אין מג"א סימן תר"ה איז מבואר אז ס'פעלט נישט אויס צו נעמען א עקסטרע כפרה פאר יעדן איינעם, ממילא איז גענוג אז מ'נעמט איין זכר פאר אלע זכרים פון די משפחה (כולל המעוברת), און איין נקיבה פאר אלע נקיבות פון די משפחה. און ערב יום כיפור קען מען סתם אזוי זיך צוזאם שטעלן מיט אסאך אידען, והכל על מקומו יבוא בשלום.
בנוגע פינאנציעלע שוועריקייטן דארף יעדער פרעגן זיין לאקאלער רב / פיינענשל בודזשעטינג עקספערט.
מגן אברהם איז נישט געמאכט פאר קיין גרים, סאיז געמאכט מיר זאלען וויסען וויאזוי זיך צו פירען, בנוגע אונזערע עלטערן,,, איך מיין אז מהאט באקומען דעם טשיקען און עס כשר געמאכט מהאט שוין געהאט פלייש פאר ערב יום כיפור,
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין… קרעדיט יואב זינגערצווייג