דאס אומזעבארע געשריי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאכטאיש
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:59 pm
לאקאציע:אונטער די גרינינקע בוימעלעך

דאס אומזעבארע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכטאיש »

משה מיטן האמער
יענקל אין שמש קאמער
זיידי אין סאלאן
חזקי ווי טראמפ אויפן טראן
פזמון:
א געשריי אויף יונג און אלט
נישט קיין חילוק היץ אדער קאלט
ווער סוועט אנדערש ווי מיין וועג טראכטן
וועל איך אים מיט מיין מויל שטייף אפווארטן

מיט מיין ווייב אויפן טעלעפאון
ביים שפיל הויף אויפן מייקראפאון
נחום נאך א שווערן טאג
חיים נאך זיין קינדס קלאג
פזמון:
א געשריי אויף יונג און אלט
נישט קיין חילוק היץ אדער קאלט
ווער סוועט אנדערש ווי מיין וועג טראכטן
וועל איך אים מיט מיין מויל שטייף אפווארטן

חזקי ביים רויט לייט
יואלי ביים שמועס קייט
אפרים נאך זיין דאקטערס שמועס
דודי נאכן פארלירן זיין ליעס
פזמון:
א געשריי אויף יונג און אלט
נישט קיין חילוק היץ אדער קאלט
ווער סוועט אנדערש ווי מיין וועג טראכטן
וועל איך אים מיט מיין מויל שטייף אפווארטן

נאך א קאווע אויסגיס אויפן שויס
זען וויאזוי מיינע חלומות ווערן אויס
אוי א בלעטל פעלט פונעם ביכל
אופס א וואנילע נישט קיין שאקאלאד קיכל
פזמון:
א געשריי אויף יונג און אלט
נישט קיין חילוק היץ אדער קאלט
ווער סוועט אנדערש ווי מיין וועג טראכטן
וועל איך אים מיט מיין מויל שטייף אפווארטן
***
יענקעלעס תורה געשריי ווי קלאר און זיס
משהס הארץ צום קינד סגעשעט אן אויסגיס
חייםס דאווענען אויף אלע מעידשער קיס
אהה פונעם טאביק יוכ סגעשעט אזא היס
פזמון:
א געשריי ווי הארציג און גוט
א געשריי וואס גאט בארימט זיך דערמיט
א געשריי וואס טוען אלע הימלען שפאלטן
א געשריי וואס לאזט נישט גאט זיך באהאלטן

אפרים ביי והאר עינינו
יואלי ביי והכן פרנסתנו
חזקי ביי וטהר לבנו
זיידי ביי ואל תשלכנו
פזמון:
א געשריי ווי הארציג און גוט
א געשריי וואס גאט בארימט זיך דערמיט
א געשריי וואס טוען אלע הימלען שפאלטן
א געשריי וואס לאזט נישט גאט זיך באהאלטן

זלמן ביים טוען א באהאלטענע טובה
אהרן ביים מאכן א סעודת הודאה
סאטמאר שרייענדיג ביים פראטעסט אן מורא
יצחקס געשריי פארשטייענדיג א שטיקל תורה
פזמון:
א געשריי ווי הארציג און גוט
א געשריי וואס גאט בארימט זיך דערמיט
א געשריי וואס טוען אלע הימלען שפאלטן
א געשריי וואס לאזט נישט גאט זיך באהאלטן

ראטעווען א איד ווען זיין מצב איז אים ענג
בחורים ביים מאכן א חסידישע פארברענג
הצלה ביים לויפן צו א אידישע רוף
אהה כמעט פארגעסן פון מיין בעל תפילה ביי מוסיף
פזמון:
א געשריי ווי הארציג און גוט
א געשריי וואס גאט בארימט זיך דערמיט
א געשריי וואס טוען אלע הימלען שפאלטן
א געשריי וואס לאזט נישט גאט זיך באהאלטן.........
מ'טראכט ביינאכט וואס מ'חלומט בייטאג.
כן בקודש
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 9:42 pm

Re: דאס אומזעבארע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כן בקודש »

מלא טאלאנט!!!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: דאס אומזעבארע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

העעעעערליך!!
אוועטאר
ערד ציטערניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 9:42 pm

Re: דאס אומזעבארע געשריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד ציטערניש »

אינקרעדעבל! זעט אויס געשריבן אויף א ניגון.
וטהר לבינו לעבדך באמת

איטשע קלמן ביי של''ס - חלק ב' viewtopic.php?p=5526247#p5526247
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”