ווי צו ניצן דעם "נאר"

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10299
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

ווי צו ניצן דעם "נאר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איינע פון די ווערטער וואס זענען שטארק אומריכטיג געניצט איז "נאר".

למשל, ראובן פרעגט שמעון טאמער ער האט געדאווענט מנחה אדער אויך מעריב; שמעון האט נאר געדאווענט מנחה. קען שמעון זאגן א) איך האב געדאווענט נאר מנחה אדער ב) איך האב נאר געדאווענט מנחה.

וועלכע איז ריכטיג?

ווענד זיך אייביג וואס מ'וויל מדגיש זיין. אין אונזער משל וויל ער נישט זאגן אז ער האט געדאווענט, ווייל דאס ווייסט דאך ראובן. די עיקר איז אז ער האט געדאווענט נאר מנחה און נישט מעריב, דעריבער וועט מען לייגן די "נאר" פאר מנחה נישט פאר געדאווענט - אפציע א.


תן לחכם ויחכם
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
זאבי
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 7:31 pm

Re: ווי צו ניצן דעם "נאר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאבי »

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז...
נאך 1 טאג צום אונטערגאנג פון עלאן ליכטמאן! צוזאמען מיט זיינע 13 קיעלעך...
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
נידער מיט די רעזשוואלקעס....
אוועטאר
זאבי
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 7:31 pm

Re: ווי צו ניצן דעם "נאר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאבי »

זאבי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:14 pm
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז...
אבער ווען איינער וויל זאגן א סוד פאר זיין חבר, זאגט ער: איך האב ’נאר’ אייך געוואלט זאגן אז...
נאך 1 טאג צום אונטערגאנג פון עלאן ליכטמאן! צוזאמען מיט זיינע 13 קיעלעך...
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
נידער מיט די רעזשוואלקעס....
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: ווי צו ניצן דעם "נאר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

זאבי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:14 pm
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז...
לויט דעם דארף מען זאגן איך האב אייך געוואלט זאגן נאר אז...
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: ווי צו ניצן דעם "נאר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

ווען נוצט מען עס מיט א קמץ, און ווען מיט א פתח ?
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10299
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ווי צו ניצן דעם "נאר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זאבי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:14 pm
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז...
גוטע משל.
ס'דא א חילוק פון איך האב אייך נארגעוואלט זאגן אדער איך האב נאר אייךגעוואלט זאגן.

די ערשטע מיינט צו זאגן אז איך וויל דיר נישט באדערן, נאר בלויז עפעס זאגן. די צווייטע מיינט אז נאר פאר דיר וויל איך זאגן און נישט פאר א צווייטן.

טוישט אינגאנצן די משמעות.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10299
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ווי צו ניצן דעם "נאר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אדמדם האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:16 pm
זאבי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 3:14 pm
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז...
לויט דעם דארף מען זאגן איך האב אייך געוואלט זאגן נאר אז...
אפשר געוואלט נאר זאגן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”