הושענה רבה דאווענען פרי?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שקיעה
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

איך האב אזא שאלה אויב איינער קען מיך אויסקלארען תבא עליו ברכה,
וואס איז פשט אז אויף הושענה רבה אז רוב בתי מדרשים דאווענט אזוי פרי ווי בערך 8:00 -8:30 , די דאווענען הושענה רבה נעמט בערך 2 שעה נארמאלעהייט, ממילא נעמט עס שנעלער ווי געווענליכע שבת׳דיגע דאווענען , ממילא פארוואס דאווענט מען אזוי פרי מען דאווענט נאך פריער ווי ראש השנה אין ווי יום כיפור, אייינער קען מען זאגן מען האט געענדיגט דאווענען נאך 10:00 וואס טוט מען יעצט ביזן זמן , שוין מען מאכט א סעודה ווילאנג נעמט עס שוין, איינער קען מיך זאגן אפשר טוט מען עפעס אויף הושענה רבה וואס איך ווייס נישט, וואס דאווענט מען אזוי פרי צו קענען זיין אנגעצויגען פון נאכן דאווענען ביזן זמן, עס איז דא שעות צו קלאצען די גאנצע נאכמיטאג, נאך א נקודה מען בלייבט אויף א גאנצע נאכט אדער ביז גאר שפעט ממילא וואס איז דעיע דאווענען אזוי פרי ,נאך פריער אדער די זעלבע צייט ווי ראש השנה , אין די דאווענען נעמט נאר 2 שעה בערך , עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין איינער קען מיר דאס אויסקלארען
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5246
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוב קליינע בתי מדרשים דאווענען ארום 9 צייט. נישט אכטע.

אין אלע מינינם צענטער איז דא מינימום פון גאר פרי ביז גאר שפעט.

אסאך דאווענען פרי ווייל זיי פארן אוועק אויף יום טוב. די זמן איז גאר פרי היי יאר.
שקיעה
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 12:57 pm
רוב קליינע בתי מדרשים דאווענען ארום 9 צייט. נישט אכטע.

אין אלע מינינם צענטער איז דא מינימום פון גאר פרי ביז גאר שפעט.

אסאך דאווענען פרי ווייל זיי פארן אוועק אויף יום טוב. די זמן איז גאר פרי היי יאר.
שוין וואס טוט מען פון מען ענדיגט דאווענען ביזן זמן אפילו מען ענדיגט 11:00 וואס איז דא צו טוהן ווער עס פארט נישט אוועק אויף יום טוב אין גאר אסאך שולן דאווענט מען אזוי פרי ווי 8:00
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

הושענא רבה עסט מען א גרויסע סעודה. בבחינת לך אכול בשמחה את לחמך. שטייט זייער געהויבענע ענינים אויף די דאזיגע סעודה. עס איז די גמר פון די הייליגע טעג. מען פארברעגט אין די סוכה מיט שירות ותשבחות און מ'זאגט 7 מאל עלינו ישר והפוך.

מען הערט א הוקאפ פון הושענא רבה דרשה פון כ"ק רבינו שליט"א
דערנאך אנגרייטן דעם יו"ט.
דריי טעג ליכט
שבת זייגערס
עירוב תבשילין
אראפלייגן צו קענען פראווען געהויבענע הקפות
מקוה. חייב אדם לטהר עצמו ברגל.

איך מיין די טאג איז נישט אזוי לאנג.
לעצט פארראכטן דורך אפענע וועלט אום מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איך האב נאך נישט געטראפן קיין ביהמ״ד וואס די גרויסע מנין איז 8:00-8:30, אין מיין געגענט שטעלט מען זיך 9-10 און דאס דאווענען געדויערט א גוטע 3 שעה.

באמת אמאל פלעגט מען דאווענען פרי ווייל א גרויסע עולם האט געדארפט גיין צו די ארבעט, אבער היינט איז ב״ה אכשר דרא.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
שקיעה
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

א גוטן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:18 pm
איך האב נאך נישט געטראפן קיין ביהמ״ד וואס די גרויסע מנין איז 8:00-8:30, אין מיין געגענט שטעלט מען זיך 9-10 און דאס דאווענען געדויערט א גוטע 3 שעה.

באמת אמאל פלעגט מען דאווענען פרי ווייל א גרויסע עולם האט געדארפט גיין צו די ארבעט, אבער היינט איז ב״ה אכשר דרא.
אהן אריין גיין אין פרטים אבער אין מיין געגענט איז דא אפאר גרויסע בתי מדרשים וואס דאווענען 8:00 צופרי אין די דאווענען נעמט נישט קיין 3 שעה
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4529
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

הושענא רבה איז איינע פון די ה השכמות
שקיעה
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:30 pm
הושענא רבה איז איינע פון די ה השכמות
מקור? אין גאר אסאך אדמורים דאווענען היינט שפעט נישט פרי
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4529
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

שקיעה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:32 pm
Haklal האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:30 pm
הושענא רבה איז איינע פון די ה השכמות
מקור? אין גאר אסאך אדמורים דאווענען היינט שפעט נישט פרי
איך זאג אז הושענא רבה איז פון די השכמות, צו מען דאווענט פרי וועגן דעם ווייס איך נישט
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 12:14 am
כתב בספר מטה משה (תלמיד המהרש"ל - סי' תתקנח'):
ב-ה' בקרים משכימים לתפילה שנאמר (איוב ג' כג') ותפקדנו לבקרים ולרגעים תבחננו, זה ראש השנה ויום הכיפורים שבהם נפקדים כל מעשה אדם. הושענא רבה, שנאמר (איכה ג' כג') חדשים לבקרים רבה אמונתך. פורים שנאמר (תהלים קא' – ח') לבקרים אצמית כל רשעי ארץ. וזהו המן. ט' באב, שנאמר (ישעיה לג' ב') היה זרועם לבקרים אף ישועתינו בעת צרה. וסימן לדבר (לכל ה-ה' השכמות) שנאמר (בראשית כב' – ג') וישכם אברהם בבקר, נוטריקון א' זהו ט' ב'אב. ב' זו בריאת עולם, היינו ראש השנה שבשרי נברא העולם. ר' רבה זו צומא רבה (יום כיפור) ה' הושענא רבה. מ' מגילה היינו פורים. בענין אחר זהו (אברהם) סוף תיבות של הושענא. ב' ס"ת של תשעה באב. ר' ס"ת של יום כפור. ה' ס"ת של ראש השנה. ם' ס"ת של פורים.
די סימן איז די אותיות אברה”ם, ע”ש די פסוק וישכם אברהם בבוקר.

https://ashoova.co.il/ask/k/%D7%95%D7%9 ... %A7%D7%A8/
אבד''ק לי והגליל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2023 7:58 am

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבד''ק לי והגליל »

פארשטיי טאקע נישט דאס געיעג ביינונז דאווענט מען שפעטליך
און מען פלעגט דאווענען 5 - 6 שעה היינט דאווענט מען נאר 3 +
און אה"נ עס בלייבט איבער א3-4 שעה צום זמן און איכהאניש קייניינוג וואס טוט מען און די אלע שעות ביזן זמן
הושע"ר איז א הייליגע טאג און איז געמאכט אויסצונוצן אויף הייליגע זאכן
אלע אנדערע זאכן ווי סעודה מקוה הכנות ליוט זאלן מוחל זיך באגנוגן מיט א דרייפערטל שעה
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10297
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:30 pm
הושענא רבה איז איינע פון די ה השכמות
ס'איז צו שטוינען ווי אויף עפעס וואס ווערט געברענגט אין די פוסקים קענען מאנכע פרעגן מיט א בלעכענעם פנים וואס איז פשט אז מ'טיט ווי ס'שטייט? כאילו ס'איז דאך פשוט אז סתם אזוי טיט מען נישט ווי די הלכה ווען ס'נישט באקוועם.

דאס איז איינס.

צווייטנס, ס'דא א סוף זמן קריאת שמע און סוף זמן תפילה. כולי עלמא מודים אז לכתחילה זאל מען ליינען קריאת שמע מיט די ברכות פאר'ן סוף זמן קרי"ש (אזויווי ביינאכט איז מען טאקע מער מקפיד אויף דעם), טאמער איז שווער אנצוקומען פאר די מ"א זמן זאל מען כאטש אריינכאפן די גר"א'ס זמן און טאמער קען מען דאס אויך נישט זאל מען עכ"פ זעהן צו ענדיגן פאר די מ"א סוף זמן תפילה.

די אלע וועלכע האבן נישט געדאווענט פאר סוף זמן קר"ש/תפילה, האבן נישט אויסגעריסן די סימנים אין שו"ע ווי מ'רעדט פון די הלכות, זיי האבן געהאט זייערע סיבות פארוואס מ'האט נישט געקענט טון ווי די הלכה לכתחילה. אבער ממש נישט קענען פארשטיין פארוואס איינער זאל יא פראבירן צו דאווענען ווי ס'איז אויסגעהאלטן לכתחילה? אתמהה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10297
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אבד''ק לי והגליל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 7:07 am
פארשטיי טאקע נישט דאס געיעג ביינונז דאווענט מען שפעטליך
און מען פלעגט דאווענען 5 - 6 שעה היינט דאווענט מען נאר 3 +
און אה"נ עס בלייבט איבער א3-4 שעה צום זמן און איכהאניש קייניינוג וואס טוט מען און די אלע שעות ביזן זמן
הושע"ר איז א הייליגע טאג און איז געמאכט אויסצונוצן אויף הייליגע זאכן
אלע אנדערע זאכן ווי סעודה מקוה הכנות ליוט זאלן מוחל זיך באגנוגן מיט א דרייפערטל שעה
נאכ'ן דאווענען קענסטי טון די זעלבע ווי די ווילסט טון פאר'ן דאווענען (מסתמה שלאפן)
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אבד''ק לי והגליל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2023 7:58 am

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבד''ק לי והגליל »

דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 8:53 am

איך רעדט פונעם חלק פון דאווענען הור אין 2 שעה

אבד''ק לי והגליל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 8:55 am

אה.
געיעג דארף טאקע נישט זיין אבער איך זעה נישט וואס זאל נעמען מער ווי 2.5 שעה, ברייטערהייט.

ברכות/קרבנות 15 מינוט
פסוקים דזמרה ביז ברכו 30 מינוט
ביז שמו"ע 10 מינוט
שטילע/הויכע שמו"ע 15 מינוט
הלל 30 מינוט
הושענות 25 מינוט
קריה"ת/מוסף 25 מינוט

דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:02 am

ביז ברכו לערך שעה - מיט אלע פזמונים
ביז נאך הויכע שמו"ע 20 מינוט
הלל והושענות שעה וחצי - 2
פתיחת הארון מיט אלע תפילות 10 מינוט
קריה"ת מוסף האלבע שעה
דאס איז שנעלערהייט
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: הושענה רבה דאווענען פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אפענע וועלט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:17 pm
הושענא רבה עסט מען א גרויסע סעודה. בבחינת לך אכול בשמחה את לחמך. שטייט זייער געהויבענע ענינים אויף די דאזיגע סעודה. עס איז די גמר פון די הייליגע טעג.
◄ ווייז ספוילער
מען פארברעגט אין די סוכה מיט שירות ותשבחות און מ'זאגט 7 מאל עלינו ישר והפוך.

מען הערט א הוקאפ פון הושענא רבה דרשה פון כ"ק רבינו שליט"א
דערנאך אנגרייטן דעם יו"ט.
דריי טעג ליכט
שבת זייגערס
עירוב תבשילין
אראפלייגן צו קענען פראווען געהויבענע הקפות
מקוה. חייב אדם לטהר עצמו ברגל.

איך מיין די טאג איז נישט אזוי לאנג.
גא"מ לכל מה שלא ספוילתי.
דברי חכמים כדרבונות
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”