מנהגי קאסאן
אבער היינט האט זיך בית קאסאן צושפרייט בפרט אין נייע געגנטער ווי לינדען, הילקרעסט און לעיקוואד און הונדערטער מענטשן זענען געווארן אנטבלויזט צו מנהגי קאסאן.
די מנהגים און נוסחאות פון קאסאן קומט עפ”ר פון זידיטשוב און קאמארנא.
צומאל זענען די מנהגים אזעלכע וואס מאכן הייבן די אויגן ברעמען מיט וואונדער פון ווי עס קומט און פארוואס טוט מען אזוי.
איך וועל אנהייבן ברענגן מנהגים. ווער עס איז באהאוונט מיט די מקורות און טעמים זאל ביטע אריינקומען און מסביר זיין.