בלאט 9פון 11

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 12:19 pm
דורך יידישע קהילות
ביי מאשין ציצית האט רובא דרובא וועלט נישט אנגענומען די שיטה פון ד"ח. דארט איז אויך דא די פראבלעם פון לשמה.
כידוע אז די גאנצע לשמה פון מצה איז לייכטער ווי ביי ציצית; ביי מצה איז נישט פשוט אז עס איז דא א "עשיה" פון לשמה, נאר פשוט 'שימור' - וואס קען געטוהן ווערן פון דער זייט.

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 12:22 pm
דורך farshlufen
כ'שעם זיך בכלל אז איך ליין נאך דעם שנירל, אבער היסטאריש גערעדט, אן אריינרעדן אין די הלכה חלק, מאנישעוויץ אמאל [וכן זייערע קאנקורענטן ע"פ רוב] האט קיין השגחה געהאט פון א דרויסענדיגן רב, בלויז אן אייגענער רב המכשיר און א יערליכע אפבילדערן צערעמאניע מיט יעדן רב ורבי וואס איז גרייט געווען דערפאר.

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 12:27 pm
דורך צולייגער
יידישע קהילות האט געשריבן: ביי מאשין ציצית האט רובא דרובא וועלט נישט אנגענומען די שיטה פון ד"ח. דארט איז אויך דא די פראבלעם פון לשמה.
כידוע אז די גאנצע לשמה פון מצה איז לייכטער ווי ביי ציצית; ביי מצה איז נישט פשוט אז עס איז דא א "עשיה" פון לשמה, נאר פשוט 'שימור' - וואס קען געטוהן ווערן פון דער זייט.

גערעכט. רובא דרובא וועלט עסט אויך מאשין מצות. מ'רעדט דא פון די וועלכע האבן אנגענומען שיטת הד"ח להלכה ולמעשה פאר די לעצטע פאר דורות.

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 12:28 pm
דורך צולייגער
מילכיגער האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן: כ'האב נישט געוואלט אריינרעדן אינעם עצם מדובר, אבער איידי דחביבא עלי דברי מילכיגער וועל איך מעיר זיין א נקודה.

דער צאנזער רב האט געהאט צוויי פראבלעמען מיט די מאשין מצות 1) חשש חמץ - וואס איז יש מקום לדון בכה ובכה אויב מיט היינטיגע מאשינען זענען ערגער אדער בעסער. 2) כח גברא - דאס איז נאר א פראבלעם בליל הראשון ביי די כזיתים, אבער איז מאידך גיסא גארנישט בעסער היינט ווי אמאל לכו"ע.

זאת אומרת, עס איז שטארק מעגליך אז דער חשש חמץ וואלט אוועקגעפאלן לגבי די דאורייתא. אבער ביי די אורייתא גופא קומט אפיר דער כח גברא פראבלעם, איז דאך שוין נישט דא קיין דאורייתא, איז שוין בעסער אז מ'עסט עס נישט בכלל.


פארוואס גארנישט בעסער היינט? ווייל היינט איז מיט לעקטער אנשטאט א מענטש? פרש דבריך ביטע

ביטע קוק נאך וויאזוי די מאשין האט אויסגעקוקט בימי הד"ח, און וויאזוי די היינטיגע מאשינען קוקן אויס

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 12:28 pm
דורך איטשע
אכן, תחלת האב איך געקלערט אז עס א טיפיקל טעכאנאלגיע פראבלעם, אבער ציצית און דאמפמיל, יוכיח אז נישט ממש.

נאך איין נקודה.
כידוע האבן די ראשונים גע׳אסר׳ט קטניות אין פסח.

די אוסרים האבן נישט אנגעגעבן קיין טעם דערויף - אין א וועג גלייך צום היילידן רב ז״ל׳ס פסק.
דאך, קומען די אחרונים, און פראבירן צו שטעלן סיבות צום איסור, און באזירט אויף דעם, צו זוכן היתרים, צו די זאכן וואס גייען נישט אריין אין די קאטעגאריע פון קטניות. (א שטייגער קינווא)

די זעלבע איז פעליג מיט מאשין מצות.
אונז ווייסן מיר טאקע נישט די רב ז״ל׳ס טעם הכמוס.

דאך זענען די היינטיגע רבנים בכוח אוועקצושטעלן, א ליסטע פון סיבה׳ס צו דעם איסור, און מיט׳ן פראצעס פון עלימינאציע, טרעפן וואס איז מותר.

פארוואס זאל דער צאנזער רב׳ס איסור זיין הארבער, פון איסור קטניות פון די ראשונים?

יעצט לאמיר זיך צוריק אנטוען מיין באבאווער מאנטל און אויסשרייען, ״רבותי! וואס האקט מען זיך דא ארום, מאשין מצה איז חמץ גמור עד יבוא גואל״!

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 1:05 pm
דורך חובב_ספרים
צולייגער האט געשריבן: כ'האב נישט געוואלט אריינרעדן אינעם עצם מדובר, אבער איידי דחביבא עלי דברי מילכיגער וועל איך מעיר זיין א נקודה.

דער צאנזער רב האט געהאט צוויי פראבלעמען מיט די מאשין מצות 1) חשש חמץ - וואס איז יש מקום לדון בכה ובכה אויב מיט היינטיגע מאשינען זענען ערגער אדער בעסער. 2) כח גברא - דאס איז נאר א פראבלעם בליל הראשון ביי די כזיתים, אבער איז מאידך גיסא גארנישט בעסער היינט ווי אמאל לכו"ע.

זאת אומרת, עס איז שטארק מעגליך אז דער חשש חמץ וואלט אוועקגעפאלן לגבי די דאורייתא. אבער ביי די אורייתא גופא קומט אפיר דער כח גברא פראבלעם, איז דאך שוין נישט דא קיין דאורייתא, איז שוין בעסער אז מ'עסט עס נישט בכלל.

אוו האט ער געשריבן אז מאשין מצות פעלט אין לשמה. איך מיין אז ר' שלמה גלוגער האט אזוי געהאלטין, אבער אין דברי חיים האט ער להדיא מסתייג געווען פון אלער טעמים פון דער אוסרים, און שרייבט וועגען וואס דאס איז חמץ, וואס האט ער יא אנגענומין.

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 2:50 pm
דורך סטאוו יא פיטא
מילכיגער, עפעס איז מיר נישט אזוי קלאר צווישן אייערע ווערטער. דו זאגסט דאך בערך וואס איך האב אין קורצן געשריבן מיט אסאך מער טעם (אפילו מיטן זייטיגן חלק אז איטשע קומט אריין קלאר), איין שטיקל חילוק איז דאס מה שלדידך קצת מספקא, איז ביי אינז געווען א פשוט'ע זאך. דאס אז די חומר האיסור איז נובע פון השתנות איז געווען א דבר ברור און דערפאר איז דער נושא בכלל נישט אפען פאר ארגומענטן צי ס'איז היינט די זעלבע (הגם שלאחרונה שמעתי קצת אחרת בשם מרן מסאטמאר זי"ע, האלט מיר עס אינמיטן נאכגיין אם יש דברים בגו).

איך האב געברענגט דעם מימרא פון נאסוידער רב זי"ע צי ארויסברענגען דעם נקודה וואס דער איסור האט ביי אינז באדייט. און ווי ווייט די תלמידים האבן מקבל געווען דעם איסור, דהיינו ס'איז נישטא קיין מצב וואס די פסק גילט נישט צוליב טעכנישע דיפערענצן.

אויף דעם איז געקומען א אנטווארט פון אפאר שרייבער איבער סאדיגורא מעשה'לעך, אז צוליב עפעס א עובדא'לע איז מען מבטל דאורייתא'ס ח"ו, ווען דער כוונה איז בכלל נישט געווען דאס, נאר אויף צי ארויסברענגען די הגדרה פון דעם איסור, קען מען האבן א השגה מיט דעם מימרא פונעם נאסוידען רב.



פארראכטן, עפעס האט זיך מיין תגובה פארהאנקערט, ואתכם הסליחה

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 2:56 pm
דורך מילכיגער
@סטאוו

אז איר זאגט די זעלבע ווי מיר איז דאך זיכער גוט...

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 3:33 pm
דורך Gevald Geshrigen
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: באמת א שאד ענקער טינט. קומט נישט אריין דא השכלה, (ווער האט דא דערמאנט די ווארט?) מיר רעדן דא פון דעם וואס די וואס זענען נישט אויפגעוואקסן מיט דעם חינוך וואס דער פסק פון הייליגן צאנזע רב באדייט וועלן פרעגן 101 קשיות און אלע תירוצים והסברים לשווא להן.

כ'האב נישט קיין שום פראבלעם אז איינער טוט אנדערש עפ"י מסורתו, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מ'האט עס נישט גע'אסר'ט משום חמץ שעבר עליו הפסח. אזויפיל יא אז איינער וואס איז כפוף צי דעם דעת תורה וועט נישט מיט אייגענע סברות חלילה מתיר זיין א זאך וואס דער צאנזע רב האט גע'אסר'ט מיט די אויסרייד אז ס'איז היינט אנדערש

---
נאכן שרייבן זעה איך אז מ'האט געמעקט די תגובה וואס האט ערווענט די 'השכלה' דא.


עס זענען דא היינט טויזנטער יודן און לכאורה אין אמעריקע דער גרעסטער חלק פונעם ציבור וואס שטאמען נישט פון גאליציע און און זייערע זיידעס האבן געהאט א מסורה יא צו עסן מאשין מצות כהוראת רבותיהם פון די מקומות ווי זיי שטאמען און דא אין אמעריקע זענען זיי געווארן צוגעצויגען צו מנהיגים וקדושים דא אין אמעריקע וואס די מנהיגים האבן זיך געהאלטן און געפירט על פי פסקי הדברי חיים און זיי אדער די קינדער און אייניקלעך האבן אויפגעהערט צו עסן מאשין מצות און אנגענומען די חומרא פונעם דברי חיים.

פאר די דאזיגע אידן איז גאר שטארק נוגע אויף ווי ווייט א פסק פון א גדול פונעם פריערדיגן דור וואס האט אראפגעשטעלט א יסוד מיט א טעם כמוס וואס איז בשעתו נישט געווארן אנגענומען פאר אסאך פון אונזערע זיידעס איז שייך דן צו זיין אויף דעם אויף ווי ווייט עס איז מחייב

רוב סאטמאר
רוב סקווער
רוב פאפא
א היפשער חלק בעלז
אויך א שיין חלק פון וויזניץ

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 3:58 pm
דורך קיסריה
איטשע זאגט זייער גוט.

קטניות איז ביינונז זייער הארב, אבער פאר קינדער איז מען נישט אזוי מחמיר. כאטש מ׳רעדט דא פון ראשונים.

קיין מאשין מצות וועט מען טאקע נישט געבן פאר קינדער, איז די שאלה צו פאר א חולה, וואס האט נישט עפעס אנדערש - קען מען יא?

Re:

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:38 pm
דורך אן א נאמען
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: באמת א שאד ענקער טינט. קומט נישט אריין דא השכלה, (ווער האט דא דערמאנט די ווארט?) מיר רעדן דא פון דעם וואס די וואס זענען נישט אויפגעוואקסן מיט דעם חינוך וואס דער פסק פון הייליגן צאנזע רב באדייט וועלן פרעגן 101 קשיות און אלע תירוצים והסברים לשווא להן.

כ'האב נישט קיין שום פראבלעם אז איינער טוט אנדערש עפ"י מסורתו, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מ'האט עס נישט גע'אסר'ט משום חמץ שעבר עליו הפסח. אזויפיל יא אז איינער וואס איז כפוף צי דעם דעת תורה וועט נישט מיט אייגענע סברות חלילה מתיר זיין א זאך וואס דער צאנזע רב האט גע'אסר'ט מיט די אויסרייד אז ס'איז היינט אנדערש

---
נאכן שרייבן זעה איך אז מ'האט געמעקט די תגובה וואס האט ערווענט די 'השכלה' דא.


עס זענען דא היינט טויזנטער יודן און לכאורה אין אמעריקע דער גרעסטער חלק פונעם ציבור וואס שטאמען נישט פון גאליציע און און זייערע זיידעס האבן געהאט א מסורה יא צו עסן מאשין מצות כהוראת רבותיהם פון די מקומות ווי זיי שטאמען און דא אין אמעריקע זענען זיי געווארן צוגעצויגען צו מנהיגים וקדושים דא אין אמעריקע וואס די מנהיגים האבן זיך געהאלטן און געפירט על פי פסקי הדברי חיים און זיי אדער די קינדער און אייניקלעך האבן אויפגעהערט צו עסן מאשין מצות און אנגענומען די חומרא פונעם דברי חיים.

פאר די דאזיגע אידן איז גאר שטארק נוגע אויף ווי ווייט א פסק פון א גדול פונעם פריערדיגן דור וואס האט אראפגעשטעלט א יסוד מיט א טעם כמוס וואס איז בשעתו נישט געווארן אנגענומען פאר אסאך פון אונזערע זיידעס איז שייך דן צו זיין אויף דעם אויף ווי ווייט עס איז מחייב

רוב סאטמאר
רוב סקווער
רוב פאפא
א היפשער חלק בעלז
אויך א שיין חלק פון וויזניץ

פארוואס רוב פאפא? איך קען נישט קיין איין גאליציאנער פאפא חסיד

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:42 pm
דורך farshlufen
רוב סאטמאר שטימט יא?

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:44 pm
דורך מסתמא
farshlufen האט געשריבן: רוב סאטמאר שטימט יא?

א ריזיגע חלק סאטמאר זענען אויבערלענדער פונדערהיים
כווייס נישט אויב רוב, מסתמא נישט, אבער אסאך מער ווי בלויז א חלק ניכר

מצד שני, ביי די אויבערלענדער איז דער הייליגער צאנזער רב'ס א ווארט געווען קודש קדשים
אסאך פון זיי האבן טאקע אפילו נישט געגעסן קיין מאשין מצות (רוב יא)
אבער חוץ פון די פאר נושאים ווי, שייטלעך, מאשין מצות, שטאפ גענז וכו' איז דער הייליגער צאנזער רב'ס א ווארט געווען ביי זיי דער מכריע

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:48 pm
דורך אן א נאמען
farshlufen האט געשריבן: רוב סאטמאר שטימט יא?

די חילוק פון סאטמאר און פאפא איז פשוט
א חלק ניכר פון סאטמאר איז פונדערהיים תלמידי סאטמאר/סיגעט וואס זענען אלעמאל געווען נכנע צום הייליגן דברי חיים זי״ע משא״כ פאפא איז לויטער אשכנזים פונדערהיים

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:02 pm
דורך סטאוו יא פיטא
סאטמארער רב איז אויך נישט געווען קיין גאליציאנער...

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:20 pm
דורך אן א נאמען
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: סאטמארער רב איז אויך נישט געווען קיין גאליציאנער...

די חילוק פון סאטמאר און פאפא איז פשוט ווי פריער אויסגעשמוסט
נאר לסימנא מילתא 99% פאפא אידן האבן געגעסן געבראקטס אינדערהיים און א גרויס חלק אפילו דא און אמעריקע אויך

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:41 pm
דורך איישישאק
עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:50 pm
דורך איטשע
מעשה קלער איך אביסל טיעפער
צאנזער רב האט נישט געלאזט גיין קיין שייטל [אריינגערעכנט, פריזעט און שפיצל], היינט בין איך מקיל, קען איך ווערן א פרומע מיט׳ן נישט עסן מאשין מצות???

[גלייך־ווערטל אלערט!!]
אדער איז אן אנדערע עצה, פאר די לויף פון די ימי הפסח, זאל מען ווערן אויס צאנזער, מען קען ווערן א לעמבערגער חסיד, עסן מאשין מצות ע״ד די גדולי ישראל המתירין, און און נאך פסח, צוריק טוישן... [מען מעג בלויז טוישן רעליגע ווען רבי ווערט נסתלק?]
מצד השני, איז דאך היינט א דר ווי ידער האט זיך איך בעקאפ רבי, נניח אז דער בעקאפ רבי איז נישט פונ׳ם צאנזער חדר, פילייכט קען מען אויך מקיל זיין...

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:51 pm
דורך Gevald Geshrigen
do i really need to xplain again ?

רוב סאטמאר און פאפא סקווער וכו' שטאמען פון זיידעס וואס האבן געגעסן מאשין מצות און בזמנו פאר אמעריקא נישט אנגענומען דעם פסק פונעם דברי חיים אפילו וואס א יעדעס ווארט
איז געווען קודש קדשים
די באקאנטע פסקים פון:
שייטלעך
מאשין מצות
שטאפ גענז
מקואות

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:52 pm
דורך איטשע
איישישאק האט געשריבן: עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?


קטניות איז נישט באשטומט דעווארן אלץ ״חמץ גמור״!

מצד השני, בדרך צחות, אזוי ווי צאנזער רב שרייבט אז מאשין מצה איז ״חמץ גמור״, אולי האט עס א דין ווי א ״גוי דמור״ וואס כידוע האט א דין ישראל, דו״ק והמב״י

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:53 pm
דורך איישישאק
איך בין נישט זיכער צו מען איז דא אריין געפאלן אין poe's געזעץ. דו רעדסט סארקאסטיש צו ערנסט? עס זעט מיר אויס סארקאסטיש, נאר היינטיגע צייטן קען מען גארנישט וויסן.

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:54 pm
דורך איישישאק
איטשע האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן: עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?


קטניות איז נישט באשטומט דעווארן אלץ ״חמץ גמור״!

מצד השני, בדרך צחות, אזוי ווי צאנזער רב שרייבט אז מאשין מצה איז ״חמץ גמור״, אולי האט עס א דין ווי א ״גוי דמור״ וואס כידוע האט א דין ישראל, דו״ק והמב״י

דו נוצסט אכט ווערטער, אויף וואס איך האב גענוצט צוויי.

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:56 pm
דורך Gevald Geshrigen
אן א נאמען האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: רוב סאטמאר שטימט יא?

די חילוק פון סאטמאר און פאפא איז פשוט
א חלק ניכר פון סאטמאר איז פונדערהיים תלמידי סאטמאר/סיגעט וואס זענען אלעמאל געווען נכנע צום הייליגן דברי חיים זי״ע משא״כ פאפא איז לויטער אשכנזים פונדערהיים


א חלק ניכר יא אבער שווער צו גלייבן אז דאס איז רוב פון די היינטיגע קהילה

די עלטערן פון די חלק ניכר גלויב איך איז געווען א חלק ניכר וואס האבן געגעסן מאשין מצות

נכנע מיינט נאכנישט פירן לויט אלע פסקים
איך מיין א יעדער דא איז נכנע צום רמב"ם און צו רש"י מיט דעם אלעם וואס זיי האבן זיך געפירט יא צו מאכן א נטילת ידים אויף כרפס און אויך דוקא יא צו עסן א כזית
מען איז אויך נכנע צום רשב"א וואס האט ניאשט געמאכט קיין בורא פרי הגפן אויפן צווייטן און פערטן כוס

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:58 pm
דורך Gevald Geshrigen
איטשע האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן: עולם הפוך ראיתי. ווי איז מען מקיל מיט קטניות פאר קטנים? נאר ביי פארמולא, ווען מקען נישט טרעפן קיין מילך פארמולא, און דאס איז ביי קטני קטנים ממש. אבער סתם אזוי פאר קטנים?! און די זעלבע מענטשן זענען גאר 'מחמיר' ביי קטנים נישט צוצולאזן מאשין מצות? ווי נעמט מען אזא מאס אמונות טפלות?


קטניות איז נישט באשטומט דעווארן אלץ ״חמץ גמור״!

מצד השני, בדרך צחות, אזוי ווי צאנזער רב שרייבט אז מאשין מצה איז ״חמץ גמור״, אולי האט עס א דין ווי א ״גוי דמור״ וואס כידוע האט א דין ישראל, דו״ק והמב״י


כמעט א יעדער מורה הוראה וועט מקיל זיין ביי חולים שאין בהם סכנה צו נעמען מעדיצינען אדער וויטאמינען פון קטניות

Re: דער פולמוס איבער מאשין מצות

געשריבן: דינסטאג אפריל 06, 2021 5:58 pm
דורך איישישאק
און אזוי אויך פון חמץ. פילן איז דאך שלא כדרך הנאתו.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: