קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

אחראי: יאנאש

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

תגובה דורך בבקשה

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13113
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ברוכים הבאים.

עלעקשאן טאג איז אט אט דא און בשעת די מערסט נאכגעפאלגטע פארמעסט איז פארשטייט זיך די פרעזידענט פארמעסט צווישן געוועזענע פרעזידענט טראמפ און וויצע פרעזידענטקע העריס קומט אבער אויך פאר גאר וויכטיגע פארמעסטן פאר קאנגרעס און סענאט.

קאנגרעס איז מער פשוט ווען אלע 435 קאנגרעס מיטגלידער לויפן פאר ווידערוויילונג יעדע צוויי יאר.

סענאט לויפט אויף 6 יעריגע טוירמס ווען יעדע צוויי יאר לויפט א דריטל פון די הונדערט סענאטארן פאר ווידערוויילונג.

לאמיר א מינוט כאפן א בליק אויף די סענאט פארמעסטן און בקיצור דורכלויפן די פארמעסטן אויף וואס מ'האלט א אויג צו זעהן ווער עס גייט געווינען אז אפילו די וואס האבן נישט מיטגעהאלטן ביז יעצט זאלן האבן א שטיקל בליק מהנעשה והנשמע..

34 זיצן גייען זיין אויף די בעלאט, פון דעם זענען 33 געהעריגע פארמעסטן און איין זיץ אין נעברעסקע א ספעשיל עלעקשאן צו ענדיגן די טערמין פון געוועזענע סענעטאר בען סעס וואס האט פארלאזט די סענאט א יאר צוריק, די זיץ איז געווארן אנגעפילט פאר דערווייל דורך די געוועזענע גאווערנער פון די סטעיט פיט ריקעטס וואס לויפט יעצט צו ענדיגן די טערמין ביז 2026.

פון די 34 זיצן זענען רוב פארזיכערטע זיצן, דהיינו, אז עס איז אין א שטארק רויטע אדער בלויע סטעיט וואס איז נישט ערווארטעט אז די פארטי וואס האלט אן דעם זיץ זאל עס פארלירן, לאמיר נאר געבן א בליק אויף די ביסל זיצן וואס וועט זיין אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווער ס'גייט עס געווינען.

נאך איין קליינע הקדמה, די דעמאקראטן האלטן יעצט קאנטראל אויף די סענאט מיט א 51-49 מערהייט, רעפאבליקאנער דארפן אויפפיקן צוויי זיצן צו געווינען קאנטראל אדער 1 זיץ אין פאל טראמפ געווינט און וויצע פרעזידענט ווענס די טיי ברעכנדע שטימע, און מיט וועסט ווירדזשיניע ערווארטעט צו פליפן ווי מ'וועט שוין אויסשמועסן, און נאך צוויי דעמאקראטישע זיצן אין שטארק רויטע סטעיטס בשעת וואס די רעפאבליקאנער האבן נישט עכט קיין זיצן צו פארטיידיגן אין עכט שמאלע סטעיטס, זענען די רעפאבליקאנער אין א גאר גוטע פאזיציע איבערצונעמען סענאט.



וועסט ווירדזשיניע


מ'וואלט עכט נישט געדארפט אפילו רעדן פון די שטארק רויטע וועסט ווירדזשיניע, אבער די זיץ ווערט יעצט געהאלטן דורך דעם דעמאקראטישע געווארענע אינדעפענדענט דזשאו מענטשן וועלכער לויפט נישט פאר ריעלעקשאן און די זיץ איז ערווארטעט צו פליפן צו די רעפאבליקאנער און מיט דעם וועט די סענאט שטיין ביי א 50/50.

די רעפאבליקאנער קאנדידאט איז דער גאר פאפולערער גאווערנער דזשים דזשאסטיס, די דעמאקראטישע קאנדידאט איז גלען עליעט.

די פארמעסט איז רעיטעט לויט אלע מבינים אלס סעיף רעפאבליקען.


מאנטענע



אינקאמבענט דעמאקראט דזשאן טעסטער לויפט פאר א פערטע טערמין אין די שטארק רויטע מאנטאנא אבער דאסמאל זעהט אים נישט אויס צו גיין אזוי גוט ווי די פאריגע דריי מאל, זיין רעפאבליקאנער קעגנער איז ביזנעסמאן טים שיהי, אנקעטע נאך אנקעטע ווייזן אז שיהי האלט אן א אויבערהאנט העכער טעסטער פון צווישן 5-7%.

אויב זאלן די רעפאבליקאנער אויפפיקן דעם זיץ און נישט פארלירן קיין אנדערע זיצן האבן זיי א 51-49 מערהייט.


אהייאו



אינקאמבענט דעמאקראט שעראד בראון לויפט פאר א פערטע טערמין אין די רויט געווארענע אהייאו, זיין קעגנער איז ביזנעסמאן בערני מארענאו, אנקעטעס ווייזן א גאר שמאלע פארמעסט מיט בראון ליעדן מיט בערך א פראצענט.

אויב זאלן די רעפאבליקאנער אויפפיקן דעם זיץ און נישט פארלירן קיין אנדערע זיצן האבן זיי א 52-48 מערהייט.


נעוואדע



אינקאמבענט דעמאקראט דזשעקי ראזען לויפט פאר א צווייטע טערמין אין די סווינג סטעיט נעוואדע נאכן ארויסשטויסן אין 2018 רעפאבליקאנער סענעטאר דיען העלער, איר קעגנער איז וועטעראן סעם בראון.

אנהייב פארמעסט האט אויסגעזעהן אז בראון האט א שטארקע שאנס צו ארוישטויסן ראזען, און רעפאבליקאנער האבן דאס אנגעקוקט ווי איינע פון זייער בעסטע אפערטונעטיס, למעשה ווי שפעטער אין די פארמעסט האט עס אנגעהויבן צו שיפטן צו די דעמאקראטישע זייט, די עוורעדזש פון אנקעטעס געבן א באקוועמע אויבערהאנט פון בערך 5-8% פארן דעמאקראט ראזען.


אריזאנע



דעמאקראטיש געווארענע אינדעפענדענט קירסטן סינעמע לויפט נישט פאר ריעלעקשאן.

אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט קאנגרעסמאן ראובן גאיעגא, אויף די רעפאבליקאנער זייט לויפט געוועזענע גאווערנער קאנדידאט'קע און פייערדיגע טראמפ שטיצער קערי לעיק.

אזוי ווי אין נעוואדע האט די פארמעסט אנגעהויבן פאר צו די דעמאקראטישע ריכטונג, די עוורעדזש פון די אנקעטעס געבן א באקוועמע אויבערהאנט פון בערך 6-7% פארן דעמאקראט גאיעגא.

עס בלייבט נאר איבער צו זעהן סיי אין נעוואדע און סיי אין אריזאנע ווי טראמפ לויפט אסאך שטערקער ווי די רעפאבליקאנער סענאט קאנדידאטן צו ער וועט באווייזן זיי מיטצושלעפן צו א געווינס אדער כאטש א שמאלערע פארלוסט.

פענסילוועניא



אינקאמבענט דעמאקראט באב קעיסי לויפט פאר א פערטע טערמין אין די גאר וויכטיגע סווינג סטעיט פענסילוועניא, קעגן העדזש פאנד מענעדזשער דעיוו מעקארמיק, קעיסי האט געווינען זיינע ערשטע דריי טערמינען מיט גאר שטארקע נאמבערס פון צווישן 10-20% און ווערט געזעהן אלס א גאר שטארקע אינקאמבענט, די גרויסע אבער איז אז דאס איז די ערשטע מאל וואס ער לויפט צוזאמען מיט טראמפ אויף די בעלאט, און פענסילוועניא איז איינס פון די בלויע וואנט סטעיטס וואס טראמפ האט באוויזן אריבער צו שלעפן אויף זיין זייט אין 2016 אבער עס שמאל פארלוירן אין 2020, לויט רוב אנאליסטן גייט פענסילוועניא זיין די טיפינג פוינט סטעיט אין די יעצטיגע פרעזידענט פארמעסט.

אנהייב פון די פארמעסט האט טאקע אויסגעזעהן ווי רעפאבליקאנער קענען קדיש זאגן אויף סיי וועלכע שאנסן צו געווינען דעם זיץ, אבער ווי שפעטער אריין אין די פארמעסט האט מעקארמיק באוויזן צו פארמאכן די גרויסע געפ, און געוויסע האבן שוין די חוצפה צו זאגן אז רעפאבליקאנער קענען האבן א שאנס צו געווינען די זיץ.

די עוורעדזש פון די אנקעטעס געבן א שמאלערע אויבערהאנט פאר קעיסי פון בערך 2-4%.


וויסקאנסאן



אריבער קיין וויסקאנסאן לויפט די אינקאמבענט דעמאקראט טעמי באלדווין פאר א דריטע טערמין קעגן ביזנעסמאן עריק האוודע, אביסל ווי אין פענסילוועניא האט באלדווין געהייסן צו זיין א שטארקע אינקאמבענט, אבער לעצטערע אנקעטעס האבן גאר שטארק פארשמעלערט איר אויבערהאנט, און מיט טראמפ אויף די בעלאט לייגן רעפאבליקאנער גאר שטארקע האפענונג צו באזיגן באלדווין.

די עוורעדזש פון די אנקעטעס געבן א שמאלע אויבערהאנט פון בערך 1-3% פאר באלדווין.


מישיגען



אינקאמבענט דעמאקראט דעבי סטעבענאו לויפט נישט פאר ריעלעקשאן.

אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט קאנגרעספרוי עליסע סלאטקין, אויף די רעפאבליקאנער זייט לויפט געוועזענע קאנגרעסמאן מייק ראדזשערס.

מישיגען אסאך ווי די פאריגע צוויי סטעיטס וואלט נישט געווען ערענסט אין פלעי ווען נישט טראמפ איז אויף די בעלאט, רעפאבליקאנער לייגן אסאך האפענונג אז די טראמפ פאקטאר צוזאמען מיט דאס וואס עס איז א אפענע פארמעסט קען זיי העלפן אריבערשלעפן די זיץ, די עוורעדזש פון די אנקעטעס געבן א אויבערהאנט פון בערך 3-5% פארן דעמאקראט סלאטקין.


מערילענד



אינקאמבענט דעמאקראט בען קארדין לויפט נישט פאר ריעלעקשאן אין די שטארק בלויע מערילענד, אין א זיץ וואס מען וואלט אפילו נישט געדארפט רעדן פון, די פאפולערע געוועזענע רעפאבליקאנער גאווערנער לערי האוגן האט אבער באשלאסן צו פראבירן זיין מזל צו לויפן, אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט אנגעלע אלסעברוקס.

למעשה ווייזן אלע אנקעטעס א ברייטע אויבערהאנט פאר אלסעברוקס.


טעקסעס



סענעטאר טעד קרוז לויפט פאר ריעלעקשאן אין טעקסעס, קעגן דעמאקראט קאלין אלרעד, דעמאקראטן האבן שוין אין 2018 אומסוקסעספול פראבירט אראפצוזעצן קרוז, און יעצט מיט טראמפ אויף די טיקעט דארף עס צו זיין נאך שווערער.

די זיץ איז כמעט די איינציגסטע רעפאבליקאנער זיץ אויף וואס די דעמאקראטן האלטן אז זיי האבן בכלל א שאנס צו פליפן, און קרוז ווערט געזעהן אלס היפשער פעיוועריט, די עוורעדזש פון די אנקעטעס געבן א 3-5% אויבערהאנט פאר קרוז.



פלארידע




רעפאבליקאנער סענעטאר ריק סקאט לויפט פאר א צווייטע טערמין קעגן דעמאקראט דעבי מעקארסעל-פאועל, סענעטאר סקאט האלט אן א באקוועמע אויבערהאנט אין די געוועזענע סווינג סטעיט פלארידע פון בערך 5-6%.

אין 2018 איז פלארידע געווען פון די איינציגסטע רעפאבליקאנער איבעראשונגען נאך וואס סקאט האט ארויסגעשלעפט א גאר שמאלע געווינס, און די דעמאקראטן האבן פאר א שטיק צייט געחלומט אז די פארמעסט קען נאכאמאל זיין נאנט, אבער מיט די יעצטיגע מציאות אז פלארידע איז שוין א געהעריגע רויטע סטעיט וועט עס זיין גאר שווער פאר די דעמאקראטן ארויסצושטויסן סקאט.

נעברעסקע



אינקאמבענט סענעטארשע דעב פישער איז נישט געווען ערווארטעט צו האבן סיי וואספארא פראבלעם צו געווינען ריעלעקשאן, דעמאקראטן האבן אבער גענומען אינקאמבענט דען אסבארן צו לויפן קעגן איר, און האפן צו ארויסשלעפן א געווינס אין די טיף רויטע נעברעסקע.

עס זענען נישט דא קיין סאך אנקעטעס פון פראפעסיאנאלע פאולסטערס איבער די פארמעסט, אבער פון די ביסל - מערסטנס פארטיזן - אנקעטעס האלט פישער אן א גאר שמאלע אויבערהאנט.

עס איז זייער שווער צו זעהן אסבארן ארויסשלעפן א געווינס, אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13113
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אריבער צו די גאווערנער פארמעסטן ווי עס זענען נישט דא צופיל אינטערסאנטע פארמעסטן.

נארט קארליינע


אינקאמבענט דעמאקראט ראוי קופער קען נישט לויפן נאכאמאל צוליב טוירם לימיטס, אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט אטוירני דזשענעראל דזשאש שטיין, אויף די רעפאבליקאנער זייט לויפט ליוטענענט גאווערנער מארק ראבינסאן.

א פארמעסט וואס האט אנהייב אויסגעזעהן צו זיין א ערענסטע שמאלע פארנעם, מיט א ערענסטע שאנס פאר רעפאבליקאנער צו פארכאפן די גאווערנער בענקל אין די לייכט רויטע סווינג סטעיט, האט גענומען א ערענסטע לינקס נאך א רייע מיט ערענסטע סקאנדאלן וואס זענען ארויסגעקומען קעגן ראבינסאן.

אנקעטעס געבן א גאר ברייטע אויבערהאנט פארן דעמאקראט שטיין, מיט מבינים לייגן די פארמעסט אין די לייקלי דעמאקראט קאלום.


ניו העמפשיר


דער גאר פאפולערער רעפאבליקאנער גאווערנער קריס סונונו לויפט נישט פאר ריעלעקשאן אין די בלויע גענויגטע אמאליגע סווינג סטעיט, אויף די דעמאקראטישע זייט לויפט דזשויס קרעג, און אויף די רעפאבליקאנער זייט לויפט געוועזענע סענטארשע קעלי עיאט.

דאס איז די איינציגסטע ערענסטע גאווערנער פארמעסט דעם יאר, און רעפאבליקאנער עיאט האלט אן א גאר שמאלע אויבערהאנט לויט די עוורעדזש פון די אנקעטעס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כדי צו פארגרינגערן די טרעפיק אויפן סייט די נאכט פון די וואלן ביטע סעיוון די לינק דיירעקט צו די פארום.

🗳️אייוועלט וואלן רעזולטאטן הויפטקוואטיר🗳️

דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לעצט פארראכטן דורך בבקשה אום מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 9:56 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אלע סענעט פארמעסטען

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אלע הויז פארמעסטען.

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



לעצט פארראכטן דורך בבקשה אום דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 9:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »



אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13113
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

רעפאבליקאנער פליפן די נארדערן מעריאנע איילענד דעלעגאט נאך וואס דער אינקאמבענט דעמאקראט איז נישט געלאפן פאר ריעלעקשאן.

77.jpeg
77.jpeg (42.94 KiB) געזען 8100 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13113
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

רעפאבליקאנער דעלעגאט פון די גואם אינזל געווינט ריעלעקשאן.
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

עלעקשאן דעי!

די טאג איז דא, נאך חדשים (יארן) פון קאמפיינען איז היינט די גורל'דיגע טאג ווי אמעריקא וועט אויסוועלן איר פרעזידענט פאר די קומענדיגע 4 יאר, און דער זעלבע צייט זענען 33 סענאט זיצן און אלע 435 קאנגרעס זיצן אויפן וואגשאל.

די רעפובליקאנע פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ האט אפאר מאל דורכאויס זיין קאמפיין-טור אפגעהאלטן ראליס און די דעמאקראטישע פעסטונג ''ניו יארק'' ציענדיג נייגער פון איבער די לאנד איבער וואס זיין חשבון איז מיטן קאמפיינען דארט, געווינען גייט ער נישט - איז וואסזשע יא?

אסאך מהלכים איז דא עס מסביר צו זיין צו די סיבה איז ווייל ער וויל געווינען די פאפולער וואויט אדער וויל ער וויל אריינשטעכן אין די דעמאקראטן צו ווייזן ווס איך קען אנפילן און נ''י, אבער די שטערקסטע סיבה אן קיין צווייפל איז די קאנגרעס זיצן אין ניו יארק וואס זענען אין פלעי און אויף צרות אין א פרעזידענטאל עלעקשאן יאר.

ביי די 2022 מידטערם עלעקשאן האבן די רעפובליקאנער און ניו יארק -אנדערש ווי איבערן לאנד- געהאט א גוטע נאכט מיטן פליפן א שיינע פאר קאנגרעס זיצן, און מיט דעם געהאלפן די רעפובליקאנער איבער נעמען די קאנגרעס און טאקע מיט בלויז א שמאלע אויבערהאנט.

יעצט טראמפ ווייסט אז געווינען איז נישט אלעס, און מיט אסאך פלענער אויפן טיש דארף ער האבן די צוויי קאנגרעס טשעמבערס: די סענאט. און די קאנגרעס. די סענאט איז אויסגעשטעלט צו גיין פאר די רעפובליקאנער אפילו זיי האבן נישט די בעסטע נאכט אבער די קאנגרעס איז גארנישט אזוי איי איי - לויט די רעיטינגס פון די באקאנטע פירמעס זענען היפש אפאר טאסס-אפס און אפאר רעפובליקאנע זיצן ליגן און ''ליען דעמאקראטישע'' קאלום. און דריי דערפון זענען אין ניו יארק!

ניו יארק! איז לאמיר דורכלויפן וועלעכע ניו יארקע זיצן זענען אין פלעי פאר היינט נאכט און וואס עס זעהען די שאנסעס פאר די רעפובליקאנע אינקאמבענטס עס אנצוהאלטן און אזא יאר וואס עס גייען ארויסקומען פיל מער דעמאקראטוישע וויילער פראצענטואל ווי אין 2022 וואס קען צונעמען אפאר זיצן פון די רעפובליקאנער.


NY - 03

די זיץ איז געוועהן געהאלטן דורך טאם סואזי א דעמאקראט פון לאנג איילענד, און 2022 איז ער געלאפן פאר גאווערנער און איבערגעלאזט זיין זיץ אפן, און ראבערט זימערמאן איז געלאפן אלס דעמאקראט און קעגן אים איז דזשארזש סאנטאס געלאפן אלס רעפובליקאנער. לי זעלדין איז אריינגעקומען שטארק אין די לאנג איילענד אומגעגנט מיטשלעפענדיג דער נאקעל-קאפ סאנטאס, ער האט געווינען מיט 7% פון די שטימען אן ערך פון 20,000 וואויטס.

דער סענטאס האט מיעוס אנגעזעצט מיט זיינע שטותים און זיך געטראפן אינדרויסן א קנאפע יאר שפעטער און א ספעשאל עלעקשאן איז פארופן געווארען דורך גאווערנער האוקעל, סוואזי איז צוריקגעקומען צו לויפן פאר זיין אלטע זיץ און עס געוואנען מיט 13,000 וואוטס קעגן די אידישע מיידל פיליפס.

יעצט שטייענדיג אין 2024 נאך רידיסטרעקטינג און אלס אינקאמבענט איז סוואזי ערווארטעט צו געווינען לויט אלע רעיטינגס און עס בלייבט דעמאקראטיש.


NY - 04

זייט 1998 איז די זיץ געהאלטן געווארען דורך א דעמאקראט, ביז יעצט אין 2022 האט 'ענטאוני דעספאסיטאו' געפליפט די זיץ און עס געוואנען מיט 3% - 10,000 וואויטס, עס רויט מאכענדיג די ערשטע מאל און יארן.

יעצט שטייט ער אויס א שווערע פארמעסט קעגן די דעמאקראט 'גילען' - אינסייד פאולינג פון דעספאסיטאו ווייזט אז ער געווינט, און אינסייד פאולינג פון גילען ווייזט אז זי געווינט...
די איינציגסטע נארמאלע פאול איז ני''ט-סיענע ווייזט אז די דעמאקראט איז פאראויס מיט 12% און אלע באקאנטע רעיטינג פירמעס האבן עס ביי ליען אדער אפילו לייקלי דעמאקראט.


NY - 17


אונזער אלעמען באקאנטע פארמעסט, מען דארף נישט צופיל רעדן איבער עס - די ערווארטונג איז אז די רעפובליקאנער לאולער וועט עס מאכן, נאך וואס די רידיסטרעטינג האט אים נישט געטאטשט, און טאקע אלע האבן די רעיס ביי ליען רעפובליקען, חוץ דעסיזשען דעסק וואס האט עס אלס טאסס-אפ.



NY - 19


אויך א היימישע פארמעסט, און די לעצטע 20 יאר איז עס געגאנגען אהין און צוריק פון רעפובליקאנער צו דעמאקראטן און צוריק.

און 2018 האט עס ענטאניאו דעלעגאטאו געוואנען ארויסשטויסענדיג די אינקאמבענט רעפובליקאנער ''דזשאן פאסאו''. און 2020 האט ער געוואנען ווידערוויילונג, און גאנץ שטארק נאך אויך. נאכן ווערן געבעטן דורך גאווערנער האוקעל צו קומען דינען אלס איר לוטענענט גאווערנער - איז א ספעשאל עלעקשאן פארופן געווארען ווי אונזער באקאנטע פעט רייען (פאר רידיסטרעטינג) האט געוואנען מארק מילינאראו מיט 3000 שטימען און געווארן די קאנגרעסמאן פאר אפאר חדשים.

ביי די 2022 מידטערם עלעקשאן איז פעט רייען געגאנגען לויפן אין NY 18 און מארק מילינאראו איז נאכאמאל געלאפן אלס רעפובליקאנער ווען קעגן אים לויפט די דעמאקראט זשאש ריילי, מאלינאראו האט ביים ענדע ארויסגעצויגען א זיג פון 5000 שטימען.

יעצט אין 2024 איז עס א גאר טייט רעיס, ריילי לויפט נאכאמאל קעגן מאלינאראו, פאולינג ווייזן א נעק-טא-נעק פארמעסט און קוק פאליטיקעל האט עס אלס טאסס-אפ. אנדערע פירמעס האבן עס אלס טילט דעמאקראט.



NY - 22


די מערסטע נאכגעקוקטע קאנגרעס פארמעסט איבער ניו יארק! נאך וואס און די לעצטע פאר יאר האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין די מערסט טייטע רעיסעס, אזוי ווייט אז אין 2020 איז עס אראפגעקומען צו 110 וואויטס!

2022 איז נישט געוועהן אזוי אונטערשטעליג ווען די רעפובליקענער וויליאמס האט ארויסגעקוועטשט א געווינס מיט 1500 שטימען און עס האט גענומען אפאר וואכן צו באשטעטיגען זייענדיג די לעצטע רעיס צו ווערן גערופן אין די 2022 עלעקשאן סייקל.

יעצט אין 2024 לויפט וויליאמס פאר ווידערערוויילונג קעגן די דעמאקראט 'מעניאן', פאולס ווייזן א שמאלע פארמעסט אבער די דעמאקראט שטייט אביסל בעסער - אזוי אויך ביי די רעיטינגס האבן עס אלע ביי ליען דעמאקראט.


~~~~~~~~~~~~~~~~



יעצט פארשטיי מיר שוין אביסל פארוואס טראמפ האט געפילט פאר וויכטיג צו קאמפיינען אין ניו יארק, ווען א שיינע פאר קאנגרעס זיצן זענען ע''ט סטעי''ק.

טיים ווייל טעל, און היינט נאכט גיימיר האבן א שטיקל אנונג מי ומי ההולכים.
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13113
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די ערשטע קאנגרעס זיצן צו האלטן אן אויג היינט ביינאכט צו זעהן וויאזוי זאכן גייען איז אין ווירדזשיניע

ווירדזשיניע מאכט צו זייער שטים בודקעס 7:00.

זיצן צו קוקן אויף:

ווירדזשיניע 2'טע דיסטריקט, געווארן פארכאפט דורך די רעפאבליקאנער אין 2022, אויב דעמאקראטן באווייזן צו פארכאפן די דיסטריקט מיינט עס א חורבן פון א נאכט פאר רעפאבליקאנער.

ווירדזשיניע 7'טע דיסטריקט, דעמאקראט ספענבערגער האט ריטייערט פון די זיץ, רעפאבליקאנער האפן צו פארכאפן די זיץ, אויב וועלן זיי האבן סוקסעס וואקסט זייער שאנסן אנצוהאלטן קאנגרעס.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

NBC האט גערופן די סענאט פארמעסט אין אינדיאנע פאר דזשים בענקס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13801
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

בערני סאנדערס האט געוואונען ווידערוויילונג אין ווערמאנט.

ער וועט זיין 89 יאָר אַלט ווען זיין טערמין ענדיגט זיך.
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ווירדזשיניע סענאט ערשטע רעזולטאטן

.
Screenshot 2024-11-05 192128.png
Screenshot 2024-11-05 192128.png (24.98 KiB) געזען 6523 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13113
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ערשטע פליפ פאר די רעפאבליקאנער אין סענאט!

וועסט ווירדזשיניע רעפאבליקאנער סענאט קאנדידאט דזשים דזשאסטיס דערקלערט געווינער!

פאקס


די זיץ איז געהאלטן געווארן ביז יעצט דורך דעמאקראט געווארענער אינדעפענדענט דזשאו מענשין.
לעצט פארראכטן דורך ר' זעקל אום דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 7:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 13113
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: קעפיטאל היל און גאווערנאר וואל רעזולטאטן - 2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דעמאקראטישע גאווערנער קאנדידאט אין נארט קאראליינע שטיין דערקלערט געווינער קעגן סקאנדאל געפלאגטער מארק ראבינסאן

פאקס

געהאלטן געווארן ביז יעצט דורך דעמאקראט רוי קופער
שרייב תגובה

צוריק צו “וואלן רעזולטאטן”