Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות
כידוע אז די גאנצע לשמה פון מצה איז לייכטער ווי ביי ציצית; ביי מצה איז נישט פשוט אז עס איז דא א "עשיה" פון לשמה, נאר פשוט 'שימור' - וואס קען געטוהן ווערן פון דער זייט.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
יידישע קהילות האט געשריבן: ביי מאשין ציצית האט רובא דרובא וועלט נישט אנגענומען די שיטה פון ד"ח. דארט איז אויך דא די פראבלעם פון לשמה.
כידוע אז די גאנצע לשמה פון מצה איז לייכטער ווי ביי ציצית; ביי מצה איז נישט פשוט אז עס איז דא א "עשיה" פון לשמה, נאר פשוט 'שימור' - וואס קען געטוהן ווערן פון דער זייט.
מילכיגער האט געשריבן:צולייגער האט געשריבן: כ'האב נישט געוואלט אריינרעדן אינעם עצם מדובר, אבער איידי דחביבא עלי דברי מילכיגער וועל איך מעיר זיין א נקודה.
דער צאנזער רב האט געהאט צוויי פראבלעמען מיט די מאשין מצות 1) חשש חמץ - וואס איז יש מקום לדון בכה ובכה אויב מיט היינטיגע מאשינען זענען ערגער אדער בעסער. 2) כח גברא - דאס איז נאר א פראבלעם בליל הראשון ביי די כזיתים, אבער איז מאידך גיסא גארנישט בעסער היינט ווי אמאל לכו"ע.
זאת אומרת, עס איז שטארק מעגליך אז דער חשש חמץ וואלט אוועקגעפאלן לגבי די דאורייתא. אבער ביי די אורייתא גופא קומט אפיר דער כח גברא פראבלעם, איז דאך שוין נישט דא קיין דאורייתא, איז שוין בעסער אז מ'עסט עס נישט בכלל.
פארוואס גארנישט בעסער היינט? ווייל היינט איז מיט לעקטער אנשטאט א מענטש? פרש דבריך ביטע
צולייגער האט געשריבן: כ'האב נישט געוואלט אריינרעדן אינעם עצם מדובר, אבער איידי דחביבא עלי דברי מילכיגער וועל איך מעיר זיין א נקודה.
דער צאנזער רב האט געהאט צוויי פראבלעמען מיט די מאשין מצות 1) חשש חמץ - וואס איז יש מקום לדון בכה ובכה אויב מיט היינטיגע מאשינען זענען ערגער אדער בעסער. 2) כח גברא - דאס איז נאר א פראבלעם בליל הראשון ביי די כזיתים, אבער איז מאידך גיסא גארנישט בעסער היינט ווי אמאל לכו"ע.
זאת אומרת, עס איז שטארק מעגליך אז דער חשש חמץ וואלט אוועקגעפאלן לגבי די דאורייתא. אבער ביי די אורייתא גופא קומט אפיר דער כח גברא פראבלעם, איז דאך שוין נישט דא קיין דאורייתא, איז שוין בעסער אז מ'עסט עס נישט בכלל.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: באמת א שאד ענקער טינט. קומט נישט אריין דא השכלה, (ווער האט דא דערמאנט די ווארט?) מיר רעדן דא פון דעם וואס די וואס זענען נישט אויפגעוואקסן מיט דעם חינוך וואס דער פסק פון הייליגן צאנזע רב באדייט וועלן פרעגן 101 קשיות און אלע תירוצים והסברים לשווא להן.
כ'האב נישט קיין שום פראבלעם אז איינער טוט אנדערש עפ"י מסורתו, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מ'האט עס נישט גע'אסר'ט משום חמץ שעבר עליו הפסח. אזויפיל יא אז איינער וואס איז כפוף צי דעם דעת תורה וועט נישט מיט אייגענע סברות חלילה מתיר זיין א זאך וואס דער צאנזע רב האט גע'אסר'ט מיט די אויסרייד אז ס'איז היינט אנדערש
---
נאכן שרייבן זעה איך אז מ'האט געמעקט די תגובה וואס האט ערווענט די 'השכלה' דא.
Gevald Geshrigen האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן: באמת א שאד ענקער טינט. קומט נישט אריין דא השכלה, (ווער האט דא דערמאנט די ווארט?) מיר רעדן דא פון דעם וואס די וואס זענען נישט אויפגעוואקסן מיט דעם חינוך וואס דער פסק פון הייליגן צאנזע רב באדייט וועלן פרעגן 101 קשיות און אלע תירוצים והסברים לשווא להן.
כ'האב נישט קיין שום פראבלעם אז איינער טוט אנדערש עפ"י מסורתו, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מ'האט עס נישט גע'אסר'ט משום חמץ שעבר עליו הפסח. אזויפיל יא אז איינער וואס איז כפוף צי דעם דעת תורה וועט נישט מיט אייגענע סברות חלילה מתיר זיין א זאך וואס דער צאנזע רב האט גע'אסר'ט מיט די אויסרייד אז ס'איז היינט אנדערש
---
נאכן שרייבן זעה איך אז מ'האט געמעקט די תגובה וואס האט ערווענט די 'השכלה' דא.
עס זענען דא היינט טויזנטער יודן און לכאורה אין אמעריקע דער גרעסטער חלק פונעם ציבור וואס שטאמען נישט פון גאליציע און און זייערע זיידעס האבן געהאט א מסורה יא צו עסן מאשין מצות כהוראת רבותיהם פון די מקומות ווי זיי שטאמען און דא אין אמעריקע זענען זיי געווארן צוגעצויגען צו מנהיגים וקדושים דא אין אמעריקע וואס די מנהיגים האבן זיך געהאלטן און געפירט על פי פסקי הדברי חיים און זיי אדער די קינדער און אייניקלעך האבן אויפגעהערט צו עסן מאשין מצות און אנגענומען די חומרא פונעם דברי חיים.
פאר די דאזיגע אידן איז גאר שטארק נוגע אויף ווי ווייט א פסק פון א גדול פונעם פריערדיגן דור וואס האט אראפגעשטעלט א יסוד מיט א טעם כמוס וואס איז בשעתו נישט געווארן אנגענומען פאר אסאך פון אונזערע זיידעס איז שייך דן צו זיין אויף דעם אויף ווי ווייט עס איז מחייב
רוב סאטמאר
רוב סקווער
רוב פאפא
א היפשער חלק בעלז
אויך א שיין חלק פון וויזניץ
farshlufen האט געשריבן: רוב סאטמאר שטימט יא?
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
farshlufen האט געשריבן: רוב סאטמאר שטימט יא?
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: סאטמארער רב איז אויך נישט געווען קיין גאליציאנער...
איישישאק האט געשריבן: עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?
איטשע האט געשריבן:איישישאק האט געשריבן: עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?
קטניות איז נישט באשטומט דעווארן אלץ ״חמץ גמור״!
מצד השני, בדרך צחות, אזוי ווי צאנזער רב שרייבט אז מאשין מצה איז ״חמץ גמור״, אולי האט עס א דין ווי א ״גוי דמור״ וואס כידוע האט א דין ישראל, דו״ק והמב״י
אן א נאמען האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן: רוב סאטמאר שטימט יא?
די חילוק פון סאטמאר און פאפא איז פשוט
א חלק ניכר פון סאטמאר איז פונדערהיים תלמידי סאטמאר/סיגעט וואס זענען אלעמאל געווען נכנע צום הייליגן דברי חיים זי״ע משא״כ פאפא איז לויטער אשכנזים פונדערהיים