מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' ב' און ג' (דורך @בוטשער)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' ב' און ג' (דורך @בוטשער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

חלק א'



ס'איז שווער צו שילדערן אויף פען און פאפיר די געפילן וועלכע נעמען ארום יעדער בעלזא חסיד ווען מען גרייט זיך אן צו פארן אויף ראש השנה צום רבי'ן. ס'איז דא פיל מיט טעכנישע הכנות וואס ס'פעלט זיך אלס אויס כדאי צו ערמעגליכן אזא רייזע אבער די רוחניות'דיגע צוגרייטונגען זענען פילפאכיג שטערקער. ס'הייסט, מען פארט צום צדיק הדור!

די פאקטישע צוגרייטונגען הייבן זיך עטליכע וואכן פארן נסיעה. טראצדעם וואס איך געדענק נאך גוט פון די פארגאנגענע יארן אז אויב וויל מען פליען פאר א צוגעגנליכן פרייז ברויך באשטעלן דעם בילעט עטליכע חדשים פאר ראש השנה איז אבער גזירה על נסיעה שתשתכח מן הלב און איך אזוי ווי רוב עולם האב נאר באשטעטיגט מיין זיץ פלאץ עטליכע קארגע וואכן צום יו''ט.

מיט גרויס שתדלנות ביי די הויכע פענסטער האב איך בס''ד באוויזן צו קריגן א טיקעט פאר א גאר גינסטיגע פרייז. זייטס מיר נאכנישט מקנא, איך האב נישט געהאט קיין 'דיירעקט פלייט', דאס איז רעזערווירט אויסשליסליך פאר די רייכע לייט... און בכלל איז באקאנט פון צדיקים אז מען קען בלויז גרייכן דאס הייליג לאנד דורך יסורים. אלזא, זאל מען אפקומען מיט דעם.

מיט א קלאפעדיג הארץ האב איך געדרוקט ''קאנפערם'' און דערביי פארשלאסן דאס געשעפט, מאנטאג פרשת נצבים וילך איז די גורל'דיגע טאג.

''וועט מען קענען פארן אויף יו''ט?'' האט די פראגע נישט אויפגעהערט צו נודשען אין מיין מוח. יעדן טאג האב איך צוגעהערט די נייעס מיט אנגסט און פראבירט צו אויס חשבון'נען וואס די מצב וועט זיין אויף ראש השנה. די נייעס איז אבער געפארן אזוי ווילד אז קיינער האט נישט געקענט פארזען די סיטואציע. ''אז מען ווען זיין דארט וועט מען וויסן אז מען קען'' האט מיר א חבר געזאגט.

די וואכן האבן זיך געריקט מיט איר געווענטליכע ריטעם און גענוי פיר וואכן דערויף האב איך זיך געטראפן אין א טעקסי אונטערוועגס צום לופטפעלד. יאפ! מען קען פארן. אין מיין האנט ליגט א רענצל איבערגעפילט מיט מגדנות געשיקט פון טאטע צו זון און פון פעטער צו פלומעניק, נאך א זכות פארן יום הדין. נישט געזארגט, פאר די שטרענגע באערדע האב איך קלאר פארזיכערט אז אלעס אינעם רענצל האב איך זעלבסט געפאקט, (רעד איין א צווייטן אז זיי קענען דערשפירן א ליגענט)

'דשעי עף קעי' האב איך באפוילן פארן בעל עגלה. דער רוסיש אפשטאמיגע אלעקסי האט גוט פארשטאנען צו זיין פאך. און טאקע נאך געציילטע סעקונדן האבן זיינע דיקע שטיוול אראפגעדרוקט אויפן גאז איבערלאזנדיג בלויז א וואלקן פון רויעך. היידע, מ'פארט צום רבי'ן.

נאך א קורצע רייזע פון פינעוו און פערציג מינוט האב מיר דעגרייכט אונזער ציל. די ערשטע סטאנציע פונעם לאנגן וועג. אריינשפאצירנדיג אין לופטפעלד האב איך זיך געשפירט ווי א גאלד פיש אינעם ענדלאזן אקעאן. טויזענטער מענטשן פון אלע
ערליי נאציאנאליטעטן האבן זיך געיאגט אויף זייער וועג פארמירנדיג און ערנסטע געטומל. די גרויסע סקרינס אויפן וואנט מיט די צאל-לאזע מספר פון פלי רייזעס האבן מיר נישט קיין סאך געהאלפן געוואר צו ווערן צו וועלכע בודקע איך דארף מיך ווענדן ניטאמאל די צענדליגער לופטליניע איינגעשטעלטער מיט זייער גלאנציגע מונדירןזענען געווען בייהיליפיג. בלויז א צווייטער היימישע איד האט דאס געקענט באווייזן…

גיך האב איך אריינגעטשעקט ביי די סעלף טשעק אין און דאן זיך געיאגט צו 'סעקיורעטי'. ס'איז נישט פארבליבן צו סאך צייט ביזן פליגער.

פון דארט איז מען געלאפן צום געיט ווי מען האט אראפ געלייגט א מעריב ברוב עם און פון דארט צום ענדלאזע רייע פון מענטשן וועלכע האבן שוין געווארט ארויפצושטייגן אויפן פליגער. ס'איז וויכטיג צו ארויסהייבן די וויי געשריי פון די ארימערע שיכט וועלכע מוזן אייביג ווארטן ביז צום סוף צו קענען ארויפשטייגן בשעת ווען די מענטשן מיט שיינע טשופיקעס און געביגלטע רעקלך שפרייזן ארויף ווי ביים טאטן אין וויין גארטן. א כפרה.

ענדליך ענדליך האב זיך דערזען אויפן פליגער, די ערשטע זאך האב איך אנגעהויבן ארומצוזיכן מי ומי ההולכים, ווי זענען מיינע היימישע ברודער. איך האב אפגעאטעמט זענדיג אז עס איז דא ברייט מנין. א איד איז קיינמאל נישט אליינס.

''ווי הייסט א איד? צו ווי אהין פארט איר? ווען פארט איר צוריק? איר האט אפשר פלאץ?''... דאס איז בלויז א קליינע טייל פון די דורכשניטליכע קרייץ פארהער. מי כעמך ישראל. צו ערשט האבן מיר אפגעלערנט די דף מיט מיין נייע שכןאון דערנאך זייער שטארק פראבירט צו כאפן א דרימל ולא עלתה בידי.

נאך א זיבן שעה'דיגע רייזע האבן מיר בס''ד געלאנדעט אין די שארלס דע-גאל לופטפעלד, פאריז – פראנקרייך וועלכע שטייט על שמו ועל זכרו פון די פראנצויזישע גענעראל וועלכע האט געקעמפט אקעגן די דייטש האנט ביי האנט מיט די אליאירטע. די לןפטפעלד איז גאר א גרויסע אין א פארנומענער זייענדיג אז גרויסע צענטער פאר 'קאנעקטינג' פלייטס.(פארבינדונג רייזע'ס)

גלייך ביים אראפ שטייגן אין פאריז האבן מיר געזיכט א שטילן ווינקל און זיך געשטעלט זאגן סליחות מיט א ברען זיך נישט קימרנדיג מיט די בייזע בליקן פון די נייגעריגע פראנצויזן. נאכגעפאלגט האט א שטורעמישע שחרית און דערנאך זיך געמוטשעט צו לעזן דעם שווערן רעטעניש איבער ווי גענוי מיר דארפן אנקומען. די שילדן האבן געצייגט אז מיר ברויכן גיין מיט א שאטעל וועלכע זאל אונז אריבערפירן צו א צווייטע טערמינאל. מיר האבן געפאלגט. גאנצע פינעוו און צוואנציג מינוט האט דער אלטע באס קורסירט צווישן די פארשידענע טערמינאלן ביזן גרייכן צו אונזער טערמינאל. ס'האט מיר געקאסט א שמייכל צו הערן וויאזוי די פראנצויזישע בעלי קורא ליינען ארויס די אנאלפעבעטן מיט זייער אייגנארטיגע דיאלעקט.

אנקומענדיג צום געיט האט זיך אנגעזען א קיבוץ גליות ווי אידן פון מערערע לענדער וועלכע האבן געווארט דארטן אויפן פליגער וועלכע זאל אונז נעמען קיין ארץ ישראל.

צו ערשט האב איך זיך געשטעלט דאווענען מנחה במנין און גלייך דערנאך האב איך געמוזט גיין צום דעסק צו זיי מבשר זיין די פרייליכע בשורה אז איך בין טאקע דא און איך פלאן טאקע צו פארן מיטן פליגער. די אויספארשערין האט געשטעלט גאר הארבע פראגעס א שטייגער ווי ''וואס האסטו געלערנט אין ישיבה?'' ''וויפיל תפילות דאווענט מען יעדן טאג''... אבער געלויבט גאט, איך האב דאס אויך דורכגעשוויצט.

א קליינע פאנטשער האט זיך פארמירט ווען ס'האט זי ארויסגעשטעלט אז ביים מאכן 'סעלף טשעק אין' האב איך פארגעסן צו אראפנעמען די קליינע סטיקער און דאס אנקלעבן אויף מיין פאספארט. די איינגעשטעלטע האט מיר געסטראשעט אז אן דעם וועל איך נישט קענען קריגן מיינע פעקלעך אין ארץ ישראל. ב''ה א צווייטע איד אויפן סצענע האט אינטערווינירט און הכל על מקומו בא בשלום.

אצינד בין איך ענדליך ענדליך געזעצן אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל. די הרגשים האבן געטוליעט אויפן העכסטן גראד בשעת די לאו פעט שלעפער טראק האט ארויסגעשלעפט דעם פליגער פון איר רוה ארט און איר ארויפגעפירט אויפן לאנגן לויף וועג. א פארטייבנדע גערויש האט זיך געהערט בשעת ווען די גרויסע רעדער האבן זיך אראפגעיאגט אויפן ראנוועי. די נאז האט זיך געהויבן און די גאנצע קערפער איז מיט געפארן. צאתכם לשלום פאריז.

האלטנדיג אומגעפער פערציג מינוט פארן לאנדן האט זיך פלוצלונג געהערט די פילאט'ס באסאווע שטימע איבער די הויכהילכער, ''אכטונג, צוליב זיכערהייט סיבות וועט מען יעצט נישט קענען לאנדן אין בן גוריון. זאכן קענען זיך נאך טוישן דעריבער ווען מען אדערווייל פארזעצן מיט אונזער רייזע קיין תל אביב אבער אויב עס וועט זיך נישט פארבעסערן וועט מען זיין געצווינגען צו לאנדן אין קפריסין''. א זויערקייט האט ארומגענומען אלע מיטרייזנדע, ''וואס גייט פאר'' האט אלע אייניג געוואלט וויסן. די קלאנגען האבן זיך פארשפרייט אז ארץ ישראל איז אונטער אטאקע דורך איראן. ''הונדערעטער באליסטישע מיסיל'ס זענען שוין אריינגעפלויגן!'' די עולם איז אריין אין פאניק.

נאך עטליכע מינוט איז אריבער און מיטאמאל האט די פליגער גענומען א שארפן דריי, די דעסטינאציע אויפן סקרין האט זיך געטוישט. אצינד איז געשטאנען ''קפריסין'' אלס אונזער ציל. צובראכן אבער הילפלאז האב איך מיטאגעהאלטן ווי די פליגער פארקירווירט זיך און פארט אוועק פון ארץ ישראל. אויסער זאגן תהילים האב איך גארנישט געקענט טון.

נאך עטליכע לאנגע מינוטן האט זיך ווידעראמאל געהערט די פילאט'ס שטימע, ''אזוי ווי זאכן האבן זיך בארואיגט וועט מען יא קענען לאנדן אין בן גוריון'' האט ער מבשר געווען די פרייליכע נייעס... און טאקע גלייך דערנאך האט די פליגער צוריקגעבויגן איר נאז אין די גוטע ריכטונג. דאס באדייט תשובה - זיך אומקערן צום ריכטיגן דרך… מיינע אויגן זענען געווען געוואנדן צום פענסטערל צו זען אויב עס ס'זעט זיך נאך סיי וועלכע שיריים פון די איראנער אטאקע. איך בין נישט געווען רואיג...

ווי נאר די עראפלאן האט אנגערירט די הארטע אספאלט האבן הילכיגע קלאטשערייען אויסגעבראכן, בעיקר פון די נישט היימישע און פון די עלטערע דור... אבער יעדער איז געווען צופרידן צו לאנדן.

ווי א 'טיפיקל' חסידש'ע איד האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א מאראטאן געלויף אראפ די קארידארן וועלכע פירן צו פאספארט קאנטראל ווילנדיג זיך זען אינדרויסן ווי שנעלער. פאספארט קאנטראל איז אריבער אן קיין אינצידענט און בליץ שנעל האב איך זיך געטראפן אינטן ווארטנדיג אויפן באן.

צוליב די מיסיל אטאקע איז אלס געפארן אביסל שפעטער, מיינע אויגן האבן זיך שיעור נישט צוגעמאכט פון גרויס מידיקייט. ביי דעם פונקט האב איך שוין געהאלטן ביי באלד פיר און צוואנציג שעה אריין אינעם רייזע אן קיין שלאף און אן געהעריגע עסן (נאו אפענס) פארשוויצט און שמיציג, איך האב שוין געדארפט א בעט. (יהי רצון אז דאס זאל זיין גערעכנט ווי א לעגיטימע גלות וואנדעריי און מכפר זיין מיינע זינד…)

די באן איז אנגעקומען און איך האב זיך באקוועם געמאכט דערויף, טראץ די שארפע ווארענונגען האב איך פלאצירט מיינע שווערע רענצלעך אויף די אנדערע צוויי זיצן נעבן מיר און געכאפט א שטיקל דרימל. יעצט בין איך שוין געווען גרייט צו שלאפן ווי אימער. צוויי און צוואנציג מינוט האט געדויערט די רייזע אריין קיין ירושלים, קוים גענוג פאר א פערדן שלאף…

''תחנה הבאה יצחק נבון'' האב איך געהערט די טיפע שטימע אויסרופן. איך האב א כאפ געטון מיינע געפעק און זיך אראפגעשלעפט פונעם באן.

''זיבעציג שקל'' זאגט מיר דער נערוועזער נהג אינדרויסן פון די באן סטאנציע, לאמיר זיין קלאר מען רעדט פון א פינעוו מינוטיגע רייזע... ער האט ניטאמאל פראבירט צו באהאלטן זיין שמייכל אז עס איז אים געלונגען צו אריינבאקומען א תמימות'דיגע אמעריקאנער וועלכע קען בלויז א צוהאקטער עברית. וואס ער ווייסט נישט איז אז אפי איך וואלט ווען געווען א היגער און איך וואלט געקענט א גוטע עברית וואלט איך זיך מילא נישט געטענה'ט, בלויז דרייסיג פראצענט פון מיין קערפער האט פונקציונירט, די איבריגע איז געלאפן אויף אוטא פילאט…

ולירושלים עירך



לינק צו חלק ב' ר''ה אין בעלזא חלק ב'
לינק צו חלק ג' ר''ה אין בעלזא חלק ג'
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום זונטאג אקטאבער 13, 2024 4:33 pm, פארראכטן געווארן 8 מאל.
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

א הערליכע געשמאקע שריפט!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

זייער שיין אראפגעלייגט!
אדערווייל איז עס נישט צופול אנדערש פון מיין נסיעה, נאר קליינע חילוקים...
פארפאלן, צו פארן צום רבי'ן אויף יו"ט ברויך מען דורכגיין יסורים...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אנגעפאשעט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 26, 2022 1:59 am

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעפאשעט »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:48 pm
חלק א'



ס'איז שווער צו שילדערן אויף פען און פאפיר די געפילן וועלכע נעמען ארום יעדער בעלזא חסיד ווען מען גרייט זיך אן צו פארן אויף ראש השנה צום רבי'ן. ס'איז דא א פיל טעכנישע הכנות וואס ס'פעלט זיך אויס כדאי צו ערמעגליכן אזא רייזע אבער די רוחניות'דיגע צוגרייטונגען זענען פילפאכיג שטערקער. ס'הייסט, מען פארט צום צדיק הדור!

די פאקטישע צוגרייטונגען הייבן זיך עטיכע וואכן פארן נסיעה. טראצדעם וואס איך געדענק נאך גוט פון די פארגאנגענע יארן אז אויב וויל מען פליען פאר אן צוגעגנליכן פרייז ברויך באשטעלן דעם בילעט עטליכע חדשים פאר ראש השנה איז אבער גזירה על נסיעה שתשתכח מן הלב און איך אזוי רוב עולם האב נאר באשטעטיגט מיין זיץ פלאץ עטליכע קארגע וואכן צום יו''ט.

מיט גרויס שתדלנות ביי די הויכע פענסטער האב איך בס''ד באוויזן צו קריגן א טיקעט פאר א גאר גינסטיגע פרייז. זייטס מיר נאכנישט מקנא, איך האב נישט געהאט קיין 'דיירעקט פלייט', דאס איז רעזערווירט אויסשליסליך פאר די רייכע לייט... און בכלל איז באקאנט פון צדיקים אז מען קען בלויז גרייכן דאס הייליג לאנד דורך יסורים. אלזא, זאל מען אפקומען מיט דעם.
מיט א קלאפעדיג הארץ האב איך געדרוקט ''קאנפערם'' און דערביי פארשלאסן דאס געשעפט, מאנטאג פרשת נצבים וילך איז די גורל'דיגע טאג.

''וועט מען קענען פארן אויף יו''ט?'' האט די פראגע נישט אויפגעהערט צו נודשען אין מיין מוח. יעדן טאג צוגעהערט די נייעס מיט אנגסט און פראבירט צו אויסחשבנ'ן וואס די מצב וועט זיין אויף ראש השנה. די נייעס איז אבער געפארן אזוי ווילד אז קיינער האט נישט געקענט פארזען די סיטואציע. ''אז מען זיין דארט וועט מען וויסן אז מען קען'' האט מיר א חבר געזאגט.
די וואכן האבן זיך געריקט מיט איר געווענטליכע ריטעם און גענוי פיר וואכן דערויף האב איך בין געטראפן אין א טעקסי אונטערווענס צום לופטפעלד. יאפ! מען קען פארן. אין מיין האנט ליגט א רענצל איבערגעפילט מיט מגדנות געשיקט פון טאטע צו זון און פון פעטער צו פלומעניק, נאך א זכות פארן יום הדיןאבער נישט געזארגט, פאר די שטרענגע באערדע פונעם לופטליניע האב איך קלאר פארזיכערט אז אלעס אינעם רענצל האב איך זעלבסט געפאקט, (רעד איין א צווייטן אז זיי קענען דערשפירן א ליגענט)

'דשעי עף קעי' האב איך באפוילן פון בעל עגלה. דער רוסיש אפשטאמיגע אלעקסי האט גוט פארשטאנען צו זיין פאך. און טאקע נאך געציילטע סעקונדן האבן זיינע דיקע שטיוול אראפגעדרוקט אויפן גאז איבערלאזנדיג בלויז א וואלקן פון רויעך. היידע, מ'פארט צום רבי'ן.

נאך א קורצע רייזע פון פינעוו און פערציג מינוט האב מיר געגרייכט אונזער ציל. די ערשטע סטאנציע פונעם לאנגן וועג. אריינשפאצירנדיג אין לופטפעלד האב איך זיך געשפירט ווי א גאלד פיש אנעםן ענדלאזן אקעאן. טויזענטער מענטשן פון אלע ערליי נאציאנאליטעטן האבן זיך געיאגט אויף זייער וועג פארמירנדיג און ערנסטע געטומל. די גרויסע סקרינס אויפן וואנט מיט די צאל-לאזע מספר פון פלי רייזעס האבן מיר נישט קיין סאך געהאלפן געוואר צו ווערן צו וועלכע בודקע איך דארף מיך ווענדן צו ניטאמאל די צענדליגער לופטליניע איינגעשטעלטער מיט זייער גלאנציגע מונדירן האבן מיר געקענט העלפן דערמיט. בלויז א צווייטער היימישע איד האט דאס געקענט באווייזן…

גיך האב איך אריינגעטשעקט ביי די סעלף טשעק אין און דאן זיך געיאגט צו 'סעקיורעטי'. ס'איז נישט פארבליבן צו סאך צייט ביזן פליגער. און פון דארט איז מען געלאפן צום געיט ווי מען האט אראפ געלייגט א מעריב ברוב עם און גלייך דערויף געלאפן צום ענדלאזע רייע פון מענטשן וועלכע האבן שוין געווארט ארויפצושטייגן אויפן פליגער. ס'איז וויכטיג צו ארויסהייבן די וויי געשריי פון די ארימערע שיכט וועלכע מוזן אייביג ווארטן ביז צום סוף צו קענען ארויפשטייגן בשעת ווען די מענטשן מיט שיינע טשופיקעס און געביגלטע רעקלך שפרייזן ארויף ווי ביים טאטע'ן אין וויין גארטן. א כפרה.

ענדליך ענדליך האב זיך דערזען אויפן פליגער, די ערשטע זאך האב איך אנגעהויבן ארומצוזיכן מי ומי ההולכים, ווי זענען מיינע היימישע ברודער. איך האב אפגעאטעמט זענדיג אז עס איז דא ברייט מנין. א איד איז קיינמאל נישט אליינס.

''ווי הייסט א איד? צו ווי אהין פארט איר? ווען פארט איר צוריק? איר האט אפשר פלאץ?''... דאס איז בלויז א קליינע טייל פון די דורכשניטליכע קרייץ פארהער. מי כעמך ישראל. צו ערשט האבן מיר אפגעלערנט די דף מיט מיין נייע שכןאון דערנאך זייער שטארק פראבירט צו כאפן א דרימל ולא עלתה בידי.

נאך א זיבן שעה'דיגע רייזע האבן מיר בס''ד געלאנדעט אין די שארלס דע-גאל לופטפעלד, פאריז – פראנקרייך וועלכע שטייט על שמו ועל זכרו פון די פראנצויזישע גענאראל וועלכע האט געקעמפט אקעגן די דייטש האנט ביי האנט מיט די אליאירטע. די לןפטפעלד איז גאר א גרויסע אין פארנומענע זייענדיג אז גרויסע צענטער פאר קאנעקטינג פלייטס.

גלייך ביים אראפשטייגן האבן מיר געזיכט א שטילן ווינקל און זיך געשטעלט זאגן סליחות מיט א ברען זיך נישט קימרנדיג מיט די בייזע בליקן פון די נייגעריגע פראנצויזן, נאכגעפאלגט האט א שטורעמישע שחרית און דערנאך זיך געמוטשעט צו לעזן דעם שווערן רעטעניש איבער ווי גענוי מיר דארפן אנקומען. די שילדן האבן געצייגט אז מיר ברויכן גיין מיט א שאטעל וועלכע זאל אונז אריבערפירן צו א צווייטע טערמינאל. מיר האבן געפאלגט.

גאנצע פינעוו און צוואנציג מינוט האט דער אלטע באס קורסירט צווישן די פארשידענע טערמינאלן ביזן גרייכן צו אונזער טערמינאל. ס'האט מיר געקאסט א שמייכל צו הערן וויאזוי זיי ליינען ארויס די אנאלפעבעטן מיט זייער אייגנארטיגע דיאלעקט.

אנקומענדיג צום געיט האב איך גראד האט זיך אנגעזען א קיבוץ גליות ווי אידן פון מערערע לענדער האבן געווארט דארטן אויפן פליגער וועלכע זאל אונז נעמען קיין ארץ ישראל.
צו ערשט האב איך זיך געשטעלט דאווענען מנחה און גלייך דערנאך האב איך געמוזט גיין צום דעסק צו זיי מבשר יין די בשורה אז איך בין טאקע דא און איך פלאן טאעק צו פארן מיטן פליגער. די אויספארשערין האט געשטעלט גאר הארבע פראגעס א שטייגער ווי ''וואס האסטו געלערנט אין ישיבה?'' ''וויפיל תפילות דאווענט מען יעדן טאג''... אבער געלויבט גאט, איך האב דאס אויך דורכגעשוויצט.

א קליינע פאנטשער האט זיך פארמירט ווען ס'האט זי ארויסגעשטעלט אז ביים מאכן 'סעלף טשעק אין' האב איך פארגעסן צו אראפנעמען די קליינע סטיקער און דאס אנקלעבן אויף מיין פאספארט. די איינגעשטעלטע האט מיר געסטראשעט אז אן דעם וועל איך נישט קענען קריגן מיינע פעקלעך אין ארץ ישראל. ב''ה א צווייטע איד אויפן סצענע האט אינטערווינירט און הכל על מקומו בא בשלום.

אצינד בין איך ענדליך ענדליך געזעצן אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל. די הרגשים האבן געטוליעט אויפן העכסטן גראד בשעת די לאו פעט שלעפער טראק האט ארויסגעשלעפט דעם פליגער פון איר רוה ארט און איר ארויפגעפירט אויפן לאנגן לויף וועג. א פארטייבנדע גערויש האט זיך געהערט בשעת ווען די גרויסע רעדער האבן זיך אראפגעיאגט אויפן ראנוועי. די נאז האט זיך געהויבן און די גאנצע קערפער איז מיט געפארן. צאתכם לשלום פאריז.

האלטנדיג אומגעפער פערציג מינוט פארו לאנדען האט זיך פלוצלונג געהערט די פילאט'ס שטימע איבער די הויכהילכער, ''אכטונג, צוליב זיכערהייט סיבות וועט מען יעצט נישט קענען לאנדן אין בן גוריון. זאכן קענען זיך נאך טוישן דעריבער ווען מען אדערווייל פארזעצן מיט די רייזע קיין תל אביב אבער אויב עס וועט זיך נישט פארבעסער'ן וועט מען זיין געצווינגען צו לאנדן אין קפריסין''. א זויערקייט האט ארומגענעומן אלע מיטרייזנדע, ''וואס גייט פאר'' האט אלע אייניג געווילט וויסן. די קלאנגען האבן זיך פארשפרייט אז ארץ ישראל אז אונטער אטאקע דורך איראן. הוננדערעטער באליסטישע מיסיל'ס זענען שוין אריינגעפלויגן! די עולם איז אריין אין פאניק.

נאך עטליכע מינוט איז אריבער און מיטאמאל האט די פליגער גענומען א שארפן דריי, די דעסטינאציע אויפן סקרין האט זיך געטוישט. אצינד איז געשטאנען ''קפריסין'' אלס אונזער ציל. צובראכן אבער הילפלאז האב איך מיטאגעהאלטן ווי די פליגער פארקירווירט זיך און פארט אוועק פון ארץ ישראל. אויסער זאגן תהילים האב איך גארנישט געקענט טון.
נאך עטליכע מינוט האט זיך ווידעראמאל געהערט די פילאט'ס שטימע, ''אזוי ווי זאכן האבן זיך בארואיגט וועט מען יא קענען לאנדן אין בן גוריון'' האט ער מבשר געווען די פרייליכע נייעס... און טאקע גלייך דערנאך האט די פליגער צוריקגעבויגן איר נאז אין די גוטע ריכטונג. מיינע אויגן זענען געווען געוואנדן צום פענסטערל צו זען אויב עס ס'זעט זיך נאך סיי וועלכע שיריים פון די איראנער אטאקע. איך בין נישט געווען רואיג...

ווי נאר די עראפלאן האט אנגערירט די הארטע אספאלט האבן הילכיגע קלאטשערייען אויסגעבראכן, בעיקר פון די נישט היימישע און פון די עלטערע דור... אבער יעדער איז געווען צופרידן צו לאנדן. ווי א 'טיפיקל' חסידש'ע איד האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א מאראטאן געלויף אראפ די קארידארן וועלכע פירן צו פאספארט קאנטראל ווילנדיג זיך זען אינדרויסן ווי שנעלער. פאספארט קאנטראל איז אריבער אן קיין אינצידענט און בליץ שנעל האב איך זיך געטראפן אינטן ווארטנדיג אויפן באן. צוליב די מיסיל אטאקע איז אלס געפארן אביסל שפעטער, מיינע אויגן האבן זיך שיעור נישט צוגעמאכט פון גרויס מידיקייט. ביי דעם פונקט האב איך שוין געהאלטן ביי באלד פיר און צוואנציג שעה אריין אינעם רייזע אן קיין שלאף און אן געהעריגע עסן (נאו אפענס) פארשוויצט און שמיציג, איך האב שוין געדארפט א בעט. יהי רצון אז דאס זאל זיין גערעכנט ווי א לעגיטימע גלות וואנדעריי און מכפר זיין מיינע זינד...
די באן איז אנגעקומען און איך האב זיך באקוועם געמאכט דערויף, טראץ די שארפע ווארענוגען האב איך פלאצירט מיינע רענצלעך אויף די אנדערע צוויי זיצן נעבן מיר און געכאפט א שטיקל דרימל. יעצט בין איך שוין געווען גרייט צו שלאפן ווי אימער.

צוויי און צוואנציג מינוט האט געדרויערט די רייזע אריין קיין ירושלים, קוים גענוג פאר א פערדן שלאף…

''תחנה הבאה יצחק נבון'' האב איך געהערט די טיפע שטימע אויסרופן. איך האב א כאפ געטון מיינע געפעק און זיך אראפגעשלעפט פונעם באן. ''זיבעציג שקל'' זאגט מיר דער נערוועזער נהג אינדרויסן פון די באן סטאנציע, לאמיר זיין קלאר מען רעדט פון א פינעוו מינוטיגע רייזע... ער האט ניטאמאל פראבירט צו באהאלטן זיין שמייכל אז עס איז אים געלונגען צו אריינבאקומען א תמימות'דיגע אמעריקאנער וועלכע קען בלויז א צוהאקטער עברית. וואס ער ווייסט נישט איז אז אפי איך וואלט ווען געווען א היגער און איך וואלט געקענט א גוטע עברית וואלט איך זיך מילא נישט געטענה'ט, בלויז דרייסיג פראצענט פון מיין קערפער האט פונקציונירט, די איבריגע איז געלאפן אוי אוטא פילאט…

ולירושלים עירך

פארזעצונג וועט נאכפאלגן בס''ד
👍💪👍💪👍💪
מיר ווארטן אויף חלק ב!
שופטים ושוטרים
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 11:41 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופטים ושוטרים »

נעקסטיים קום מיטן טשארטער וועסטו נישט דארפן מיטמאכן די אלע מיטמאכונגען!
חסידישע Charter קיין ארץ ישראל אויף ראש השנה תשפ"ה (ערענסט אינטערעסירטע)
viewtopic.php?p=5412025#p5412025

https://forms.gle/2a6L5rwuYXjExWbt7
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

שופטים ושוטרים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 6:23 pm
נעקסטיים קום מיטן טשארטער וועסטו נישט דארפן מיטמאכן די אלע מיטמאכונגען!
איך האב פראבירט צו באקומען א מארטגעדש פאר דעם. כ'בין נישט געווארן אפראווד
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
פליסיגע טינט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 2:28 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליסיגע טינט »



איך ווארט אויף חלק ב
ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

שוין געווארט אויף דעם אשכול בכליון עיניים
איך האב אסאך מוסיף צו זיין ועוד חזון למועד
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3314
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

ארויס געבוטשערט א געשמאקע שרייבעראציע!!
מוסר זאגער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 12, 2023 11:48 am

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוסר זאגער »

שיין געשריבן אבער ביז יעצט האב איך נישט געזען גארנישט מיט בעלזא . איך ווארט אויף נומבער 2
דער רעקרוטער
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:46 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רעקרוטער »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:48 pm
חלק א'



ס'איז שווער צו שילדערן אויף פען און פאפיר די געפילן וועלכע נעמען ארום יעדער בעלזא חסיד ווען מען גרייט זיך אן צו פארן אויף ראש השנה צום רבי'ן. ס'איז דא פיל מיט טעכנישע הכנות וואס ס'פעלט זיך אלס אויס כדאי צו ערמעגליכן אזא רייזע אבער די רוחניות'דיגע צוגרייטונגען זענען פילפאכיג שטערקער. ס'הייסט, מען פארט צום צדיק הדור!

די פאקטישע צוגרייטונגען הייבן זיך עטליכע וואכן פארן נסיעה. טראצדעם וואס איך געדענק נאך גוט פון די פארגאנגענע יארן אז אויב וויל מען פליען פאר א צוגעגנליכן פרייז ברויך באשטעלן דעם בילעט עטליכע חדשים פאר ראש השנה איז אבער גזירה על נסיעה שתשתכח מן הלב און איך אזוי ווי רוב עולם האב נאר באשטעטיגט מיין זיץ פלאץ עטליכע קארגע וואכן צום יו''ט.

מיט גרויס שתדלנות ביי די הויכע פענסטער האב איך בס''ד באוויזן צו קריגן א טיקעט פאר א גאר גינסטיגע פרייז. זייטס מיר נאכנישט מקנא, איך האב נישט געהאט קיין 'דיירעקט פלייט', דאס איז רעזערווירט אויסשליסליך פאר די רייכע לייט... און בכלל איז באקאנט פון צדיקים אז מען קען בלויז גרייכן דאס הייליג לאנד דורך יסורים. אלזא, זאל מען אפקומען מיט דעם.

מיט א קלאפעדיג הארץ האב איך געדרוקט ''קאנפערם'' און דערביי פארשלאסן דאס געשעפט, מאנטאג פרשת נצבים וילך איז די גורל'דיגע טאג.

''וועט מען קענען פארן אויף יו''ט?'' האט די פראגע נישט אויפגעהערט צו נודשען אין מיין מוח. יעדן טאג האב איך צוגעהערט די נייעס מיט אנגסט און פראבירט צו אויס חשבון'נען וואס די מצב וועט זיין אויף ראש השנה. די נייעס איז אבער געפארן אזוי ווילד אז קיינער האט נישט געקענט פארזען די סיטואציע. ''אז מען ווען זיין דארט וועט מען וויסן אז מען קען'' האט מיר א חבר געזאגט.

די וואכן האבן זיך געריקט מיט איר געווענטליכע ריטעם און גענוי פיר וואכן דערויף האב איךזיך געטראפן אין א טעקסי אונטערוועגס צום לופטפעלד. יאפ! מען קען פארן. אין מיין האנט ליגט א רענצל איבערגעפילט מיט מגדנות געשיקט פון טאטע צו זון און פון פעטער צו פלומעניק, נאך א זכות פארן יום הדין. נישט געזארגט, פאר די שטרענגע באערדע האב איך קלאר פארזיכערט אז אלעס אינעם רענצל האב איך זעלבסט געפאקט, (רעד איין א צווייטן אז זיי קענען דערשפירן א ליגענט)

'דשעי עף קעי' האב איך באפוילן פארן בעל עגלה. דער רוסיש אפשטאמיגע אלעקסי האט גוט פארשטאנען צו זיין פאך. און טאקע נאך געציילטע סעקונדן האבן זיינע דיקע שטיוול אראפגעדרוקט אויפן גאז איבערלאזנדיג בלויז א וואלקן פון רויעך. היידע, מ'פארט צום רבי'ן.

נאך א קורצע רייזע פון פינעוו און פערציג מינוט האב מיר דעגרייכט אונזער ציל. די ערשטע סטאנציע פונעם לאנגן וועג. אריינשפאצירנדיג אין לופטפעלד האב איך זיך געשפירט ווי א גאלד פיש אינעם ענדלאזן אקעאן. טויזענטער מענטשן פון אלע
ערליי נאציאנאליטעטן האבן זיך געיאגט אויף זייער וועג פארמירנדיג און ערנסטע געטומל. די גרויסע סקרינס אויפן וואנט מיט די צאל-לאזע מספר פון פלי רייזעס האבן מיר נישט קיין סאך געהאלפן געוואר צו ווערן צו וועלכע בודקע איך דארף מיך ווענדן ניטאמאל די צענדליגער לופטליניע איינגעשטעלטער מיט זייער גלאנציגע מונדירןזענען געווען בייהיליפיג. בלויז א צווייטער היימישע איד האט דאס געקענט באווייזן…

גיך האב איך אריינגעטשעקט ביי די סעלף טשעק אין און דאן זיך געיאגט צו 'סעקיורעטי'. ס'איז נישט פארבליבן צו סאך צייט ביזן פליגער.

פון דארט איז מען געלאפן צום געיט ווי מען האט אראפ געלייגט א מעריב ברוב עם און פון דארט צום ענדלאזע רייע פון מענטשן וועלכע האבן שוין געווארט ארויפצושטייגן אויפן פליגער. ס'איז וויכטיג צו ארויסהייבן די וויי געשריי פון די ארימערע שיכט וועלכע מוזן אייביג ווארטן ביז צום סוף צו קענען ארויפשטייגן בשעת ווען די מענטשן מיט שיינע טשופיקעס און געביגלטע רעקלך שפרייזן ארויף ווי ביים טאטן אין וויין גארטן. א כפרה.

ענדליך ענדליך האב זיך דערזען אויפן פליגער, די ערשטע זאך האב איך אנגעהויבן ארומצוזיכן מי ומי ההולכים, ווי זענען מיינע היימישע ברודער. איך האב אפגעאטעמט זענדיג אז עס איז דא ברייט מנין. א איד איז קיינמאל נישט אליינס.

''ווי הייסט א איד? צו ווי אהין פארט איר? ווען פארט איר צוריק? איר האט אפשר פלאץ?''... דאס איז בלויז א קליינע טייל פון די דורכשניטליכע קרייץ פארהער. מי כעמך ישראל. צו ערשט האבן מיר אפגעלערנט די דף מיט מיין נייע שכןאון דערנאך זייער שטארק פראבירט צו כאפן א דרימל ולא עלתה בידי.

נאך א זיבן שעה'דיגע רייזע האבן מיר בס''ד געלאנדעט אין די שארלס דע-גאל לופטפעלד, פאריז – פראנקרייך וועלכע שטייט על שמו ועל זכרו פון די פראנצויזישע גענעראל וועלכע האט געקעמפט אקעגן די דייטש האנט ביי האנט מיט די אליאירטע. די לןפטפעלד איז גאר א גרויסע אין א פארנומענער זייענדיג אז גרויסע צענטער פאר 'קאנעקטינג' פלייטס.(פארבינדונג רייזע'ס)

גלייך ביים אראפ שטייגן אין פאריז האבן מיר געזיכט א שטילן ווינקל און זיך געשטעלט זאגן סליחות מיט א ברען זיך נישט קימרנדיג מיט די בייזע בליקן פון די נייגעריגע פראנצויזן. נאכגעפאלגט האט א שטורעמישע שחרית און דערנאך זיך געמוטשעט צו לעזן דעם שווערן רעטעניש איבער ווי גענוי מיר דארפן אנקומען. די שילדן האבן געצייגט אז מיר ברויכן גיין מיט א שאטעל וועלכע זאל אונז אריבערפירן צו א צווייטע טערמינאל. מיר האבן געפאלגט. גאנצע פינעוו און צוואנציג מינוט האט דער אלטע באס קורסירט צווישן די פארשידענע טערמינאלן ביזן גרייכן צו אונזער טערמינאל. ס'האט מיר געקאסט א שמייכל צו הערן וויאזוי די פראנצויזישע בעלי קורא ליינען ארויס די אנאלפעבעטן מיט זייער אייגנארטיגע דיאלעקט.

אנקומענדיג צום געיט האט זיך אנגעזען א קיבוץ גליות ווי אידן פון מערערע לענדער וועלכע האבן געווארט דארטן אויפן פליגער וועלכע זאל אונז נעמען קיין ארץ ישראל.

צו ערשט האב איך זיך געשטעלט דאווענען מנחה במנין און גלייך דערנאך האב איך געמוזט גיין צום דעסק צו זיי מבשר זיין די פרייליכע בשורה אז איך בין טאקע דא און איך פלאן טאקע צו פארן מיטן פליגער. די אויספארשערין האט געשטעלט גאר הארבע פראגעס א שטייגער ווי ''וואס האסטו געלערנט אין ישיבה?'' ''וויפיל תפילות דאווענט מען יעדן טאג''... אבער געלויבט גאט, איך האב דאס אויך דורכגעשוויצט.

א קליינע פאנטשער האט זיך פארמירט ווען ס'האט זי ארויסגעשטעלט אז ביים מאכן 'סעלף טשעק אין' האב איך פארגעסן צו אראפנעמען די קליינע סטיקער און דאס אנקלעבן אויף מיין פאספארט. די איינגעשטעלטע האט מיר געסטראשעט אז אן דעם וועל איך נישט קענען קריגן מיינע פעקלעך אין ארץ ישראל. ב''ה א צווייטע איד אויפן סצענע האט אינטערווינירט און הכל על מקומו בא בשלום.

אצינד בין איך ענדליך ענדליך געזעצן אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל. די הרגשים האבן געטוליעט אויפן העכסטן גראד בשעת די לאו פעט שלעפער טראק האט ארויסגעשלעפט דעם פליגער פון איר רוה ארט און איר ארויפגעפירט אויפן לאנגן לויף וועג. א פארטייבנדע גערויש האט זיך געהערט בשעת ווען די גרויסע רעדער האבן זיך אראפגעיאגט אויפן ראנוועי. די נאז האט זיך געהויבן און די גאנצע קערפער איז מיט געפארן. צאתכם לשלום פאריז.

האלטנדיג אומגעפער פערציג מינוט פארן לאנדן האט זיך פלוצלונג געהערט די פילאט'ס באסאווע שטימע איבער די הויכהילכער, ''אכטונג, צוליב זיכערהייט סיבות וועט מען יעצט נישט קענען לאנדן אין בן גוריון. זאכן קענען זיך נאך טוישן דעריבער ווען מען אדערווייל פארזעצן מיט אונזער רייזע קיין תל אביב אבער אויב עס וועט זיך נישט פארבעסערן וועט מען זיין געצווינגען צו לאנדן אין קפריסין''. א זויערקייט האט ארומגענומען אלע מיטרייזנדע, ''וואס גייט פאר'' האט אלע אייניג געוואלט וויסן. די קלאנגען האבן זיך פארשפרייט אז ארץ ישראל איז אונטער אטאקע דורך איראן. ''הונדערעטער באליסטישע מיסיל'ס זענען שוין אריינגעפלויגן!'' די עולם איז אריין אין פאניק.

נאך עטליכע מינוט איז אריבער און מיטאמאל האט די פליגער גענומען א שארפן דריי, די דעסטינאציע אויפן סקרין האט זיך געטוישט. אצינד איז געשטאנען ''קפריסין'' אלס אונזער ציל. צובראכן אבער הילפלאז האב איך מיטאגעהאלטן ווי די פליגער פארקירווירט זיך און פארט אוועק פון ארץ ישראל. אויסער זאגן תהילים האב איך גארנישט געקענט טון.

נאך עטליכע לאנגע מינוטן האט זיך ווידעראמאל געהערט די פילאט'ס שטימע, ''אזוי ווי זאכן האבן זיך בארואיגט וועט מען יא קענען לאנדן אין בן גוריון'' האט ער מבשר געווען די פרייליכע נייעס... און טאקע גלייך דערנאך האט די פליגער צוריקגעבויגן איר נאז אין די גוטע ריכטונג. דאס באדייט תשובה - זיך אומקערן צום ריכטיגן דרך… מיינע אויגן זענען געווען געוואנדן צום פענסטערל צו זען אויב עס ס'זעט זיך נאך סיי וועלכע שיריים פון די איראנער אטאקע. איך בין נישט געווען רואיג...

ווי נאר די עראפלאן האט אנגערירט די הארטע אספאלט האבן הילכיגע קלאטשערייען אויסגעבראכן, בעיקר פון די נישט היימישע און פון די עלטערע דור... אבער יעדער איז געווען צופרידן צו לאנדן.

ווי א 'טיפיקל' חסידש'ע איד האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א מאראטאן געלויף אראפ די קארידארן וועלכע פירן צו פאספארט קאנטראל ווילנדיג זיך זען אינדרויסן ווי שנעלער. פאספארט קאנטראל איז אריבער אן קיין אינצידענט און בליץ שנעל האב איך זיך געטראפן אינטן ווארטנדיג אויפן באן.

צוליב די מיסיל אטאקע איז אלס געפארן אביסל שפעטער, מיינע אויגן האבן זיך שיעור נישט צוגעמאכט פון גרויס מידיקייט. ביי דעם פונקט האב איך שוין געהאלטן ביי באלד פיר און צוואנציג שעה אריין אינעם רייזע אן קיין שלאף און אן געהעריגע עסן (נאו אפענס) פארשוויצט און שמיציג, איך האב שוין געדארפט א בעט. (יהי רצון אז דאס זאל זיין גערעכנט ווי א לעגיטימע גלות וואנדעריי און מכפר זיין מיינע זינד…)

די באן איז אנגעקומען און איך האב זיך באקוועם געמאכט דערויף, טראץ די שארפע ווארענונגען האב איך פלאצירט מיינע שווערע רענצלעך אויף די אנדערע צוויי זיצן נעבן מיר און געכאפט א שטיקל דרימל. יעצט בין איך שוין געווען גרייט צו שלאפן ווי אימער. צוויי און צוואנציג מינוט האט געדויערט די רייזע אריין קיין ירושלים, קוים גענוג פאר א פערדן שלאף…

''תחנה הבאה יצחק נבון'' האב איך געהערט די טיפע שטימע אויסרופן. איך האב א כאפ געטון מיינע געפעק און זיך אראפגעשלעפט פונעם באן.

''זיבעציג שקל'' זאגט מיר דער נערוועזער נהג אינדרויסן פון די באן סטאנציע, לאמיר זיין קלאר מען רעדט פון א פינעוו מינוטיגע רייזע... ער האט ניטאמאל פראבירט צו באהאלטן זיין שמייכל אז עס איז אים געלונגען צו אריינבאקומען א תמימות'דיגע אמעריקאנער וועלכע קען בלויז א צוהאקטער עברית. וואס ער ווייסט נישט איז אז אפי איך וואלט ווען געווען א היגער און איך וואלט געקענט א גוטע עברית וואלט איך זיך מילא נישט געטענה'ט, בלויז דרייסיג פראצענט פון מיין קערפער האט פונקציונירט, די איבריגע איז געלאפן אויף אוטא פילאט…

ולירושלים עירך



פארזעצונג וועט נאכפאלגן בס''ד
גאר א געשמאקע שריפטשטעלער, ווי וואנט מאאר
זוכט איר א גוטע ארבעטער אדער ארבעט?

שיק א אימעיל צו
[email protected]
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 23879
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

"התחנה הבאה ......."

יוש האסטו מיר צוריק געשלעפט..

חלק ב פליז...

ווי אויך אלע איבריגע חלקים..
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 10:58 pm
"התחנה הבאה ......."

יוש האסטו מיר צוריק געשלעפט..

חלק ב פליז...

ווי אויך אלע איבריגע חלקים..
את פתח = קראשט ארץ ישראל...
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »



הלוואי וואלט איך געקענט אראפלייגן אזוי גוט די ראש השנה ביי מיין רבי

(אבער נישט געזארגט, עטליכע קרישקעלעך פון די רייזע האט מען פארשריבן, און קומט ארויס אי"ה ביי די נעקסטע שלפים, פרשת נח אי"ה)
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

איך האב נישט זוכה געווען צו פארן דעי יאר @בוטשער כ'האף וועסט מיך קענען אהינברענגן...
נעם דיינע תפילין אין גיי אהיים...
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

שווערע שטופער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:01 pm
איך האב נישט זוכה געווען צו פארן דעי יאר @בוטשער כ'האף וועסט מיך קענען אהינברענגן...
ווארקינג אן איט. חלק ב' איז כמעט גרייט
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

חלק ב'



צוואנציג מינוט נאך עלף האבן מיינע מידע פיס פלאכן געאנקערט אויף די באדן אין קרית בעלזא ירושלים. מיד, ערשעפט אבער איבעגליקליך צו זיין נאכאמאל אין אזא הייליגע פלאץ. די זייגער קלאפט שוין גאנץ שפעט אבער ס'קוקט נישט אויס ווי די עולם פלאנירט דא צו גיין שלאפןאין די נאנטע צוקונפט. יעדער איז פארטון מיט די הכנות צום גרויסן יו''ט.

דא קען מען זען צוויי בחורים שלעפן זיך מיט עטליכע מאטראצן צו זייער געדינגענע מחסן ווי זיי וועלן זיך קווארטירן צוזאמען מיט נאך א מנין אידן פאר די קומענדיגע פאר טאג. א צווייטע שלעפט די קאפ פון דעם פיש צו זיך אהיים באחדות מיט נאך עטליכע אושר עד זעקלעך (די הארטע, נישט די חד פעמי וואס מען דארף יעדער מאל צאלן). ס'איז ליסטיג און לעבעדיג. די שטימונג איז טאקע פרייליך און יו''ט'דיג אבער פונעם צווייטן זייט קען מען שפירן די ערענסקייט. נישט נאר די פיש ציטערן אין חודש אלול, די מענטשן אויך.

איך האב זיך גלייך פארבינדן צו א חבר מיינער צו הערן וואס טוט זיך מיט אריינגיין פאר א קוויטל. צום באדויערן האב איך עס פארפאסט. ''געב מיר כאטש א באריכט'', בעט איך אים מיט רחמנות. און ער האט מיר צוליב געטון; ''די רב שליט''א האט געדאווענט מעריב אין היכל ברוב עם'' זאגט ער שנעל, '' און קורצליך דערנאך איז פאר געקומען די כוללות קוויטל אין גרויסע שטוב, ס'איז לכאורה געווען בערך טויזענט מענטשן, אפשר אביסל מער אפשר אביל ווייניגער, מערסטנס אידן פון חוץ לארץ. דערנאך האט די רב געווינטשן און יעדער איז אריבער''... תם ונשלם.

רעדנדיג איבער קוויטלעך:

שטייענדיג אויפן גאס מיט די טעלעפאן נאך אין די האנט האבן מיינע מחשבות מיר צוריק געפירט צו די נישט ווייטע פארגאנגענהייט ווען איך בין אריין מיט א קוויטל ערב ר''ה. אין די לעצטע פאר יאר נעמט די רב אויף אין די גרויסע שטוב (היכל הטישן) און עס איז דא פלאץ פאר אלעמען דעריבער קענען אריינגיין וויפיל מענטשן ס'לאזט זיך נאר. עס איז אבער נישט אלס אזוי געווען, פארצייטנס, פאר נישט צו לאנג צוריק פלעגט די אויפנעמענס פארקומען אין די רב'ס שטוב אויבן. דארטן פלעגט זיין בערך צוויי הונדערט אידן אויף אמאל. אזוי אויך פלעג עס נעמען פיל לענגער וויבאלד די רב פלעגט דורכליינען א מערהייט פון די קוויטלעך אופן ארט.

עס איז געווען א מחזה הוד. שטייען דארט הונדערעטע אידן צוקוועטשט קעפ אויף קעפ פלייצע אויף פלייצע און קיינער לאזט נישט ארויס קיין שארך, מען קען געקענט דורכשניידן די לופט מיט א מעסער. די רב זיצט אויף זיין ארט פארטון אין זיינע מחשבות. צוויי ליכט אנגעצינדן אויפן טיש און מיט אן ערנסקייט ווישט אריבער קוויטל נאך קוויטל. דא דארט נעמט די רב ארויס אן איינצעלע קוויטל פון די פעקל און לייגט דאס אוועק אינעם ביזעם טאש אדער געבט ער דאס איבער צום גבאי. איך געדענק אויך ווי זייענדע איין מאל ביי אזא קוויטל האט די רב געהייסן די גבאי אויסרופן א נאמען, ס'איז געווען די נאמען פון א אינגע בחור'ל. יענער איז געקומען צו לויפן אינגאנצן דערשראקן. ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען א טעות מיט א נישט ריכטיגע נאמען. ס'איז געווען קלאר פאר יעדן אז דא קומט פאר עפעס העכערס קיינער האט זיך נישט געטרויעט צו געבן אן איבריגע ריר.

דערנאך איז יעדער אדורכגעגאנען נעמען א ברכה אויפן נייע יאר, און אזוי אויך אויב האט עמיצן געהאט סיי וואס צו פרעגן איז דאס געווען זיין שאנס...

''יעצט האב איך שוין ממילא פארפאסט'' האט א לאגישע מחשבה צושטערט מיין געשמאקע זכרונות קייט. מ'דארף זיך לייגן שלאפן ס'איז שפעט. איך האב געוואנדן מיינע פיס טריט אין ריכטונג פונעם בית המדרש הגדול. בלויז צו כאפן א בליק אויף דעם גיגאנטישער בנין כאפט הרהור תשובה. כזקן וכרגיל שפאציר איך אריין אויף שטאק פינעוו פונעם בית המדרש, די שטאק פונעם מרכזי, דארט קומט פאר די מנינים שחרית מנחה און מעריב רינגס ארום די זייגער. איך כאפ א שנעלן בליק אויפן סקרין וועלכע צייגט ווי די קומענדיגע מנין וועט פארקומען און אין יאג זיך גראד אהין.

''שלום עליכם'' הער איך א הויכע שטימע אויסרופן און דערביי שפיר איך אויך מאכטפולע קלאפ אין פלייצע (נישט זיכער צו ס'איז געקומען פון גרויס אהבה אדער בלויז א מיטל צו אויסגעבן די סטרעס) חיים, א פריינד פון ישיבה איז גאר פרייליך מיר צו טרעפן. שוין עטליכע יאר וואס איך האב מיט אים נישט קיין שייכות אבער אז מען טרעפט זיך מוז מען זיך וויסנדיג מאכן. נאך א קורצע שמועס וואס האט זיך גע'ענדיגט ווען איך האב אים פארציילט אז איך ברויך א בעט ווי שנעלער בין איך ווייטער געגאנגען. שוין, די מנין האב איך שוין פארפאסט וועט שוין זיין די נעקסטע.

טראץ די שפעטע שעה איז די שטיבל איז געווען געפאקט מיט מענטשן מכל קצוות תבל וועלכע זענען געקומען פארוויילן דעם יו''ט במחיצתו פונעם רב שליט''א. לויט די אומשטענדן האב איך פראבירט אראפצולייגן א שטארקע מעריב, ס'דאך די אונטערשטע מעריב פונעם יאר. איך קען נישט זאגן אז עס איז אזוי געלונגען.

מיט קלעבעדיגע אויגן האב איך מארשירט צו מיין דירה'לה, אויסגעפאקט מיינע קליינע רענצעלע און אראפגעלייגט מיין של ראש אויפן קישן. ס'איז נישט פארבליבן קיין סאך שעה בית צו סליחות מארגן. לילה טוב.

צען צו זיבן האט מיין וועקער זייגן זיך צופיפן מיט יללות. די יצר הרע האט מיר פראבירט צו אויסנער'ן טענה'נדיג אז איך ברויך זיך נישט יאגן אזוי, ''די רב קומט עניוועי אריין שפעט''... דאס מאל איז ער דורכגעפאלן. מידערהייט האב איך זיך אויפגעשטעלט און שנעל געמאכט גרייט צו גיין. אנקומענדיג אונטן פון מיין דירה האב איך זיך אויסגעמישט אלע אנדערע טויזענטער חסידים וועלכע האבן פארשווארצט די גאסן פארמירנדיג א שטראם גראד צום בית המדרש.

ווען איך בין אנגעקומען זענען שוין טויזענטער מענטשן געווען אין היכל, טייל זענען געזעצן מיט גמרות און אריינגעהאקט שטיקער בשעת אנדערע האבן נאך געהאלטן אינמיטן אראפלייגן א ברענעדיגע ברכת התורה. איך האב זיך אומגעקומט זיכנדיג פאר א ליידיגע ארט. צו מיין מזל האב איך געזען א בענקל וועלכע איז נאכנישט געווען אקופירט, גיך האב איך זיך אהינגעיאגט און ארויסגענומען מיין קליינעם סליחות. ערב ראש השנה סליחות איז געווענדליך אביסל ליידיגער ויבאלד די ארץ ישראל'דיגע זענען נאכנישט דא דעריבער איז דא א מעגליכקייט צו טרעפן א פלאץ.

צען מינוט נאך זיבן האט זיך געהערט א שישקע דאס איז די ערשטע אנדייטונג אז די רב קומט שוין אריין. און טאקע א מינוט דערויף האט זיך געהערט די באקאנטער דריי קלאפעס.

''אשרי יושבי ביתך'' האט זיך געהערט די הארציגע שטימע פונעם בארימטן חזן ר' ירמיה מיטן ניסוח הידוע. הערנדיג דעם תנועה האט דאס אויפגעשאקלט מיינע ביינער, ראש השנה איז דא… ספאנטאן האט אפגעהילכט די קול פונעם ציבור אינעם גאנצן חלל. נאר צו דאווענען אין אזא שוהל ברענגט שוין צו התעוררות. די סליחות איז געפארן א מחי', שווער צו זאגן פונקטליך אבער אומגעפער א שעה און פופציג מינוט.

נאך א פייערדיגע סליחות איז די רב ארויס געגאנגען פאר אן הפסקה. א הפסקה וואס האט זיך געצויגן פאר כמעט צוויי שעה. די נערוועזע אידן זענען אראפגעלאפן אונטן צו דאווענען שחרית בעת וואס אנדערע זענען פארבליבן. איז דען דא א בעסערע ארט ווי צו דאווענען די לעצטע שחרית פונעם יאר?! וואס איך האב באשלאסן צו טון איז נישט נוגע…

נאך שחרית האב איך זיך אריבערגעכאפט צו הר המנוחות צום ציון פונעם (בעלזא) רב זכרונו לברכה, עטליכע הונדערט אידן זענען דארט געווען צוזאמגעשטיפט און מען האט אויסגעזאגט דארט ספר רביעי פון תהילים מיט בכיות צוזאמען מיט א שטורעמישע יהי רצון.

''איינס דרייסיג איז דא 'ראסיל' ביי די 'חברה'', זאגט מיר א גוטע חבר. ( ראסיל - חברה, זענען צוויי עקסטרעם בעלזא באגריפן. ראסיל פאר דער וואס ווייסט נישט איז א יועך מיט פליגליך און די 'חברה' איז די ארט ווי מען געבט צו עסן פאר די טויזענטער געסט גענצליך בחינם אן ארגאניזאציע וועלכע לויפט שוין פון בעלזא אינדערהיים. ׂׂ) איך האב נישט אפגעזאגט אזא גלענצנדע אנבאט.

אונטן אין 'בית רוזן' זענען טאקע געווען צוגערישט ענדלאזע רייע'ס פון טישן און בענק פאר אלע געסט. ר' בערל קליין איז געשטאנען דארט קאמפסגרייט ביים ריזיגן טאפ און אויסגעטיילט מיט א שמייכל. פון צייט צו צייט האט ער דאס אויך געגעבן א מיש ארויסצוברענגען די נצוצות. ''געדענקען אראפ צו נעמען די טעלער'ס'' האט ער געהאלטן אין איין איבערזאגן זיין באקאנטע פזמון. די עסן האט געהאט א טעם גן עדן, מען מוז זאגן אז עס איז דא א כוח הפועל בהנפעל…

נאכן עסן בין איך געווארן פארנומען מיט די ערב ראש השנה הכנות. מען דארף זיך שערן, מען דארף איינקויפן געוויסע זאכן, ווינטשן פאר וועם מען דארף, לערנען עפעס, און נאך קלייניגקייטן. אויך דאס מקוה גיין איז בכלל נישט קיין קלייניגקייט. איך האב אויך שטארק געהאפט צו כאפן א שטיקל דרימל אין די זייט ס'איז אבער נישט געלונגען, איך בין געווארן צו פארנומען.

אצינד שטיי מיר שוין ביים שוועל פונעם יום הדין.


פארזעצונג וועט נאכפאלגן בע''ה
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' און ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

@יש משהו @את פתח לו @שווערע שטופער @מוסר זאגער @ייחוס זוכער

איך ווארט אויף פידבעק צו גיין ווייטער...
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' און ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

@פליסיגע טינט @גראדע שכל @אנגעפאשעט @דער רעקרוטער
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. ערשטע חלק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

בוטשער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:21 pm
חלק ב'



ר' בערל קליין איז געשטאנען דארט קאמפסגרייט ביים ריזיגן טאפ און אויסגעטיילט מיט א שמייכל
כ'פיל ווי איך חלש...
וועלכע סדרה גייט די וואך, לך לך גיי פאר דיינעט וועגן (ר' דוד ח. ווייס)
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' און ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

א פיינע פליסיגער פעדער דעלישעס
איך האב נישט זוכה געוועהן צו האבן ראסל אבער קיגל מיט פערוועל יא ב''ה...
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' און ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

הערליך! ממש א נחת צו ליינען אזעלכע ארטיקלען. האסט א קרעיזי געשמאקע שפראך, די אויסדריקן, די הומאר פון צייט צו צייט. לייגסט באמת גוט אראפ א זאך.!

גיי ווייטער!

און ווי איך האב שוין געשריבן, אז הלוואי וואלט איך אויך געקענט אזוי גוט אראפלייגן א ארטיקל, אזוי גוט ווי די לייגסט עס אראפ.
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' און ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

"""דארטן פלעגט זיין בערך צוויי הונדערט אידן אויף אמאל. אזוי אויך פלעג עס נעמען פיל לענגער וויבאלד די רב פלעגט דורכליינען א מערהייט פון די קוויטלעך אופן ארט.""""

עס פלעגט זיין ציטיילט אין קלענערע קבוצות, אזוי קליין ווי 75 מענטשן אסאך מאל...
ווי אויך פלעגט די רב ליינען יעדער קוויטל עקסטער אנע אויסנאם!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' און ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

האלוי @בוטשער קענסט מיר נישט געבן אזא שאקל אפ די גאנצע מקוה פראצעדור... לייג עס אראפ כדבעי...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: מיין נסיעה קיין בעלזא, ראש השנה תשפ''ה. חלק א' און ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:54 pm
האלוי @בוטשער קענסט מיר נישט געבן אזא שאקל אפ די גאנצע מקוה פראצעדור... לייג עס אראפ כדבעי...
יא, איך האב אויך געהאט דעי נסיון...
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען


||||||||||||
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”