היטלער ימ"ש האט געוויסט אז די יודן האבען אזא קאמפלעקס, אין ער האט דאס אויסגעניצט, אין די רעפארם ראבייס זענען געפאלען פאר דעם.
10 יאר פריער אין תרצ"ד, האט ער שטארק געשטיצט די בויקאט אויף דייטשלאנד. (ווי באקאנט האבען די ציניסטען געוואלט אויסריפען א בויקעט נאך אין תרצ"ד, אין היטלער (אין אויך דייטשלאנד) וואס איז נאך געווען דעלמאץ שוואך האט מורא געהאט דערפיען, אין מאיז געקימען צי א פשרה, אז היטלער וועט לאזען די דייטשע יודן אויסוואנדערן מיט זייער געלט צי ארץ ישראל, אין אזוי איז עס טאקע געווען.
(עס איז געווען 2 צדדים דעלמאץ. די רעכטע האבען געהאלטען מטאר גארנישט פארהאנדלן מיט היטלער ימ"ש, די לינקע האבען געהאלטען אז יא, אין זיי האבען אויסגעפירט, זיי זענען געווען אסאך מער).
ערשט אין יאר תרצ"ז ווען די רדיפות אין דייטשלאנד זענען געווארען שטערקער, זענען די ציונים ארויס מיט די באקאט.
פין די אנדערע זייט, ברם זכור אותו איש לטוב: מר. הענרי מארגענטא א דייטשער יוד, אין די סעקרעטאר אוו טרעזערי ביי רוזוועלט. (די טאטע פין ראבערט מארגענטא, DA פין מאנהעטן ביז לעצטענס) וואס ער האט שטארק געשטיצט אין אנגעפירט די וועד הצלה.
אויך האט ער געטיהען פאר יודען נאך די מלחמה