כִּי עַל רַחֲמֶיךָ הָרַבִּים אָנוּ בְּטוּחִים
איך שטיי איינגעבויגן
איך ווייס דאך קלאר
ווי מיינע מעשים טויגן
צוקלאפט, פארשעמט
שטייף און געלעמט
בְּאֵלּוּ פָנִים נִשְׁפֹּךְ שִׂיחִים:
מיר טוען זיך דערמאנען
בימים ההם
ווען ס'נאך געשטאנען
די בית השם
פארלאזט דיינע וועגן
אין נארישקייט געלעגן
דָּבַקְנוּ בְתוֹעֵבוֹת וּבְמַעֲשִׂים זְנוּחִים:
געמיינע בריות
געוויסט ס'נישט געשטויגן
פאלשע נביאות
פון פינגער אויסגעזויגן
מיט א בלעכענעם פנים און א הארטע גענאק
האמיר זיך געפירט לויט אונזער געשמאק
וְהִקְשִׁינוּ עֹרֶף וְהֵעַזְנוּ מְצָחִים:
געווארט געדולדיג
שובו בנים
אונז זעמיר שולדיג
לנו בושת הפנים
די ביהמ"ק איז חרוב - א בכי' לדורות
נישטא קיין קרבנות - נישט קיין קטורת
חָרֵב וּפַס רֵיחַ נִיחוֹחִים:
פון די אמאל
נישטא קיין שפירן
מ'טוט כלל ישראל
אין גלות פירן
די כהנים וואס האבן די עבודה געקענט
צווישן די גולים זיי מ'דערקענט
יוֹדְעֵי עֵרֶךְ עוֹלוֹת וּזְבָחִים:
גאט האט געשיקט
אזהרות פיל
אויף צוריק מ'בליקט
מיט חרטה געפיל
עס קומט זיך אונז די אלע ווייען
הלואי ווען מ'קען דאס צוריקדרייען
לֹא הִקְשַׁבְנוּ לִשְׁמֹעַ לְמוֹכִיחִים:
און פון דאן
איין לאנגע קייט
יסורים און פיין
ווי נאר מ'גייט
עד היום ביז ממש היינט
ליידן מיר אונז פון אונזערע פיינט
נֶהֱרָגִים נִשְׁחָטִים וְנִטְבָּחִים:
א קליין הייפל
זענען מיר געבליבן
פיל מיט צווייפל
פאריאגט און פארטריבן
פאר אביסל מנוחה מיר קוקן ארויס
אבער ווייט פון אונז קוקט עס אויס
עֵינֵינוּ כָּלוֹת בְּלִי מְצֹא רְוָחִים:
רשעים געמיין
זענען מרויח
וויאזוי קען זיין
אז זיי זענען מצליח
ערליכע אידן טוען זיך אנשטרענגן
און מ'זעט נישט אז ס'זאל פירות ברענגן
צֶפֶר וָעֶרֶב לָמָּה מַצְלִיחִים:
מיט עזות און טראץ
טרייבן זיי שפאט
וואס ביסטו אזא קלאץ
אז דו גלייבסט אין גאט
דו ווייסט שוין פאר שאר
אז ס'איז טווענטי טווענטי פאר
רְצוּצִים בַּמֶּה אַתֶּם בּוֹטְחִים:
קוק זיך אויף אונז אום
אינגאנצן מבוזה
צושפרייט אומעטים
אן קיין אייגענע אחוזה
מיט דעם איינעם וועג דעם אלטן
מיט בטחון מיר טוען זיך האלטן
תְּמוּכִים עָלֶיךָ וּבְךָ מֻתְאָחִים:
מיר זענען בטוח
אז דו וועסט אינגיכן
שיקן משיח
אונז דא באזוכן
מיט דיין מדת רחמנות ווי א טאטע צו א קינד
צוריק אהיים נעמען וועסטו אונז געשווינד
כִּי עַל רַחֲמֶיךָ הָרַבִּים אָנוּ בְּטוּחִים: