אונזערע קנעכט, די פאלעסטינער

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: אונזערע קנעכט, די פאלעסטינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 8:25 pm
(יעצט פארשטייט מען פארווואס אן עבד ווערט אנגערופן אין חז"ל אן עבד כנעני)

כמו שכתב רש"י בקידשין כב: אלא שכל עבדים נקראין על שם כנען משום דכתיב ביה עבד עבדים.
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: אונזערע קנעכט, די פאלעסטינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

א שטיק היסטאריע!
א שטיק תורה!
א שטיק הנאה!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אונזערע קנעכט, די פאלעסטינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:06 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:01 am
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 10:50 am

עס איז דא א שמועס אין די מפרשי רש"י איבער וואס רש"י ברענגט די גמרא אין סוטה לד. אויפ'ן פסוק 'וחברון שבע שנים נבנתה לפני צוען מצרים', 'אפשר אדם בונה בית לבנו קטן קודם לבנו גדול', וואס איז משמע אז חם האט עס שוין געהאט.

י"א אז עס איז א מחלוקת המדרשים, וי"א אז א חלק א"י איז יא געווען מתחילה בידי כנען.
וואס איז קשה? ער איז דאך געווען אן עבד, האט ער געדארפט בויען חברון פאר זיין האר איידער ער האט געבויעט זיין אייגענעם הויז. האדון יושב בתוך יריעה והעבד יושב בבית ארזים?..
א מחודש'דיגע מהלך.. אז חם האט גאר צוגעהאלפן כנען אין זיין עבדות.. אזוי נישט געשאלטענערהייט האט ער עס באקומען..

אבער פשטות משמעות הגמ' ליינט זיך אז חם האט געבויט חברון פאר כנענ'ס וועגן, און די קשיא איז ווי קען זיין אז ער האט ערשט באזארגט דעם יונגערן פאר דעם עלטערן.. אויב איז עס אלץ זיין עבדות וואלט עס נישט געווען אזא קשיא.
דער אבן עזרא שרייבט אויף והכנעני אז בארץ: "יתכן שארץ כנען תפשה כנען מיד אחר ואם איננו כן יש לו סוד והמשכיל ידום"

עיין באבי עזר ממש סוף פרשת וירא.
”נשמט מן פרשת לך לך אות א' .ולדידי נראה דרב מוכיח מן הגמרא כדעת אגדה דבחלקו של שם נפלה ועיין בחלק צ"א מה שהשיב גביהה בן פסיסא אל בני אפריקא עבד שקנה נכסים וכו' ארור כנען עבד עבדים ועיין מה שכתבתי בפרשת בראשית אות י"ט בענין הסוד ועתה תבין דברי הרב סודו".

יעצט דער אבי עזר קומט מסביר זיין דעם סוד, אבער לכאורה וואס ער זאגט איז אומפארשטענדליך, ספעציעל ווען דו קוקסט אין בראשית יט זעהט מען נישט עפעס וואס ער וויל צוצייכענען.
אבער דאס וואס איך האב פריער געשריבן, קען זיין פשט אינעם ווערטער זיינע. און דאס מיינט ער צושרייבן מיט עבד שקנה נכסים וכו‘. אז חם האט צוביסלעך פראבירט צוצונעמען ארץ ישראל דורך אויפבויען שטעט. שם האט דאס נישט געבאדערט ווייל עבד שקנה נכסים.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אונזערע קנעכט, די פאלעסטינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

מראה המקום האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:12 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 8:25 pm
(יעצט פארשטייט מען פארווואס אן עבד ווערט אנגערופן אין חז"ל אן עבד כנעני)

כמו שכתב רש"י בקידשין כב: אלא שכל עבדים נקראין על שם כנען משום דכתיב ביה עבד עבדים.
נישט געדענקט דעם רש”י בשעת דאס שרייבן. יישר כוח גדול פארן צוצייכענען.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אונזערע קנעכט, די פאלעסטינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 11:14 am
א שטיק היסטאריע!
א שטיק תורה!
א שטיק הנאה!
איך האלט שוין נאכן זיין סורפרייזט וויפיל ערענסטע תלמידי חכמים / יודעי ספר דרייען זיך דא. טייל מאהל פלאץ איך פון קנאת סופרים.

איך וועל דיר געבן א קורצע דוגמה. @מראה המקום האט נאכגעברענגט א רש”י פריער. איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי דאס אויפצוזיכן אין אוצר החכמה. דאס קומט פון לערנען.

איך וויל נישט באליידיגן אנדערע, אבער טראכטענדיג אריין, קומט מיר אריין אין מוח א ליסט פון ארום 10 אקטיווע (אדער סעמי) ניקס וועלכע איך וואלט גע‘חלש‘ט צו האבן א חברותא מיט זיי.

צו איז דא נייעס אויף דעם סייט? 100%
צו איז דא סתם פארברענגען אויף דעם סייט? 100%

אבער דאס גיבט צו צום געשמאק פון דעם ארט. ווי נאך אינעם כדור העולם קענסטו האבן העפטיגע טענה‘ריי איבער א רש”י, בשעת אן אשכול דערנעבן איז דא אן העפטיגע טענה‘ריי איבער טראמפ. יעדער געפינט זיך זיין ארט דא. זה בכה וזה בכה (מיט א חולם און נישט א קמץ...)
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: אונזערע קנעכט, די פאלעסטינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 7:23 am
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 5:09 am
@ממי_שאמרו סאו די פאלעסטינער זענען יא א פאלק?
לאל

יעדער מענטש שטאמט בעצם פון א פאלק. זיי טענה‘ן אז זיי שטאמען פון כנען (90% זיכער נישט אמת, די איבעריגע 10% אויך לכאורה נישט אמת), אויב אזוי זענען זיי עבדים...
פארוואס האט אברהם אבינו נישט געלאזט זיינע בהמות עסן?
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”