיו), פון די איינציגסטע חתונות ווי דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ האט מען געזינגען די בעלזא צווייטע הקפה ניגון (באקאנט אין די וועלט אויף רבוש"ע אב הרחמים וסליחות מזמירות מוצ"ש)
דאכט זיך מיר אז ר מיילך בידערמאן און די ברודער טאנצען אוף דעי ניגון
ביי רבי מיילך איז דאס די צווייטע ניגון ביי מצוה טאנץ
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:51 pm
לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:01 pm
HelpMe האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:58 pm
די זעקסטע זעה איך נישט קיין שום פראבלעם
אויב עפעס די זיבעטע הקפה (כמו) ניגון...
חלילה וחס נישט צורירן
קיינער רעדט נישט דא צו מ'גייט טוישן די זעקסטע הקפה ניגון צו נישט נאר די שאלה איז טאמער האסטו ווען די מעגלעכקייט צו טוישן צו וועלכע ניגון וואלסטו עס געטוישט...
די ארגינעלע שאלה איז צו איר ווילט מ'זאל עס טוישן
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
לאקאלער
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 5:55 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקאלער »

ענדיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 6:15 am
די זעקסטע הקפה ניגון איז בלי ספק די הויכפונקט פון די הקפות.

אבער... עפעס דאס ניגון... און צומאל דאס טאנצן... בקיצור די ניגון מיט ריטעם זענען נישט צו נאנט.
קודם בין איך אומאיינשטימיג מיט די הנחה אז די זעקסטע הקפה ניגון איז בלי ספק די הויכפונקט פון די הקפות...., מאן יימר?? עס איז דא א הויכפונקט פון די פערטע הקפה, עס איז דא א הויכפונקט פון די זיבעטע הקפה, עס איז דא א הויכפונקט פון די פלאמעדיגע שטיקלעך חרדים צווישן די הקפות ועוד ועוד..

לענין, דאס איז קיין ספק נישט אז נישט די ניגון איז די פראבלעם נאר די וועג וויאזוי מען זינגט דעם ניגון, און איך גלייב שווער אז עס בכלל מעגליך דאס צו טוישן - אחוץ אויב עמרם אקער צו א צווייטער וועט ארומגיין פאר יום טוב אין אלע ישיבות און מסביר זיין וויאזוי צו זינגן ריכטיג.

מיר באדערט מער דאס וואס מען האט אריבער געשיפט דעם משוגעת צו די זיבעטע הקפה, די זיבעטע הקפה ניגון האט נאר צוויי פעלער און ווען מען זינגט יעדעס צווייטע מאל שטייט פארלירט עס די גאנצע.
אויב איך געדענק גוט, די ערשטע יאר וואס מען האט שטייט געמאכט די זיבעטע הקפה איז עס געווען נאר יעדעס צווייטע מאל וואס מען האט געזינגען דעם ניגון, אין א געוויסע זין איז עס געווען אסאך שענער ווי בעפאר, עס האט אויסגעקוקט ווי א דריטע פאל צום ניגון..
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

לאקאלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 4:53 pm
ענדיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 6:15 am
די זעקסטע הקפה ניגון איז בלי ספק די הויכפונקט פון די הקפות.

אבער... עפעס דאס ניגון... און צומאל דאס טאנצן... בקיצור די ניגון מיט ריטעם זענען נישט צו נאנט.
קודם בין איך אומאיינשטימיג מיט די הנחה אז די זעקסטע הקפה ניגון איז בלי ספק די הויכפונקט פון די הקפות...., מאן יימר?? עס איז דא א הויכפונקט פון די פערטע הקפה, עס איז דא א הויכפונקט פון די זיבעטע הקפה, עס איז דא א הויכפונקט פון די פלאמעדיגע שטיקלעך חרדים צווישן די הקפות ועוד ועוד..
די גאנצע צווייטע טעג זענען פול מיט הויכפונקטן. אבער די הויכפונקט מיט די פינישינג טאטש, איז לענ"ד די זעקסטע הקפה, און כעת אין קרית יואל אויך די זיבעטע.
לאקאלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 4:53 pm
לענין, דאס איז קיין ספק נישט אז נישט די ניגון איז די פראבלעם נאר די וועג וויאזוי מען זינגט דעם ניגון, און איך גלייב שווער אז עס בכלל מעגליך דאס צו טוישן - אחוץ אויב עמרם אקער צו א צווייטער וועט ארומגיין פאר יום טוב אין אלע ישיבות און מסביר זיין וויאזוי צו זינגן ריכטיג.
איך זעה איר רעדט פון קרית יואל. איז ס'איז טאקע נישט מעגליך צו טוישן, ווייל דאס איז וואס דער עולם וויל, און דער רבי איז אינגאנצן דערמיט. אבער אויב וויל מען עס צוריקטוישן קען מען בהחלט יא, והאראי' אז די זעקסטע הקפה אין קרית יואל, איז זייער אנדערש ווי ס'פלעגט זיין אין הופער, ווייל מ'האט געטון וואס ס'האט אויסגעפעלט.
לאקאלער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 4:53 pm

מיר באדערט מער דאס וואס מען האט אריבער געשיפט דעם משוגעת צו די זיבעטע הקפה, די זיבעטע הקפה ניגון האט נאר צוויי פעלער און ווען מען זינגט יעדעס צווייטע מאל שטייט פארלירט עס די גאנצע.
אויב איך געדענק גוט, די ערשטע יאר וואס מען האט שטייט געמאכט די זיבעטע הקפה איז עס געווען נאר יעדעס צווייטע מאל וואס מען האט געזינגען דעם ניגון, אין א געוויסע זין איז עס געווען אסאך שענער ווי בעפאר, עס האט אויסגעקוקט ווי א דריטע פאל צום ניגון..
ביי די זיבעטע הקפה איז עס קלאר לויט ווי דער רבי טאנצט, אויב האסטו שוין אמאל מיטגעהאלטן. (און איך פערזענליך בין זייער אקעי דערמיט, ווער רעדט נאך ווען דער רבי טאנצט אויפן באלעמער וואס די קדושה שפירט זיך אין די אטמאספער. משא"כ ביי די זעקסטע וואלט מיר נישט געשטערט ווען מ'סוויטשט צוריק, הגם ס'איז פיין אזוי אויך).

אגב אין וומ"ס ווי די זיבעטע הקפה איז נאך טראדיציאנאל, האב איך אמאל מיטגעהאלטן ווי עטליכע בחורים פרובירן צו טאנצן ארויף און אראפ ביי די זיבעטע, און דער רבי האט מרמז געווען אז ער וויל עס נישט, און צוויי אידן זענען ארויף אויף די ברענטשעס און געמאכט סדר...
וועלכע סדרה גייט די וואך, לך לך גיי פאר דיינעט וועגן (ר' דוד ח. ווייס)
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

ענדיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 4:31 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:51 pm
לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:01 pm
HelpMe האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:58 pm
די זעקסטע זעה איך נישט קיין שום פראבלעם
אויב עפעס די זיבעטע הקפה (כמו) ניגון...
חלילה וחס נישט צורירן
קיינער רעדט נישט דא צו מ'גייט טוישן די זעקסטע הקפה ניגון צו נישט נאר די שאלה איז טאמער האסטו ווען די מעגלעכקייט צו טוישן צו וועלכע ניגון וואלסטו עס געטוישט...
די ארגינעלע שאלה איז צו איר ווילט מ'זאל עס טוישן
האסט עס נישט געשריבן קלאר פון אנפאנג, אבער כאטש יעצט ווייס איך.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 7:17 pm
ענדיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 4:31 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:51 pm
לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:01 pm
HelpMe האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:58 pm
די זעקסטע זעה איך נישט קיין שום פראבלעם
אויב עפעס די זיבעטע הקפה (כמו) ניגון...
חלילה וחס נישט צורירן
קיינער רעדט נישט דא צו מ'גייט טוישן די זעקסטע הקפה ניגון צו נישט נאר די שאלה איז טאמער האסטו ווען די מעגלעכקייט צו טוישן צו וועלכע ניגון וואלסטו עס געטוישט...
די ארגינעלע שאלה איז צו איר ווילט מ'זאל עס טוישן
האסט עס נישט געשריבן קלאר פון אנפאנג, אבער כאטש יעצט ווייס איך.
ווי אין מיינע ווערטער, זעט מען עס נישט?
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: זעקסטע הקפה ניגון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

ענדיג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 8:04 am
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 7:17 pm
ענדיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 4:31 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:51 pm
לג בעומר האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 5:01 pm

חלילה וחס נישט צורירן
קיינער רעדט נישט דא צו מ'גייט טוישן די זעקסטע הקפה ניגון צו נישט נאר די שאלה איז טאמער האסטו ווען די מעגלעכקייט צו טוישן צו וועלכע ניגון וואלסטו עס געטוישט...
די ארגינעלע שאלה איז צו איר ווילט מ'זאל עס טוישן
האסט עס נישט געשריבן קלאר פון אנפאנג, אבער כאטש יעצט ווייס איך.
ווי אין מיינע ווערטער, זעט מען עס נישט?
ווי אין דיינע ווערטער זעט מען עס יא?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”