וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יא וואס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 8:58 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא וואס »

זייער איינגענעם צו ליינען.

למעשה קוקט אויס ווי איר האט נישט קיין פראבלעם מיט גילוי, נו קענט איר מקיים זיין הראיתיך בעיניך..

א חוץ אז איר האט נאך עפעס א מורא פון די לינקע כוליגאנען..
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

תגובה דורך גרינפעלד »

ריינע קדושה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:32 pm
נעקסט לעוועל, ביזסט זייער פיין!
ווען כ'בין בעל הבית פונעם מאגאזין, נעם איך דיך אלץ קאלומיניסט
האסט עכט א רייכע און ציענדע שפראך!
יישר כח
(וועלכע מאגאזין רעדסטו?)
להחיות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:18 pm
WOW WOW WOW!!!
א באזונדערע לייק פאר די קעפל
א שיינעם דאנק
לעצט פארראכטן דורך גרינפעלד אום דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

יא וואס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:49 pm
זייער איינגענעם צו ליינען.

למעשה קוקט אויס ווי איר האט נישט קיין פראבלעם מיט גילוי, נו קענט איר מקיים זיין הראיתיך בעיניך..

א חוץ אז איר האט נאך עפעס א מורא פון די לינקע כוליגאנען..
כ'גיי נישט שרייבן מיין נאמען דא אדערווייל, אבער ווער ס'וויל וויסן קען קומען אין אישי

נישט קיין סוד
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 6:25 pm
איך וואלט איבערגעטייטשט 'קאנסיסטענט' אלס 'נאכאנאנדיג', א ווארט וואס איז נישט אין באנוץ, עכ"פ מונדליך.

אולי זאגט מען דאס היינט 'שטאנדהאפטיג'?

---
האסט א פיינעם שריפט, גיי אן!
איך מיין אז היינט צוטאג נוצט מען אין אידיש פארדעם דאס ווארט "בקביעות"

אגב, יעצט באמערקט. דאס איז פיינע נייעס, @גרינפעלד קיפ איט אפ!
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

פריפיטשיק האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:16 pm

גערעכט
דאס איז וואס ווערט אסאך געניצט אין אידיש פאר קאנסיסטענט

יישר כח פארן קאמפלימענט
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
טרא_לא_לא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 12:24 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרא_לא_לא »

להחיות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:18 pm
WOW WOW WOW!!!
א באזונדערע לייק פאר די קעפל
נאר איך כאפ נישט?
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

טרא_לא_לא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:22 pm

וואס כאפסטו נישט?
ער האט הנאה געהאט פונעם קעפל פון די היינטיגע ארטיקל

פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

פריפיטשיק האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:16 pm
לכאורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 6:25 pm
איך וואלט איבערגעטייטשט 'קאנסיסטענט' אלס 'נאכאנאנדיג', א ווארט וואס איז נישט אין באנוץ, עכ"פ מונדליך.

אולי זאגט מען דאס היינט 'שטאנדהאפטיג'?

---
האסט א פיינעם שריפט, גיי אן!
איך מיין אז היינט צוטאג נוצט מען אין אידיש פארדעם דאס ווארט "בקביעות"

אגב, יעצט באמערקט. דאס איז פיינע נייעס, @גרינפעלד קיפ איט אפ!
קאנסעקווענט?
טרא_לא_לא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 12:24 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרא_לא_לא »

גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:23 pm
טרא_לא_לא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:22 pm
להחיות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:18 pm
WOW WOW WOW!!!
א באזונדערע לייק פאר די קעפל
נאר איך כאפ נישט?
וואס כאפסטו נישט?
ער האט הנאה געהאט פונעם קעפל פון די היינטיגע ארטיקל
איך כאפ נישט פשט פונעם קעפל
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

טרא_לא_לא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:31 pm

אויב נאכן ליינען די ארטיקל כאפסטו נישט די קעפל
דאן קום אין אישי און כ׳וועל דיר מסביר זיין בטוב טעם ודעת כפי מיטב יכולתי
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
אוועטאר
יא וואס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 8:58 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא וואס »

טרא_לא_לא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:31 pm
גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:23 pm
טרא_לא_לא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:22 pm
להחיות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:18 pm
WOW WOW WOW!!!
א באזונדערע לייק פאר די קעפל
נאר איך כאפ נישט?
וואס כאפסטו נישט?
ער האט הנאה געהאט פונעם קעפל פון די היינטיגע ארטיקל
איך כאפ נישט פשט פונעם קעפל
די נקיבה כפרה האט פאראורזאכט א רויטע שטראם..
אוועטאר
געזאגט און געטוהן
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:07 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזאגט און געטוהן »

@גרינפעלד דעיס איז פיינע הייסע ווארע

סתם פאר נייגעריגקייט האסט מיט גענומען עסן אדער אלעס גענומען פון דארט?
מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה... אהבת השי''ת
אוועטאר
העריס
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:59 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העריס »

*
מ'דארף זיין פריייייייליך 😃 😄

#בערקא העריס.
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

געזאגט און געטוהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 7:30 am
@גרינפעלד דעיס איז פיינע הייסע ווארע

סתם פאר נייגעריגקייט האסט מיט גענומען עסן אדער אלעס גענומען פון דארט?
ס׳דא פיל מיט אידישע געשעפטן דארט
מדארף גארנישט מיטנעמען
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

מיין מחשבה'לע #3 - האסט שוין צענומען דיין סוכה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

ברוך השם מ'האלט שוין ביים דריטן וועכנטליכן ארטיקל, דריי איז חזקה!...

גאר אסאך האב איך צוריקגעהערט פונעם ערשטן ארטיקל בנוגע "קאנסיסטענסי", אדער ווי געשריבן דארט "רעגלמעסיג", סיי בנוגע די שפראך - וויאזוי מ'זאגט עס אין לשון הקודש/אידיש, און אויך וועגן מיין נאטור וואס איז דאס פארקערטע פון קאנסיסטענט, ווי ערווענט.

די שטערקסטע קאמענטאר איז געווען פון א איד וואס פארשטייט צו תורת הנפש, און נאכ'ן מיך קאמפלימענטירן פאר'ן שיינעם ארטיקל זאגט ער, אז צווישן די שורות זעט אויס אז כ'בין נישט באקוועם מיט די נאטור וואס איך האב, ס'הייסט אז אויב קען איך מיך יעצט אויסוועלן מיינע נאטורן וואלט איך אויסגעקליבן יא צו זיין א קאנסיסטענט מענטש, יא צו זיין פונקטליך און טון אלעס מסודר מיט'ן זייגער, און לפי דבריו איז נישט גוט פאר'ן נפש צו לעבן מיט אזא מיינד-סעט, ס'איז נישט פראדוקטיוו און נישט געאייגנט צו האבן שטענדיג די פארגעפיל און פארוואורף אז 'כ'בין נישט גוט', 'א שאד כ'בין נישט אנדערש', און אדרבה, כ'דארף נעמען מיין נאטור אזוי ווי עס איז און ארבעטן דערמיט.

כ'האב אסאך געקלערט צי ס'איז יש דברים בגו, אסאך צייט האב איך פארברענגט מיט די מחשבות צי ס'איז אמת אז טיף אינעווייניג וואלט איך געוואלט זיין אנדערש, אבער לא עלתה בידי א קלארע ענטפער. אויבנאויף בין איך פרייליך און צופרידן מיט מיינע נאטורן, און אדרבה, דייקא דער נאטור בארייכערט מיינע שרייבווערק און לייגט צו א ספעציעלן געשמאק אינעם קאלום, ווי @פראקטיש האט געשריבן אין זיין דאנק נאטיץ צו מיין ערשטן ארטיקל:

"דיין יעצטיגער מאמר איז א קלאסישע ביישפיל ווי דייקא דיין גיסטע און דיין עמאציאנאלע אפנקייט, איז וואס מאכט דיין שרייבווערק אינטערעסאנט און ווערדפול. די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן. רעגלמעסיג-לאזע מענטשן רעדן בא'טעמ'טער, זינגען מער עמאציאנעל, שרייבן מער אפן און געווענליך האבן מער א קלארע וועג פון טראכטן ווייל זיי זענען נישט געבינדן צום דעת הקהל און צו די סטאטוס קווא".

כ'קען נישט מער ווי מסכים זיין צו וואס ער שרייבט, אבער אין די זעלבע צייט נישט פארלירן פאקוס אז דער ארטיקל דארף ארויסקומען יעדע וואך קאנסיסטענט, רעגלמעסיג, ערליך, נאכאנאנדיג, תמידי, ברציפות, אדער וויאזוי דו ווילסט עס רופן.

* * *

לעצטע וואך האב איך געשריבן עטליכע קרישקעלעך פון די ימים נוראים טעג, די עשרת ימי תשובה אין לאס אנדזשעלעס קאליפארניע, אלזא לאמיר ברענגען פאר אייך אביסעלע פון מיינע אבזערוואציעס אינעם הייליגן יום טוב סוכות.

לאמיר אנהייבן פונעם סוף: די גוטע נייעס איז, אז מיין סוכה איז שוין צענומען און פארפאקט!... איי וועסטו פרעגן: וואס איז די גרויסע חידוש, מ'האלט שוין באלד פיר וואכן נאך סוכות?! וועל איך אייך ענטפערן מיט צוויי קליינע אנעקדאטן פון יארע תשפ"ד.

אנעקדאט איינס: מוצאי שבת חנוכה ביי מלוה מלכה בבית אבי מורי שליט"א, צוזאמען מיט מיינע געטרייע ברידערלעך, האט מען געשפילט אזא סארט געים, אז לכבוד די אכט טעג פון חנוכה דארף יעדער זאגן עפעס א קרישקעלע אויף יעדע פון די אכט נומערן. מ'האט אנגעהויבן מיט נומער איינס, געגאנגען ארום דעם טיש און יעדער האט געזאגט עפעס א זאך אויף איינס; אנגעהויבן ביים עלטסטן און ארום דעם טיש אלע ברידער. (ביי נומער איינס האב איך געזאגט, אז 'איין' מאל האב איך געשריגן הויך און באוואשן מיין בעל הבית אין אפיס... ס'איז אינטערעסאנט ווייל כ'ארבעט ביי מיין ברודער, און ער איז געזעצן דארט... לשבחו יאמר, אז ביי יענעם אינצידענט האט ער פארשטאנען אז כ'האב געהאט א שווערן טאג און גארנישט צוריקגעענטפערט). אזוי איז מען געגאנגען נומער ביי נומער. ביי נומער דריי רוימט מיר אריין די רביצין אין אויער: "דריי חדשים וואס די סוכה שטייט שוין"... צופיל ברירות האב איך נישט געהאט און פארציילט הויך דעם חידוש אויף נומער דריי.

אנעקדאט צוויי: ווי געשריבן פארגאנגענע וואך בין איך מקושר קיין קערעסטיר, זייענדיג דער בעל תפילה דארט אין די ימים נוראים פאר עטליכע יאר. למעשה איז מיר אבער נישט אויסגעקומען צו זיין אין קערעסטיר ביים יארצייט טאג. לעצטע יאר איז דער יארצייט געפאלן אויף א שבת, און ס'איז אין מיר אריין א חשק צו פארן אויף דעם שבת קודש קיין קערעסטיר צו זיין דארט ביומא דהילולא קדישא. גלייך נאך פסח האב איך געשמועסט מיט די רביצין אז כ'האב חשק צו פארן, האט זי געזאגט אז אדרבה, כ'זאל פארן און פועל'ן אלעס גוטס, אבער איין זאך בעט זי, אז בעפאר איך פאר זאל די סוכה זיין צענומען...

היוצא לנו פון די צוויי אנעקדאטן, אז אויב מיין סוכה איז שוין צענומען פאר חצי חשון, איז עס א 'ביג דיעל' ווי מ'זאגט.

אבער אליבא דאמת איז עס פשוט.

ס'קומט מיר אויס איינמאל אין אפאר וואכן צו דאווענען ותיקין, על פי רוב איז עס ווייל כ'האב געהאט א ווייסע נאכט (אן אויסדרוק אויף א שלאפלאזע נאכט), אדער אמאל בין איך מאיזה סיבה אויף פרי, און נישט איינמאל האב איך געהאט וואס מ'פרעגט מיר "וואס זוכסטו דא אין בית המדרש אזוי פרי?"... און מיין דיפאולט ענטפער איז, אז כ'בין נישט קיין פונקטליכער מענטש. א מענטש וואס דאוונט יעדן טאג מיט די חצות מנין, איז בעצם א שטארק פונקטליכער מענטש, ער איז אפילו פרעדיקטעבל, מ'ווייסט אז דער דאוונט ביי חצות, אבער איך בין נישט קיין פונקטליכער, איז איינמאל ותיקין, אמאל ביי חצות, וויאזוי ס'איז אנגעשריבן אויף דעם טאג. און דאס זעלבע איז מיט מיין סוכה.

איז צוריק צו סוכות. די ערשטע טעג האבן מיר געפראוועט אינעם היימשטאט מאנסי, חול המועד האב איך געזוכט וואס צו טון - צוזאמען מיט כל אחינו בני ישראל היושבים בארץ ובגולה, און די צווייטע טעג האבן מיר געפראוועט אויף די בערג. א חשוב'ע קאנטרי האט מיך געדינגען צו זיין דער גבאי אויף די צווייטע טעג, וואס דאס נעמט אריין: פארקויפן די עליות, פירן די הקפות מיט די ניגונים, און אלעס ארום און ארום.

ס'איז שוין דאס צווייטע יאר וואס איך טו דאס, און כ'קען זאגן אז ס'ארבעט זיך מיר ב"ה פיין אויס, ס'איז זייער געשמאק און בא'טעמ'ט. כ'האב א ליסטע פון ניגונים אפגעשריבן - הקפה ניגונים, ניגונים מיט ווערטער, ווארעמע ניגונים, און מארשן.

ס'איז אינטערעסאנט צו זען וויאזוי מ'שרייבט אפ ניגונים אן די ווערטער, מ'שרייבט דאך נישט די נאטן, איז שרייבט מען עס אזוי:

(דא האסטו די ליסטע פון ניגונים וואס האבן בעצם נישט קיין ווערטער, און אלע ווערטער דא זענען בלויז סימנים, אדער פיוטים אויף וואס מ'זינגט געווענליך דעם ניגון. אסאך הצלחה צו אויסגעפינען וועלכע ניגונים דאס זענען, פאר סיי וועלכע פראגע רופט אין די ביזנעס שעות און לאזט א מעסעדזש...):

מי יתן לי אבר כיונה / הקפה תשמ״ב / כתר ניגון - רבינו (טאטי שיר המעלות) / הערט אויס ליבע אידן - 2 / טובים מאורות / הערט אויס ליבע אידן / כי רוצה ה׳ / שכון כמאז (געלדצעהלער) / אז ביום השביעי / שמרו שבתותי / רננו צדיקים / ספינקא ניגון / וויזניץ שבועות ניגון (רבי רבי רבי) / אלקים יסעדנו / לימנובער רב / במוצאי - חב״ד / זעקסטע הקפה / דער רבי זאל לעבן / חדש ששוני / ונהיה אנחנו - פאפא / סקווירא הקפה ניגון / שנים אוחזים (טאטי) / שישו ושמחו - וויזניץ / וויזניץ הקפה / יתגדל ויתקדש / אין עוד מלבדו - ויאתיו - דרור יקרא / הקפה תשכ״ב

זייט מיר געזונט מיינע ברידער!

(כ'האב שטארק הנאה פון יעדע סארט פיעדבעק, ספעציעל קריטיק. האלט אייך נישט צוריק פון מגיב זיין, קאמענטירן, ברבים אדער אין אישי,
צו באקומען דעם ארטיקל וועכנטליך שיקט אן אימעיל צו: [email protected] )

מיין מחשבה'לע - #3.pdf
(251.78 KiB) געווארן דאונלאודעד 4 מאל
לעצט פארראכטן דורך גרינפעלד אום דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 2:44 pm

צוקער זיס יעדעס ווארט, ספעציעל די קאמפלימענט געריכטעט אין מיין ריכטונג...
גם כי אלך
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:32 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם כי אלך »

די ביסט פיינע נייעס
מיר געמאכט לאכן א שיינע פאר מאל
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך מעג נאך קאמענטירן אויף די צווייטע ארטיקל?

ביי די עלעקשאנס איז געווען א איד פון ארץ ישראל וואס האט געוואלט קלייבן, ער האט געפרעגט צו ער מעג קלייבן, גיין נאך געלט פארוואס נישט?

ניין ער וויל קלייבן אין די בחירות...

בוחר זיין איז אויסקלויבן, טשאלמער שפראך קלייבן...

ער האט פארשטייטצעך געוואלט אויסקלייבן טראַמפ...

איך האב אים געזאגט, דו זאלסט דיך נישט וואגן צו קלייבן ווייל טראַמפ וועט דיר ארויסווארפן פון אמעריקא צוזאמען מיט אלע וואס מאכן עלעקשאן פראוד...
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

תרמב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 4:33 pm
איך מעג נאך קאמענטירן אויף די צווייטע ארטיקל?

ביי די עלעקשאנס איז געווען א איד פון ארץ ישראל וואס האט געוואלט קלייבן, ער האט געפרעגט צו ער מעג קלייבן, גיין נאך געלט פארוואס נישט?

ניין ער וויל קלייבן אין די בחירות...

בוחר זיין איז אויסקלויבן, טשאלמער שפראך קלייבן...

ער האט פארשטייטצעך געוואלט אויסקלייבן טראַמפ...

איך האב אים געזאגט, דו זאלסט דיך נישט וואגן צו קלייבן ווייל טראַמפ וועט דיר ארויסווארפן פון אמעריקא צוזאמען מיט אלע וואס מאכן עלעקשאן פראוד...
גוט גוט
איז וואס א חילוק אין שפראך צווישן קלויבן און אויסוועלן?
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

דאס דארפסטו פרעגן דעם משולח, איך גיי אים נישט פרעגן ווייל איך האב מורא אז ער גייט מיר קלייבן נדבות...

בנוגע דעם דריטן ארטיקל, האב איך אמאל געזעהן אזא צעטל פון ניגונים ארויסגעפאלן פון איינעמס טאש, איז געשטאנען דארט צווישן די ניגונים, וקרב פזורינו, טוב לי תורת פיך, ז*** ל*** שיק מיר א קישקע...

אן די שטערנדלעך איז עס געשטאנען...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”