געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כתמר יפרח
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

אין א שטעטל קראצוויל גייט פאר א העפטיגע מחלוקת צווישן די בלוי פארטי אין די געיל פארטי, עס גייט שוין אן יארן די פייט, א ברודער קריג ממש, אין קיינער האט נישט מצליח געווען צו שטילען די מחלוקת. 
געווען דארט צוויי שכנים, מארק מיט רייען, מארק איז געווען פין די שטארקע אנהענגערס פין די געיל פארטיי, זיין הויז איז געווען קאלירט געיל, געקויפט אלע געילע פראדוקטן אין פארשטייצוך א בלוי קאליר איז נישט געווען בנמצא חלילה.
רייען פין די אנדערע זייט האט ממש געהאסט געיל, ער איז געווען א פראוד בלוי סופארטער, געגאנגן מיט בלוי גלעזער אין אפילו זיין גראז אינדרויסן איז געווען בלוי.
כסדר פלעגט מארק אין רייען זיך ארום טענהן וועלכע קאליר איז בעסער, "בלוי איז א לעכטיגע קאליר, סאיז געשמאק אין לעבעדיג", פלעגט רייען זאגן צו מארק.
"נע, געב א קוק אויף די פירות אין ירקות, האסט אמאל געזען א בלוי קאליר?" פרעגט צוריק מארק, "בלוי גייט איינטאג אונטערגיין"

אקוצער, איינמאל איז רייען געפארן אויף א נסיעה קיין ציפוויל, געווען דארט זייער אן ארומע שטאט, אין די געשעפטן זענען שוין געווען פארמאכט, רייען האט שוין נישט געגעסן פאר פיר אין צוואנציג שעה, ביטער הונגעריג דרייט ער זיך אין די געסלעך אפשר קען ער פרעגן איינעם עפעס אין מויל נעמען. 
ענדליך טרעפט איינעם שטיין אויפן פארטש אין רייען לויפט צו פרעגן צו ער קען אים געבן עפעס א מאכל, אוודאי ענפערט אים די תושב, ער גייט אריין אין זיין הויז אין ברענגט ארויס א …  באנאנע…., אוי וויי געט ברייען א קרעכץ, א געילע באנאנע!!?? פינקט יעצט וואס איך בין אזוי הונגעריג, 

ער פרעגט גלייך די בעל הבית, האסט עפעס אנדערש? נישט עכט, זאגט ער, כ'האב פארשימעלטע רייז מיט ווערים. 
וואס טוט מען דא, שטייט רייען אינגאנצן פארלוירן, הונגעריג ווי א בער, אפשר זאל איך עסן די רייז מיט ווערים? נע, אבער וויאזוי קען איך עסן עפעס וואס קעגן מיין פארטיי? 

אין מיטן קווענקלעניש, טראכט ער צו זיך, פארוואס מוז איך ליב האבן יעדע בלוי זאך אין פינקט פיינט האבן יעדע געילע חפץ אלץ וועגן מיין פארטיי, איך קען נאך אלץ זיין אין די בלוי פארטיי אין ליב האבן באנאנעס, ס'מאכט נישט קיין סענס אז פינקט אלע געילע זענען שרעקליך אין פינקט אלע בלוי זענען גוט.
אין בכלל, ווער זאגט אז איך מוז בכלל געהערן צו עפעס א פארטיי, איך מעג ליב האבן וואס איך דיסייד אז ס'איז גוט, אין וואס איז נישט, אין וועגן איך האב איין טאג מחליט געווען אז איך געהער צו די פארטיי מוז גיין קאפ אין וואנט.
איך מעג האבן מיין אייגענע מיינונג וואס איך האב ליב אדער פיינט.
אין מיט דעם איז די באנאנע געווארן פארציגט…

לעינינו, 
כ'גלייב ס'נישט דא קיין סאך וואס געדענקען, אבער איך בין געווען א אויסגעשפראכענע קעגנער צו טראמפ, (מיט מיין צווייטע ניק אויכט...), די בחור האב איך פיינט עד חרמה, איך האלט ער האט אריינגעברענגט אין די אמעריקאנער פאליטיק א מין סם אין מידות רעות אין נידעריגקייט, ער איז איינער וואס מיינט זיך אין נאר זיך, זיך צושלאגן מיט יעדעם אין כסדר געבלעימט יענעם, אין קען נישט די מבחין זיין בין אמת לשקר, אין גלייב אז עס וועט זיין פיר יאר פין כאאס.
פארוואס די ריפובליקאנער האבן אים נאכאמאל אריינגעוואויט אנשטאט דיסעינטעס איז א מיסטערי, איך גלייב נישט איך וועל עס אמאל פארשטיין, 

אבער, דא קומט א גרויסן אבער, זאל איך נעמען רייז מיט ווערים? איך קען מיך נישט זעהן גיין וואויטן פאר די קעמל העריס, א מין פאלשקייט וואס מאכט די אויערן טויב, די ספין פין די גאנצע דעמעקראטשע מאשין אז פלוצלינג ווערט זי דא די געלונגענע וואס קען פירן די אמעריקאנער פאלק, קענען סטראשענען פוטין איך שטיין מיט מד"י, א מכה בדופן, א נארישע פרוי וואס חוץ וואשן געשיר אין די ווייט הויז זעה איך נישט עפעס וואס זי זאל קענען צוגעבן.  

ביידן איז געווען א שוואכע קאנדידאט, אבער קעגן טראמפ איז ער געווען פאר מיר עטוואס בעסער, ער איז דאך א מעסיגע, מיט פראציפן, ער העלפט מד"י, איך וואלט אים געגעבן מיין וואויט. אבער קאמעלע? די מיט די בלויע רעקל? מיי גאד, קאמעלע? באמתּ? פאר פרעזידענט? נא וועי!!
איך האב נישט קיין פארטיי, אדער דער וואס זאל מיר זאגן וויאזוי צו טראכטן אין וואס צו ליב צו האבן, איך האב מיין אייגענע מיינונג!!

אז די זעהסט איינער וואס האט פינקט ליב אלעס וואס זיין פארטיי שטעלט ארויס, אין האט פינקט פיינט אלץ וואס די צד שכנגד האט, אזא איינע וועט עסן אסאך רייז מיט ווערום.

איך פלעג מיר שטארק עקעלן פין געוויסע ריפובליקאנער חסידים, וואס יעדע נארישע ווארט פין טראמפ האט מען געמוזט פארענפערן אין אריינלערנען מיט חסורי מחסרה'ס, די קענסט האלטן פין געוויסע טראמפ פאלעסיס אבער די מוסט אבער נישט יעדע זאך ליב האבן.
היינט עקעל מיך די זעלבע פין די וואס האבן פארענפערט ביידן בשעתו אז ער איז פריש ווי א באנדל (פארשטייט זיך ביז די מידיע האט אויפגעגעבן) אין היינט איז ער מזביר ווי שטארק קאמעלע וועט זיין פאר אמעריקע, קענסט אריינגיין אין די פאליטישע נייעס אשכול וועסטו זעהן ע"פ רוב אז די רעכטע פארטיי ניקס ברענגן נייעס וואס איז גוט פאר טראמפ אין די לינקע ברענגן וואס איז גוט פאר קאמעלע.
די זיך פארקויפן פאר א פארטיי איז מאדנע, נאריש, אין א גרויל.

אשע"כ, הגם לעצטע מאל בין איך געגאנגען מיט ביידן, דאס מאל איז מיין וואוט טראמפ.
אין אגב אז מ'רעהט שוין, איך פערזענלעך האלט אין שפיר אז זי וועט עס ליידער יא מאכן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 12910
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

תגובה דורך ר' זעקל »

כתמר!!!!!!!!

שלעפטס אהער כאפצעם שנעל....
ר' זעקל האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2024 8:45 pm
ר' מטות האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2024 7:28 pm
רבותי קומטס אריין מיט חיזוק, מדארף מיר גרויס רחמים…
ען סעלצער דארף אסאך מער רחמים ווי דאנעלד טראמפ...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 12910
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

וועלקאם עבאורד
ר' זעקל האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2024 8:45 pm
ר' מטות האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2024 7:28 pm
רבותי קומטס אריין מיט חיזוק, מדארף מיר גרויס רחמים…
ען סעלצער דארף אסאך מער רחמים ווי דאנעלד טראמפ...
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

איך האב הנאה האסט ארויפגעברענגט די נושא, איך האב שוין לאנג געוואלט זאגן געיל איז נארישע און לאנגווייליגע קאליר, בלוי איז די זאך...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געלייקט פאר די לעצטע שורה...
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

געלייקט טראץ מיין דיסעפוינטמענט...
איז נישט א סטעישאן װעגאן מער חסידיש װי א אדאסי? (@abeg דא )
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

געלייקט פארן טוישן, יעצט גיימער ליינען.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8060
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לכאורה האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 9:57 pm
געלייקט פאר די לעצטע שורה...
כאטש לדעתי ביסטו סטאק מיט אן אלטע החלטה... נו שוין אבער כשעץ דיין אויפריכטיגקייט... דערפאר האב איך געלייקט דיין תגובה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9407
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

WOW - איך בין אויף כתמר׳ס זייט ווען עס קומט צו בלינדע פאליטיק.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
פלוא
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 7:24 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוא »

איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס די שרייבסט, אבער איך כאפ נישט ווי אזוי דיין שטימע גייט פון א "מין פאלשקייט וואס מאכט די אויערן טויב, די ספין פין די גאנצע דעמעקראטשע מאשין ... א מכה בדופן, א נארישע פרוי וואס חוץ וואשן געשיר אין די ווייט הויז זעה איך נישט עפעס וואס זי זאל קענען צוגעבן" צו ענדערש שטימען פאר איינער וואס "האט אריינגעברענגט אין די אמעריקאנער פאליטיק א מין סם אין מידות רעות אין נידעריגקייט, ער איז איינער וואס מיינט זיך אין נאר זיך, זיך צושלאגן מיט יעדעם אין כסדר געבלעימט יענעם, אין קען נישט די מבחין זיין בין אמת לשקר, אין גלייב אז עס וועט זיין פיר יאר פין כאאס".
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9407
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פלוא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 12:58 am
איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס די שרייבסט, אבער איך כאפ נישט ווי אזוי דיין שטימע גייט פון א "מין פאלשקייט וואס מאכט די אויערן טויב, די ספין פין די גאנצע דעמעקראטשע מאשין ... א מכה בדופן, א נארישע פרוי וואס חוץ וואשן געשיר אין די ווייט הויז זעה איך נישט עפעס וואס זי זאל קענען צוגעבן" צו ענדערש שטימען פאר איינער וואס "האט אריינגעברענגט אין די אמעריקאנער פאליטיק א מין סם אין מידות רעות אין נידעריגקייט, ער איז איינער וואס מיינט זיך אין נאר זיך, זיך צושלאגן מיט יעדעם אין כסדר געבלעימט יענעם, אין קען נישט די מבחין זיין בין אמת לשקר, אין גלייב אז עס וועט זיין פיר יאר פין כאאס".
זייער א סך טראמפ שטיצער האלטען די אלע זאכען וואס ער שרייבט אבער זעהען אז ער האט לידערשיפ קוואליפעקאציעס- פארשטייט זיך אז נישט אזוי שטארק ווי טראמפ וויל דו זאלסט מיינען ער האט -
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כתמר יפרח
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

פלוא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 12:58 am
איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס די שרייבסט, אבער איך כאפ נישט ווי אזוי דיין שטימע גייט פון א "מין פאלשקייט וואס מאכט די אויערן טויב, די ספין פין די גאנצע דעמעקראטשע מאשין ... א מכה בדופן, א נארישע פרוי וואס חוץ וואשן געשיר אין די ווייט הויז זעה איך נישט עפעס וואס זי זאל קענען צוגעבן" צו ענדערש שטימען פאר איינער וואס "האט אריינגעברענגט אין די אמעריקאנער פאליטיק א מין סם אין מידות רעות אין נידעריגקייט, ער איז איינער וואס מיינט זיך אין נאר זיך, זיך צושלאגן מיט יעדעם אין כסדר געבלעימט יענעם, אין קען נישט די מבחין זיין בין אמת לשקר, אין גלייב אז עס וועט זיין פיר יאר פין כאאס".
איך וואוט נישט טראמפ ווייל איך וויל ער זאל פירן די לאנד, איך וואוט פאר טראמפ ווייל אין וויל נישט אז העריס זאל פירן דאס לאנד.
די זעלבע סיבה איך וואלט נישט געוואלט אז מיין דריי יעריגער יענקי זאל ווערן גבאי פין בית המדרש, על אף איך האב פיינט די יעצטיגע גבאי, אין איך וואלט אים געוואלט זעהן אינדרויסן בכל מחיר.
ווען נישט די פראפאגאנדע יעצט אין די וואלסט געפרעגט איינעם פיר חדשים צוריק, ווילסט העריס פאר פרעזידענט? די תשובה פין רובו דרובו וואלט געווען, ביזט משוגע צו וואס?
די איינציגסטע וואס איך זעה אויב זי געווינט איז, אז אמעריקע ריקט זיך נענטער צו קאנאדע אין פראנקרייך מיט די עקסטרעם לינקע פאלעסיס.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

גענוי די זעלבע מיט שליו , ׳געטוישט מיין וואויט פאר טראמפ׳..

.

אבער מיט ׳10יאר פריער ווי דיר׳..

איך האב אפשר נישט אזוי פיינט טראמפ ... זינט איך האלט אז אסאך פראפעגאנדע איז אריין אים צו ׳נאך מער ׳ פארשווארצן , אין מיין אפיניען האט ער א גוטע זייט צו זיך אויך , און יעדע פאליטישאן מיינט זיך און ׳נאר זיך׳ ( ווייסן נאר ווי אזוי עס צו באהאלטן און זיך נוקם זיין פאליטיש אויף די פאליטישע וועג )

אבער ער איז זיכער נישט געווען דעם וואס איך האב געוואלט זעין אלס פרעזידענט , די חילוק איז נאר אז איך האלט אז מיסיס קלינטאן/אבאמע / ביידן / העריס זענען אלע די זעלבע גארביזש פארשטייט זיך איינער מער איינער ווינציגער

סאו יא כ׳האב שוין געטוישט מיין וואויט פאר טראמפ 10 יאר צוריק
אוועטאר
אינקוויזיציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינקוויזיציע »

איך האב פיינט דעי 'מענטש' מיסטער דאנאלד דזשעי טראמפ.

ער איז א מושחת און פוסטע בעל גאווה.

אבער פרעזידענט דאנאלד דזשעי טראמפ איז געווען א פיינעם 'פרעזידענט' און איך וועל איהם לכאורה שטיצן.
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

האמער נאכנישט געמאכט קיין באשלוס אויף די פרעזידענט פארמעסט, אבער ס'דערפרישענד אריינצוקומען און הערן פון עמיצן וואס האט ארויס ביידע זייטן.

להערה, די דעמאקראטן וואלטן קיינמאל נישט געטוישט ביידען מיט העריס ווען ארענדזש און ראקלענד וואלטן דעצידירט ווער ס'זאל זיין פרעזידענט. איך פארשטיי דעריבער פארוואס זיי האבן עס געטון און וועלכע סארט וויילער זיי צילן דערמיט.
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

שליו ודגים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:46 am
גענוי די זעלבע מיט שליו , ׳געטוישט מיין וואויט פאר טראמפ׳..

.

אבער מיט ׳10יאר פריער ווי דיר׳..

איך האב אפשר נישט אזוי פיינט טראמפ ... זינט איך האלט אז אסאך פראפעגאנדע איז אריין אים צו ׳נאך מער ׳ פארשווארצן , אין מיין אפיניען האט ער א גוטע זייט צו זיך אויך , און יעדע פאליטישאן מיינט זיך און ׳נאר זיך׳ ( ווייסן נאר ווי אזוי עס צו באהאלטן און זיך נוקם זיין פאליטיש אויף די פאליטישע וועג )

אבער ער איז זיכער נישט געווען דעם וואס איך האב געוואלט זעין אלס פרעזידענט , די חילוק איז נאר אז איך האלט אז מיסיס קלינטאן/אבאמע / ביידן / העריס זענען אלע די זעלבע גארביזש פארשטייט זיך איינער מער איינער ווינציגער

סאו יא כ׳האב שוין געטוישט מיין וואויט פאר טראמפ 10 יאר צוריק
יאפ, דאס איז מער אקוראט.

''דארפסט פארשטיין'' זאגט מיר א דעמאקראטישע פאנאטיקער, ''העריס שטעלט זיך נאר ארויס קעגן מדינות ישראל וויבאלד זי האט מורא''...

אין אנדערע ווערטער; זאל מדינות ישראל מיט אירע מיליאנען בירגער ליידן וויבאלד זי מיינט זיך! ס'איז גאר ניקר. קיינער איז נישט אויפגעשטאנען אינדערפרי מיט א רצון צו ארויסהעלפן די מענטשהייט און נישט געטראפן עפעס בעסער ווי לויפן פאר אפיס.

יעדער מיינט זיך.
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען

||||||||||||
אוועטאר
Potus
שר שלשת אלפים
תגובות: 3109
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

כתמר יפרח האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 9:18 am

איך וואוט נישט טראמפ ווייל איך וויל ער זאל פירן די לאנד, איך וואוט פאר טראמפ ווייל אין וויל נישט אז העריס זאל פירן דאס לאנד.
די זעלבע סיבה איך וואלט נישט געוואלט אז מיין דריי יעריגער יענקי זאל ווערן גבאי פין בית המדרש, על אף איך האב פיינט די יעצטיגע גבאי, אין איך וואלט אים געוואלט זעהן אינדרויסן בכל מחיר.
.
דיטעילס איבערן גבאי?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

@כתמר יפרח שיין געשריבן!

כ'בין מיט דיר אינגאנצן און איך האס טאקע די גאנצע העריס קאנדידאטור און ס'עקלט מיר, אבער פארשטיי איך נאכנישט וויאזוי דיין וואוט קומט אן צו טראמפ.
העריס נישט איז פארשטענדליך, אבער טראמפ..??..
אוועטאר
דאני
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:43 pm
@כתמר יפרח שיין געשריבן!

כ'בין מיט דיר אינגאנצן און איך האס טאקע די גאנצע העריס קאנדידאטור און ס'עקלט מיר, אבער פארשטיי איך נאכנישט וויאזוי דיין וואוט קומט אן צו טראמפ.
העריס נישט איז פארשטענדליך, אבער טראמפ..??..
viewtopic.php?p=5502733#p5502733
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:08 am

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר_דאס_נישט »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:43 pm
@כתמר יפרח שיין געשריבן!

כ'בין מיט דיר אינגאנצן און איך האס טאקע די גאנצע העריס קאנדידאטור און ס'עקלט מיר, אבער פארשטיי איך נאכנישט וויאזוי דיין וואוט קומט אן צו טראמפ.
העריס נישט איז פארשטענדליך, אבער טראמפ..??..
גא"מ.
איך גיי מיט מיט דיין עדיטאריעל א גאנצע וועג, כמעט ביזן סוף. העריס האט נישט באקומען מיין שטיצע, ס'איז געגאנגען פאר עפעס א ליבערטעריען וואס כ'האב קיינמאל פארדעם געהערט איר נאמען, אבער ס'איז נישטא קיין וועג וואס ס'וועט אנקומען צו טראמפ.

צווישן פארדארבענע פלייש און פארשטינקענע פיש, פיר איך מיך צוריקצואווייזן ביידע.
איך וואט נישט פאר טראמפ, נישט ווייל כ'האב נישט פיינט העריס און איר אגענדע, נאר ווייל איך האב אסאך מער פיינט טראמפ און זיין נישט אגענדע.

ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.
עטרת חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

כתמר יפרח האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 9:02 pm
אין א שטעטל קראצוויל גייט פאר א העפטיגע מחלוקת צווישן די בלוי פארטי אין די געיל פארטי, עס גייט שוין אן יארן די פייט, א ברודער קריג ממש, אין קיינער האט נישט מצליח געווען צו שטילען די מחלוקת. 
געווען דארט צוויי שכנים, מארק מיט רייען, מארק איז געווען פין די שטארקע אנהענגערס פין די געיל פארטיי, זיין הויז איז געווען קאלירט געיל, געקויפט אלע געילע פראדוקטן אין פארשטייצוך א בלוי קאליר איז נישט געווען בנמצא חלילה.
רייען פין די אנדערע זייט האט ממש געהאסט געיל, ער איז געווען א פראוד בלוי סופארטער, געגאנגן מיט בלוי גלעזער אין אפילו זיין גראז אינדרויסן איז געווען בלוי.
כסדר פלעגט מארק אין רייען זיך ארום טענהן וועלכע קאליר איז בעסער, "בלוי איז א לעכטיגע קאליר, סאיז געשמאק אין לעבעדיג", פלעגט רייען זאגן צו מארק.
"נע, געב א קוק אויף די פירות אין ירקות, האסט אמאל געזען א בלוי קאליר?" פרעגט צוריק מארק, "בלוי גייט איינטאג אונטערגיין"

אקוצער, איינמאל איז רייען געפארן אויף א נסיעה קיין ציפוויל, געווען דארט זייער אן ארומע שטאט, אין די געשעפטן זענען שוין געווען פארמאכט, רייען האט שוין נישט געגעסן פאר פיר אין צוואנציג שעה, ביטער הונגעריג דרייט ער זיך אין די געסלעך אפשר קען ער פרעגן איינעם עפעס אין מויל נעמען. 
ענדליך טרעפט איינעם שטיין אויפן פארטש אין רייען לויפט צו פרעגן צו ער קען אים געבן עפעס א מאכל, אוודאי ענפערט אים די תושב, ער גייט אריין אין זיין הויז אין ברענגט ארויס א …  באנאנע…., אוי וויי געט ברייען א קרעכץ, א געילע באנאנע!!?? פינקט יעצט וואס איך בין אזוי הונגעריג, 

ער פרעגט גלייך די בעל הבית, האסט עפעס אנדערש? נישט עכט, זאגט ער, כ'האב פארשימעלטע רייז מיט ווערים. 
וואס טוט מען דא, שטייט רייען אינגאנצן פארלוירן, הונגעריג ווי א בער, אפשר זאל איך עסן די רייז מיט ווערים? נע, אבער וויאזוי קען איך עסן עפעס וואס קעגן מיין פארטיי? 

אין מיטן קווענקלעניש, טראכט ער צו זיך, פארוואס מוז איך ליב האבן יעדע בלוי זאך אין פינקט פיינט האבן יעדע געילע חפץ אלץ וועגן מיין פארטיי, איך קען נאך אלץ זיין אין די בלוי פארטיי אין ליב האבן באנאנעס, ס'מאכט נישט קיין סענס אז פינקט אלע געילע זענען שרעקליך אין פינקט אלע בלוי זענען גוט.
אין בכלל, ווער זאגט אז איך מוז בכלל געהערן צו עפעס א פארטיי, איך מעג ליב האבן וואס איך דיסייד אז ס'איז גוט, אין וואס איז נישט, אין וועגן איך האב איין טאג מחליט געווען אז איך געהער צו די פארטיי מוז גיין קאפ אין וואנט.
איך מעג האבן מיין אייגענע מיינונג וואס איך האב ליב אדער פיינט.
אין מיט דעם איז די באנאנע געווארן פארציגט…

לעינינו, 
כ'גלייב ס'נישט דא קיין סאך וואס געדענקען, אבער איך בין געווען א אויסגעשפראכענע קעגנער צו טראמפ, (מיט מיין צווייטע ניק אויכט...), די בחור האב איך פיינט עד חרמה, איך האלט ער האט אריינגעברענגט אין די אמעריקאנער פאליטיק א מין סם אין מידות רעות אין נידעריגקייט, ער איז איינער וואס מיינט זיך אין נאר זיך, זיך צושלאגן מיט יעדעם אין כסדר געבלעימט יענעם, אין קען נישט די מבחין זיין בין אמת לשקר, אין גלייב אז עס וועט זיין פיר יאר פין כאאס.
פארוואס די ריפובליקאנער האבן אים נאכאמאל אריינגעוואויט אנשטאט דיסעינטעס איז א מיסטערי, איך גלייב נישט איך וועל עס אמאל פארשטיין, 

אבער, דא קומט א גרויסן אבער, זאל איך נעמען רייז מיט ווערים? איך קען מיך נישט זעהן גיין וואויטן פאר די קעמל העריס, א מין פאלשקייט וואס מאכט די אויערן טויב, די ספין פין די גאנצע דעמעקראטשע מאשין אז פלוצלינג ווערט זי דא די געלונגענע וואס קען פירן די אמעריקאנער פאלק, קענען סטראשענען פוטין איך שטיין מיט מד"י, א מכה בדופן, א נארישע פרוי וואס חוץ וואשן געשיר אין די ווייט הויז זעה איך נישט עפעס וואס זי זאל קענען צוגעבן.  

ביידן איז געווען א שוואכע קאנדידאט, אבער קעגן טראמפ איז ער געווען פאר מיר עטוואס בעסער, ער איז דאך א מעסיגע, מיט פראציפן, ער העלפט מד"י, איך וואלט אים געגעבן מיין וואויט. אבער קאמעלע? די מיט די בלויע רעקל? מיי גאד, קאמעלע? באמתּ? פאר פרעזידענט? נא וועי!!
איך האב נישט קיין פארטיי, אדער דער וואס זאל מיר זאגן וויאזוי צו טראכטן אין וואס צו ליב צו האבן, איך האב מיין אייגענע מיינונג!!

אז די זעהסט איינער וואס האט פינקט ליב אלעס וואס זיין פארטיי שטעלט ארויס, אין האט פינקט פיינט אלץ וואס די צד שכנגד האט, אזא איינע וועט עסן אסאך רייז מיט ווערום.

איך פלעג מיר שטארק עקעלן פין געוויסע ריפובליקאנער חסידים, וואס יעדע נארישע ווארט פין טראמפ האט מען געמוזט פארענפערן אין אריינלערנען מיט חסורי מחסרה'ס, די קענסט האלטן פין געוויסע טראמפ פאלעסיס אבער די מוסט אבער נישט יעדע זאך ליב האבן.
היינט עקעל מיך די זעלבע פין די וואס האבן פארענפערט ביידן בשעתו אז ער איז פריש ווי א באנדל (פארשטייט זיך ביז די מידיע האט אויפגעגעבן) אין היינט איז ער מזביר ווי שטארק קאמעלע וועט זיין פאר אמעריקע, קענסט אריינגיין אין די פאליטישע נייעס אשכול וועסטו זעהן ע"פ רוב אז די רעכטע פארטיי ניקס ברענגן נייעס וואס איז גוט פאר טראמפ אין די לינקע ברענגן וואס איז גוט פאר קאמעלע.
די זיך פארקויפן פאר א פארטיי איז מאדנע, נאריש, אין א גרויל.

אשע"כ, הגם לעצטע מאל בין איך געגאנגען מיט ביידן, דאס מאל איז מיין וואוט טראמפ.
אין אגב אז מ'רעהט שוין, איך פערזענלעך האלט אין שפיר אז זי וועט עס ליידער יא מאכן.
זייער גוט און קלאר ראביי @כתמר יפרח

איין זאך דיסאגרי איך מיט דיר, דיין לעצטע שורה איז זיך סותר מיט די גאנצע ארטיקל.

דהיינו, דו ביסט נישט קיין בן יחיד, דו זאגסט עס אבער הונדערטער טויזענטער ביידן וויילער פון 2020 זעהן און טראכטן די זעלבע פוינטס
שווערע טויזענטער ביידן וואויטער אזויווי דיר, גייען נישט וואויטען פאר העריס. פינטל!
נעם א משל פון אריזאנע, ווי ביידן האט געווינען מיט בלויז 10,000 טויזענט שטימען, דו געבסט אפילו א טשאנס אז קאמאלע מאכט עס?
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

וויפיל אזעלכע כתמר'ס איז דא?
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול

צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ראטשילד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:31 am
וויפיל אזעלכע כתמר'ס איז דא?
ביידע זייטן אויף די אייל איז דא אזאנע כתמר'ס.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: געטוישט מיין שטימע צו טראמפ. מיין עדיטאריעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

אין די יעצטיגע פארמעסט ווי אלעס דרייט זיך ארום טראמפ איז מסתמא דא ווייניג אזעלכע
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”