ווען מיין זון פרעגט מיר עפעס אינמיטן שמונה עשרה מאך איך זיך צוטוהן אבער ווען א חבר פרעגט איז קיין ספק אז איך איגנאריר פאר די וואס מוזן זיך אפגעבן מיט עלטערן אדער קינדער אדער זענען גבאים אין בתי מדרשים איז די געדאנק צו האלטן די שמועסן צו א מינונים און אהן קיין שטותים
אבער בעצם, יעדע איד האט זיך זיין קשר מיטן אויבערשטן, אויב א איד רעדט נישט ווייל ער גלייבט אז דער אויבערשטער איז בעל הבית אויף די וועלט, ווייל ער גלייבט אין שכר ועונש, ווייל ער גלייבט אז זיין עבודה איז חשוב אין הימל און זיין נישט רעדן מאכט עפעס אויס, ווייל ער ווייסט אז ער דארף צוקומען צום אויבערשטן, אשרי לו ואשרי חלקו, ער האט מגלה געוועהן דעם אויבערשטנס מלכות אויף דער וועלט, און זיכער געמאכט א גרויס נחת רוח אויבן.
ואבית תהלה מגושי עפר!
יאפ, איך ווער זייער נערוועז פון די הב הב’ניקעס, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות איז עס קראנק, אבער אויף דעם אידל איז ניכר אז ער פילט א טעם אין די הקפות און פריידט זיך מיט זייט טאטע אין הימל, עס איז אמאל אומפאסיג אין אזא עת רצון ווען טאטע און זון פרייען זיך צוזאמען צו בעטן אייגענע בקשות, אבער א קינד טוט נישט אייביג וואס ס’איז פאסיג, בפרט מיט זיין ליבע טאטע, די עיקר איז די הארץ, זיך צו אמת’דיג פרייען מיטן אייבערשטן און דעמאלטס גייט שוין אלעס מיט....
(אגב, איך קען נישט דעם איד, אבער סאיז ניכר אז ער איז גאר ווארעם נתחנך געווארן, עס שמעקט אביסל פון זיין שפראך אז ער איז אויפגעוואקסן אדער טאנצט נאך מיט די באבוב’ע הקפות, אזא ווארעמקייט געבוירט נישט ווען מדארף די ישועה...)