פאל נישט פאר פראפאגאנדע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אויפוואכער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 15, 2024 1:50 am

פאל נישט פאר פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפוואכער »

די וועלט שטורעמט, ס'קאכט זיך ארום די וואלן אין אמעריקע וואס וועט פארקומען אין געציילטע וואכן פון יעצט, אלע פאול"ס רובם ככולם זאגן פאר א געווינס פאר פרוי העריס, און מען הערט שוין פון געוויסע אינעם רעכטן לאגער זאגן מיט אראפגעלאזטע נעזער, אז ס'איז פארלוירן זי האט עס, מען קען שוין מאכן סתימת הגולל אויפן טראמפ קאמפיין...!!!

אבער אין אמת'ן אריין פרעגט זיך א מורא'דיגע פראגע וויאזוי קען דאס במציאות זיין, אז א נארישע קאנדידאט וואס האט נאך קיין גראד ווארט נישט ארויפגעברענגט אויף אירע לעפצן, אין גייט רינגס און ארום מיט יעדע דזשורנאליסט וואס אינטערוויו"ט איר, (און דאס איז שוין ווען זי לאזט זיך אינטערוויו"ען,) אין די איינציגסטע זאך וואס די נארישע פרוי מאכט אונז קלוגער מיט, (א היכי תמצא!!!..) איז אז זי האט פארמאגט א מאמע, אין אז זיי האבן געקויפט א הויז!!! (ווייל אן דעם וואלט איך געמיינט אז זי איז געוואקסן אויף א באנאנע בוים אין געוואוינט מיט די מאלפעס ??!!..), א פרוי וואס האט אנגעזעצט א מדינה וואס מען דארף פאר דעם זיין א מומחה, די אדמיניסטראציע ווי זי איז, האט אנגעזעצט ווי זיי האבן נאר אריינגעשטעקט א פינגער, אנגעהויבן אין אוקראינע, געענדיגט מיט אפגאניסטאן, אין די מיטל מזרח קאנפליקט פאר צושפייז, די עקענאמיע איז ביים שוועל פון א רעסעסיע, א קאנדידאט וואס איר קעגנער איז דורכגעגאנגען צוויי אטענטאט פארזוכן אויף זיין לעבן, וואס ווען איר וועט צוריק קוקן אין היסטאריע, וועט איר זעהן אז א קאנדידאט וואס איז דורכגעגאנגען אן אטענטאט פרואוו, זענען זיינע נומערן ארויף אין זיינע שאנסן האבן זיך געהעכערט אין די פאול"ס, וויאזוי קען זיין אז זי שטייט העכער אין אנקעטעס ???

האמת יגיד ס'איז בכלל נישט קיין פראגע, כדי דאס צו פארשטיין דארף מען צוריק קוקן מיט קנאפע פיר און צוואנציג יאר, די דעמאלטסדיגע קאנדידאטן זענען געווען בוש דזשוניא"ר אויף די רעפובליקאנע זייט, און וויצע פרעזידענט על גאור אויף די דעמאקראטישע זייט, ס'איז געווען גאר א היציגע פארמעסט, פון איין זייט איז געשטאנען א וויצע פרעזידענט פון א אדמיניסטראציע וואס האט דורכגעשוויצט היפש א רואיגע אכט יאר, קאמוניזם האט שוין נישט עקזיסטירט, די טעראריסטן האבן זיך נאכנישט צופירט די הענט, ס'איז געווען רעלאטיוו רואיג, פון דער אנדערע זייט איז געשטאנען א ענערגישער קאנדידאט מיט כאריזמע, א הויכע פאפולאריטעט וואס ער האט געהאט בירושה פון זיין טאטע, דאס לאנד איז געשטאנען געשפאנט צו זעהן וואס ס'וועט זיך אויסקאכן, סוף פונעם וואל טאג איז די מצב געווען גאר שמאל פאר בוש, רוב גרויסע נייעס קאנאלן האבן שוין דערקלערט פלארידע פאר על גאור, די בוש קאמפיין האט דעמאלטס געלאזט אין גאנג א מאסיווע "גיי ארויס שטימען" אין צום סוף האט בוש געוואונען מיט 538 שטימען, וועט איר אודאי פרעגן,"וואס האט פאסירט??", די תירוץ איז פשוט, "די מידיע"!! ווען די מידיע האט דערקלערט פלארידע פאר על גאור, זענען די רעפובליקאנער געווארן גאר מיואש און אנטמוטיגט פון ארויס קומען שטימען, און ווען די בוש קאמפיין זאל ווען נישט האנדלען גענוג פלינק וואלטן זיי עס טאקע פארלוירן,
כ'מיין דאס פארענטפערט זייער גוט אונזער פראגע, מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, די דעמאקראטן, (וואס דאס איז כולל די מידיע אין זיך!!,) קען נישט זעהן טראמפ אריינמארשירן אין ווייסן הייזקע, און איז אויסן דאס צו פארמיידן פאר יעדן פרייז!!, זיי דערזעהן זיך מיט א מורא'דיגע פראבלעם, למעשה זייער קאנדידאט פארקויפט נישט גארנישט, און זי איז בכלל נישט אינעם זעלבן סוג פון טראמפ, אפגערעדט פון זיך מיט אים קענען פארמעסטן מיט טראמפ, קומט מען אויף מיט א מייסטער פלאן, אונז קאנטראלירן דאך די מידיע, מ'גיימיר צופיצן די אנקעטעס (חס ושלום ליגנט זאגן, אונז זענען דאך די פארטיי פון אמת!!!!!,).. און אזוי ארום אנטמוטיגן די טראמפ שטיצער, קומט אויס לויט דעם זענען די אנקעטעס, נישט וואס גייט זיין, נאר וואס די דעמאקראטן ווילן ס'זאל זיין, איז צדיק'ל ווען די דרייסט זיך ארום מיט א אראפגעלאזטע נאז און די זאגסט אז די טראמפ קאמפיין איז א פארגאנגענהייט ביסטו געפאלן פאר די דעמאקראטישע נעץ,

וחזקה על פראפאגאנדע שאינה חוזרת ריקם...

✍️חיים שרייבער.
לעצט פארראכטן דורך אויפוואכער אום פרייטאג אקטאבער 11, 2024 5:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: פאל נישט פאר פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

זייער קלאר!
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
אויפוואכער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 15, 2024 1:50 am

Re: פאל נישט פאר פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפוואכער »

דער יעניגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 9:54 am
זייער קלאר!
דאס איז געשריבן געווארן פאר אביסל קלארקייט און די היינטיגע בלבול המוח וואס גייט פאר
אונגארישער חסיד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 3:00 pm

Re: פאל נישט פאר פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער חסיד »

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די ענינים , אבער דיין שפראך איז קרעפטיג !!!
אוועטאר
אויפוואכער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 15, 2024 1:50 am

Re: פאל נישט פאר פראפאגאנדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפוואכער »

אונגארישער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:07 pm
איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די ענינים , אבער דיין שפראך איז קרעפטיג !!!
קרעפטיג, דאס איז ז
שוין א נייע דערהער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”