וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

#1

ברוכים הבאים צו מיין וועכנטליכע קאלום.

וואס, וואו, ווען, פארוואס? וואס איז דער ציל?

די אלע שאלות און קושיות האב איך אויך, אבער לאמיך דערציילן דברים כהוייתן. געווען איז עס מאנטאג פאר ראש השנה, האלב צוויי ביינאכט, כ'בין געווען אין בית המדרש אור חיים - הנקרא שיינער'ס, כ'האב געהאלטן נאך סליחות און פאר מעריב (היינטיגע יונגעלייט זאגן סליחות ביינאכט, וואו האט מען דאס געזען אינדערהיים... עניוועי), איז געווען א איד וואס איז געגאנגען נאך געלט, ער קומט צו צו מיר מיט עפעס אזא סארט קרעדיט קארטל און פרעגט מיר 'דו האסט שוין געזען אמאל דאס קארטל?'... א דערשראקענער ענטפער איך א שוואכע ניין, און ער איז ממשיך: "דאס איז א קארטל וואס מ'טיילט אויס פאר משפחות אין ארץ ישראל, איינצוקויפן יעדע וואך אויף שבת"... און אזוי ווייטער און ווייטער. דער איד האט באקומען פון מיר אכצן טאלער, דאכצעך.

למעשה האט געדויערט נאך א שיינע פאר מינוט ביז ס'איז געווארן מנין פאר מעריב (די חברה פון סליחות האבן שוין געהאט געדאוונט פון פארדעם), און דער גבאי צדקה האט ממשיך געווען מיט די שאלה "דו האסט שוין געזען אמאל דאס קארטל?" צום נעקסטן איד, און אזוי איז ער געגאנגען איינער ביי איינער, געפרעגט די כאריזמאטישע שאלה, געכאפט יענעמ'ס אטענטשאן, און באקומען א מאך מיט די הענט אדער א נתינה. איינע פון די אידן איז געווען אן ארץ ישראל'דיגער אפשטאמיגער און ער האט מחליט געווען צו נעמען דעם גבאי צדקה אויף א פארהער צו זען צי ער פארקויפט נישט קיין לאקשן. כ'האב נישט געהערט די גאנצע שמועס, אבער אויף אלעם האט ער געהאט ענטפערס, איז זעט אויס אז ס'איז יש דברים בגו.

על כל פנים האט זיך פארצויגן א שמועס צווישן דער גבאי צדקה מיט דעם איד וועגן פרנסות בכלל פאר אידן אין ארץ ישראל, די עקאנאמיע אין ארץ ישראל וכו', און דא איז געקומען די 'ליין' וואס האט מיך געכאפט. דער איד זאגט אים: "איך שרייב אסאך אין מיין קאלום אין די משפחה מאגאזין, וועגן דער חילוק צווישן די לעבנס קאסטן פון בני ארץ ישראל און די בני ארצות הברית". און איך טראכט צו מיר: 'וואו שרייב איך וואס איך טראכט?'... אויב למשל וויל איך מיטטיילן מיט'ן ציבור עפעס א געדאנק אויף שלום בית, וואו שרייב איך עס?...

איז כדי צו ענטפערן די שווערע שאלה, האב איך מחליט געווען, אז יהיה מה שיהיה, איך שרייב אויך א וועכנטליכע קאלום! איי וועלכע אויסגאבע גייט מיך נעמען? דאס לאז איך שוין פאר'ן אויבערשטן. בסייעתא דשמיא גיי איך שרייבן א וועכנטליכע קאלום, עס מפרסם זיין דא און דארט, און מיר וועלן זען וויאזוי זאכן וועלן זיך פירן.

איין גרויסע פראבלעם האב איך אבער מיט'ן שרייבן אזא קאלום, דער פראבלעם הייסט "קאנסיסטענסי", אז כדי צו אריינפאסן אין די טערמין פון "וועכנטליכע קאלום" מוז דאס זיין "וועכנטליך", און די צייט לויפט אפגעזען צי איך בין די וואך אין די גיסטע פון שרייבן אדער נישט, און פאר די וואס קענען מיך אביסל ווייסן אז איך דאוון נישט יעדן טאג אין די זעלבע מנין, כ'קויף נישט איין יעדע וואך אין די זעלבע גראסערי, דאכט זיך אז כ'האב נאכנישט געלערנט מיט מיין חברותא צוויי טעג אין א צי אין די זעלבע צייט; אויב קאנסיסטענט איז אויף צפון, בין איך אויף דרום.

איז וויאזוי געבט מען זיך אן עצה דא? כ'ווייס נישט... א גוטע קשיא! אבער כ'וויל נישט לאזן דעם נאטור מיך אפהאלטן פון שרייבן דעם קאלום, אלזא נעם איך א טשאלענדזש פון אכט וואכן ארויסגעבן וועכנטליך דעם קאלום בס"ד, און נאך אכט וואכן וועט מען ריקאנסידערן, אדער אין אידיש: פון פריש אנאליזירן און אפמאכן פונדאסניי אויב כ'זאל אנהאלטן און גיין ווייטער דערמיט. אבער אויף ביזדערווייל גייט מען ווייטער אנע תירוצים, אכט וואכן קאנסיסטענט.

איינע פון די זאכן וואס כ'גלייך שטארק איז 'שפראך', און ספעציעל וויאזוי מ'זאגט א ווארט פון איין שפראך אויף די אנדערע שפראך. די שפראכן וואס איך קען זענען אידיש, לשון הקודש און ענגליש. (אין לשון הקודש זעלבסט, איז דא די חילוקים צווישן אריגינעלע לשון הקודש - 'די הייליגע שפראך', און להבדיל עברית וואס איז פארדרייט, אבער האט אויך ווערטער פאר אלע היינטיגע מושגים וואס האבן נישט געהאט ווערטער אמאל ווען די זאכן האבן נאכנישט עקזיסטירט).

איז לענינינו, וואס איז דאס אידישע ווארט פאר "קאנסיסטענט"? לכאורה איז עס די ווארט 'רעגלמעסיג', און אויף לשון הקודש איז עס 'תמיד'. זע אין רש"י אנהייב פרשת תצוה אז תמיד האט צוויי מיינונגען; 1. 'אייביג', אזוי ווי ס'שטייט 'תמיד' ביי די לחם הפנים וואס איז געווען אייביג, יעדן איינציגן טאג און 24 שעה א טאג. 2. 'רעגלמעסיג', אזוי ווי דער קרבן 'תמיד' וואס מ'האט מקריב געווען יעדן טאג, און אזוי ווי די מנורה וואס מ'האט געצינדן יעדן טאג. (אנדערע ווילן זאגן אז די ווארט אין אידיש פאר קאנסיסטענט איז 'ערליך', צום ביישפיל 'משה קומט אריין ניין אזייגער ערליך יעדן טאג צום ארבעט, ויש לעיין).

על כל פנים, כ'וועל מיך שטעלן דא פאר די וואך, צום ווידערזען קומענדיגע וואך בס"ד.

מיין מחשבה'לע - #1.pdf
(179.11 KiB) געווארן דאונלאודעד 30 מאל
לעצט פארראכטן דורך גרינפעלד אום דינסטאג אקטאבער 29, 2024 8:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
גם כי אלך
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:32 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם כי אלך »

Cant wait
דיין שריפט איז געוואלדיג
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29861
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך וואלט איבערגעטייטשט 'קאנסיסטענט' אלס 'נאכאנאנדיג', א ווארט וואס איז נישט אין באנוץ, עכ"פ מונדליך.

אולי זאגט מען דאס היינט 'שטאנדהאפטיג'?

---
האסט א פיינעם שריפט, גיי אן!
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

געשמאקע שפראך!
אבער שטעל זיך פאר אזא קורצע קאלום אין א מאגאזין....
פון גוטע שרייבערס דארפן מיר לאנגע ארטיקלען....
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

זייער א שיינע'ר פתיחה. בעז"ה זאל עס טאקע אנהאלטן וועכנטליך מיט שיינע געדאנקען כיד ה' הטובה עליך.

ביי מעריב "קל חי וקים תמיד ימלוך עלינו לעולם ועד", אין רוב מקומות איז די נוסח "קל חי וקים, תמיד ימלוך עלינו לעולם ועד", אפטייטשנדיג "תמיד" ווי נומער 2, און "לעולם ועד" איז ווי נומער 1.
אין אנדערע מקומות איז די נוסח "קל חי וקים תמיד", דהיינו ווי נומער 1 - ה' איז קיים אייביג, "ימלוך עלינו לעולם ועד" אויך ווי נומער 1 - ה' וועט קעניגן אייביג.
אוועטאר
מקדש שביעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 7:00 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקדש שביעי »

געשמאק ! אין תוכן'דיג!

-סאיז צו אונזער האפן זאלסט עס אנהאלטן מיט א שטאנדהאפטיגקייט.

-זייער פיין געשריבן!
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9575
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הערליך, סובסקרייבד.

אגב דו האסט מסתם ארייגעבאמפט אין רפאל וואהל, ווייל איך האב פונקט געזעהן אין די מאמענט פון אים אן ארטיקל ווי ער שרייבט עפעס וועגן דאווענען אין שיינערס און ווי אויך אז ער האט א קאלום אין די משפחה, און ער קומט פון ארץ ישראל, סאו אלע דעטאלן שטימען.

און בנוגע קאנסיסטענט, מ'קען מגייר זיין דעם ווארט קיין אידיש אריין, בעסער ווי שרייבן נאכאנאנדיג.
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

הייסע פעפער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 6:29 pm
געשמאקע שפראך!
אבער שטעל זיך פאר אזא קורצע קאלום אין א מאגאזין....
פון גוטע שרייבערס דארפן מיר לאנגע ארטיקלען....
יישר כח פאר אלע וואס באדאנקען און לייקן
לגבי די לענג ביסטו גערעכט

ארטיקל #2 איז שוין גרייט ב״ה און איז שוין צוריק פונעם מגיה
ס׳איז בערך דאפעלט אזוי לאנג ווי די ארטיקל

איז שטייטס געשפאנט ווי מ׳זאגט
לעצט פארראכטן דורך גרינפעלד אום דינסטאג אקטאבער 29, 2024 9:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

תרמב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 8:32 pm
הערליך, סובסקרייבד.

אגב דו האסט מסתם ארייגעבאמפט אין רפאל וואהל, ווייל איך האב פונקט געזעהן אין די מאמענט פון אים אן ארטיקל ווי ער שרייבט עפעס וועגן דאווענען אין שיינערס און ווי אויך אז ער האט א קאלום אין די משפחה, און ער קומט פון ארץ ישראל, סאו אלע דעטאלן שטימען.

און בנוגע קאנסיסטענט, מ'קען מגייר זיין דעם ווארט קיין אידיש אריין, בעסער ווי שרייבן נאכאנאנדיג.
אסאך האבן מיר אנגעצייכנט אז ס׳איז ער
דארף איינער נאר קאנפירמען מיט אים
העט ער וויסן אז סקומט אים די שקויעך
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 6:25 pm
איך וואלט איבערגעטייטשט 'קאנסיסטענט' אלס 'נאכאנאנדיג', א ווארט וואס איז נישט אין באנוץ, עכ"פ מונדליך.

אולי זאגט מען דאס היינט 'שטאנדהאפטיג'?

---
האסט א פיינעם שריפט, גיי אן!
וואס מיינט מונדליך?

זרח פון לעמבערג
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2024 2:23 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זרח פון לעמבערג »

תרמב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 8:32 pm
הערליך, סובסקרייבד.

אגב דו האסט מסתם ארייגעבאמפט אין רפאל וואהל, ווייל איך האב פונקט געזעהן אין די מאמענט פון אים אן ארטיקל ווי ער שרייבט עפעס וועגן דאווענען אין שיינערס און ווי אויך אז ער האט א קאלום אין די משפחה, און ער קומט פון ארץ ישראל, סאו אלע דעטאלן שטימען.

און בנוגע קאנסיסטענט, מ'קען מגייר זיין דעם ווארט קיין אידיש אריין, בעסער ווי שרייבן נאכאנאנדיג.
אוודאי איז עס ער. ער איז אויסגערופן אין א''י אלס דער וואס טראגט דעם פאן פון שרייבן איבער די חילוק אין עקאנאמיע צווישן די חרדישע ציבור אין א''י און חו''ל. עס איז %100 ער.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3442
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

תרמב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 8:32 pm
הערליך, סובסקרייבד.

אגב דו האסט מסתם ארייגעבאמפט אין רפאל וואהל, ווייל איך האב פונקט געזעהן אין די מאמענט פון אים אן ארטיקל ווי ער שרייבט עפעס וועגן דאווענען אין שיינערס און ווי אויך אז ער האט א קאלום אין די משפחה, און ער קומט פון ארץ ישראל, סאו אלע דעטאלן שטימען.
געטראכט די זעלבע
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

קענט וועיט!
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

לכאורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 6:25 pm
איך וואלט איבערגעטייטשט 'קאנסיסטענט' אלס 'נאכאנאנדיג', א ווארט וואס איז נישט אין באנוץ, עכ"פ מונדליך.

אולי זאגט מען דאס היינט 'שטאנדהאפטיג'?

---
האסט א פיינעם שריפט, גיי אן!
איך מיין נאכאנאנדיג איז continuous
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צו דיר רבי @גרינפעלד , איך לויב אויס דיין דרייסטקייט, אנערקען דיין שריפט טאלאנט, אידענטיפיציר מיך מיט ליב האבן ווערטער און שפראך, שפיר מיט די געראנגל הנקרא 'קאנסיטענסי' און פארשטיי די דראנג ארויס צו געבן מיינונגען.

איך וויל דיך נישט צוברעכן איצט ווען דו נעמסט דיך פאר אין פובליק צו פארשמעלערן דיין אפאזיציע צו 'רעגלמעסיקייט', ספעציעל ווען דו האפסט אז דאס וועט דיך פירן צו א פרנסה קלה ונקיה.

אבער, טאקע דיין איצטיגע תגובה אין דעם אשכול איז א קלאסישע ביישפיל ווי דייקא דיין גיסטע און דיין עמציאנאלע אפנקייט איז וואס מאכט דיין שרייבווערק אינטערסאנט און ווערטפול. די וועלכע זענען קאנסיסטענט זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.

רעגלמעסיג-לאזע מענטשן רעדן באטעמטער, זינגען מער עמאציאנעל, שרייבן מער אפן און געווענליך האבן מער א קלארער וועג פון טראכטן ווייל זיי זענען נישט געבינדן צו דעת הקהל און צו די סטאטוס קווא.

למעשה איז די וועלט יא מוגבל במקום ובזמן, דעריבער 'מוז' מען זיך צו דעם צושטעלן במידה מה מצליח צו זיין.

ומכן הקריאה יוצאת, אמת אז ספרי מוסר ברענגן ווען מ'וויל זיך טוישן א מדה דארף מען עס קודם בייגן קאמפלעט אויף די פארקערטע זייט עס אויסצורייסן און דערנאך עס צוריק ברענגען צום דרך הממוצע אָבער גיב אכט ווייל דיין חן און געשמאק ליגט דייקא אין דיין ראולערקאוסטער'עבילטי פון דיין גיסטע וואס אנדערע פארמאגן נישט.

שפאן פאראויס אבער פארפאטשקע נישט דיין אייגנארטיקייט.

הצלחה רבה

(סובסקרייבד)
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום מיטוואך אקטאבער 30, 2024 10:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 1:50 am
לכאורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 29, 2024 6:25 pm
איך וואלט איבערגעטייטשט 'קאנסיסטענט' אלס 'נאכאנאנדיג', א ווארט וואס איז נישט אין באנוץ, עכ"פ מונדליך.

אולי זאגט מען דאס היינט 'שטאנדהאפטיג'?

---
האסט א פיינעם שריפט, גיי אן!
וואס מיינט מונדליך?
ניצענדיג די מויל
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
יא וואס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 8:58 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא וואס »

שיינער מעשהַ :)

סובסקרייבט.
גרינע שיך
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:28 pm
לאקאציע:Home sweet Home

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע שיך »

Thank you for this literature!!

ווערי וועטי נייס
ברודערקע געדענקט!
-ה ה אל רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת-
לאוו יאו.
טרא_לא_לא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 12:24 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרא_לא_לא »

זייער רייך געשריבען!

#סובסקרייבד
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
צו דיר רבי @גרינפעלד , איך לויב אויס דיין דרייסטקייט, אנערקען דיין שריפט טאלאנט, אידענטיפיציר מיך מיט ליב האבן ווערטער און שפראך, שפיר מיט די געראנגל הנקרא 'קאנסיטענסי' און פארשטיי די דראנג ארויס צו געבן מיינונגען.

איך וויל דיך נישט צוברעכן איצט ווען דו נעמסט דיך פאר אין פובליק צו פארשמעלערן דיין אפאזיציע צו 'רעגלמעסיקייט', ספעציעל ווען דו האפסט אז דאס וועט דיך פירן צו א פרנסה קלה ונקיה.

אבער, טאקע דיין איצטיגע תגובה אין דעם אשכול איז א קלאסישע ביישפיל ווי דייקא דיין גיסטע און דיין עמציאנאלע אפנקייט איז וואס מאכט דיין שרייבווערק אינטערסאנט און ווערטפול. די וועלכע זענען קאנסיסטענט זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.

רעגלמעסיג-לאזע מענטשן רעדן באטעמטער, זינגען מער עמאציאנעל, שרייבן מער אפן און געווענליך האבן מער א קלארער וועג פון טראכטן ווייל זיי זענען נישט געבינדן צו דעת הקהל און צו די סטאטוס קווא.

למעשה איז די וועלט יא מוגבל במקום ובזמן, דעריבער 'מוז' מען זיך צו דעם צושטעלן במידה מה מצליח צו זיין.

ומכן הקריאה יוצאת, אמת אז ספרי מוסר ברענגן ווען מ'וויל זיך טוישן א מדה דארף מען עס קודם בייגן קאמפלעט אויף די פארקערטע זייט עס אויסצורייסן און דערנאך עס צוריק ברענגען צום דרך הממוצע אָבער גיב אכט ווייל דיין חן און געשמאק ליגט דייקא אין דיין ראולערקאוסטער'עבילטי פון דיין גיסטע וואס אנדערע פארמאגן נישט.

שפאן פאראויס אבער פארפאטשקע נישט דיין אייגנארטיקייט.

הצלחה רבה

(סובסקרייבד)
יישר כח פאר דיינע קלארע און אויפריכטיגע רייד

און דיין שריפט איז זיס ווי האניג

מיטן ליינען דיינע ווערטער זעט אויס אז דו קענסט מיך אין ריעל לייף, אויב קענסטו מיך נישט ביסטו א גאון און אפלערנען א מענטש

לגבי די עצם נושא
צו מ׳וויל צו נישט, כדאי צו זיין א מוצלח׳דיגע און פראדאקטיווע מענטש סיי ברוחניות און סיי בגשמיות מוז מען זיין קאנסיסטענט אויף א געוווסע שטאפל,
דאווענען דריי מאל א טאג, אריינגיין אין ארבעט יעדן טאג, אפילו איינער וואס האט נישט א 9-5 ארבעט מוז אויך זיין קאנסיסטענט מוט זיין סערוויס וכו׳, אז נישט איז ער אויט אויף ביזנעס

נאר וואס דען, דער אומ-רעגלמעסיגער נאטור וועט אויספיגערן וויאזוי צו זיין נישט רעגלמעסיג אין א רעגלמעסיגער פרעים, דהיינו, למשל יעצט אז כדארף שרייבן וועכענטליך דעם ארטיקל, וויל איך עס נישט שרייבן יעדע זונטאג פון 3 ביז 4, נאך איינמאל 7 צופרי מיט די קאווע, איינמאל 12:30 ביינאכט, וכדומה, און אדרבה ס׳איז אן אחריות אז ס׳מוז געשען אבער ס׳נעמט נישט אוועק די נאטור פון אומ-רעגלמעסיג.

און סתם צו שטעלן די פאקטן קלאר, איך האב ב״ה א געהעריגע ארבעט אין א אפיס און שרייבן איז נישט וואס איך טו לצורך פרנסה לעת עתה

עניוועי,
שקויעך פאר דיין שיינע תגובה
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 12:57 pm

איך בין נישט קיין גאון, אבער איך האב מיך היבש געטראפן אין דיין תגובה.

חזק ואמץ
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

ווער ס'וויל באקומען די קאלום וועכענטליך אין אימעיל קען מיר שיקן זיין אימעיל אדרעס אין אישי אדער ביים אימעיל אציע פון מיין ניק
אדער שיק אן אימעיל צו:
[email protected]
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
גרינפעלד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 24, 2021 2:53 am

מיין מחשבה'לע #2: על אפם ועל חמתם פון די לינקע גרופעס, א רויטע שטראם אין קאליפארניע, אבער פארוואס א נקיבה?...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינפעלד »

על אפם ועל חמתם פון די לינקע גרופעס, א רויטע שטראם אין קאליפארניע, אבער פארוואס א נקיבה?...

א גוטן צו אייך מיינע חשוב'ע ליינער צום צווייטן וועכנטליכן קאלום.

וויפיל דארף צו זיין די לענג פון א וועכנטליכע ארטיקל ס'זאל פארמאגן גענוג חומר צו ליינען אבער נישט זיין צו לאנג? לכאורה ערגעץ צווישן 5,000 און 8,000 קערעקטערס ('קערעקטערס' איז א שרייבערישע מושג אויף קיעבאורד קלאפעס - יעדע קלאפ, יעדע אות, יעדע ספעיס, איז א קערעקטער). על כל פנים, איך פרוביר צו שרייבן אין די געגנט פון 6,000 קערעקטערס פער ארטיקל.

* * *

מיר שטייען שוין אנהייב ווינטער, אין חודש חשון, און ווי ס'שטייט אין די ספרים אז דער נאמען פון די חודש נאך תשרי איז 'מרחשון' וואס איז א רמז צו 'רחושי מרחשין', וואס מיינט אז די ליפן מורמלען נאך, די מויל רעדט נאך, פון די הייליגע געהויבענע חודש תשרי וואס כלל ישראל האט געפראוועט, מ'איז נאך אונטער'ן איינפלוס פון די תפילות, תחינות, סעודות, מעמדים, הנהגות און הקפות וואס מיר האבן אפגעראכטן אינעם פארגאנגענעם חודש תשרי.

צו פארציילן וועגן חודש תשרי תשפ"ה העבר עלינו לטובה, קען איך שרייבן אסאך, אבער לאמיר שרייבן אפאר אינטערעסאנטע קרישקעלעך און מחשבה'לעך וואס קומען מיר יעצט ארויף אויפ'ן געדאנק.

צום אלעם ערשט, די ימים נוראים - ראש השנה און יום הקדוש - עוד מימי ילדותי, ווען מ'רעדט פון די הייליגע טעג גייט עס סינאנים מיט זיין א שליח ציבור. מיין טאטע זאל זיין געזונט איז א בעל תפילה ימים נוראים אלע יארן צו גוטן, און פון ווען איך האב חתונה געהאט האב איך נישט געוואוסט פון עפעס אנדערש נאר אז ראש השנה און יום כיפור דאוונט מען פאר'ן עמוד.

אבער ווי די מעשה גייט, אז איינער איז אויפגעשטאנען איין טאג און געזאגט פאר'ן ווייב אז ער האט זיך גע'חלום'ט אז ער דארף ווערן א רבי, זאגט זי אים: "אלעס פיין און וואויל, דארפסט אבער ווארטן אז די חסידים זאלן אויך חלומ'ען און זיי זאלן קומען"... אבער ב"ה ביי מיר האבן די חסידים זיך אויך גע'חלומ'ט. כ'געדענק נישט צי שוין ממש אין שנה ראשונה, צי א יאר שפעטער, אבער נישט צופיל נאך די חתונה האט מען מיר שוין גערופן דאווענען ערגעץ אויף ראש השנה און יום כיפור.

מה' מצעדי גבר כוננו, יום כיפור תשע"ט בין איך געווען אין די שטעטעלע קערעסטיר. מיר זענען ארויסגעפארן מוצאי ראש השנה קיין אוקריינע, שבת שובה געפראוועט אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב, און יום כיפור אין באדראג-קערעסטיר. ס'איז געווען פאר מיר אן אינטערעסאנטע און דערהויבענע עקספיריענס (אידיש: ערפארונג).

איבעראיאר, אויף יום כיפור תש"פ, זענען מיר נאכאמאל געפארן. דאסמאל זענען מיר געווען אויף שבת שובה אין דינוב, און זונטאג צופרי זייענדיג אין דינוב באקום איך א טעלעפאון רוף פון א פרעמדע נומער, יענער אויף די אנדערע זייט שטעלט זיך פאר אלס 'משה יוסף פריעדלאנדער פון קערעסטיר'. "ביסט דא אין יוראפ?" וויל ער וויסן, און נאכ'ן ענטפערן פאזיטיוו זאגט ער: "איך זוך א בעל תפילה פאר יום כיפור, דו קענסט דאווענען?"... און ווי מ'זאגט 'די רעסט איז היסטארי'. ברוך השם אז כ'האב געהאט די זכי' צו מעורר זיין און זיין דער שליח ציבור יום כיפור אין קערעסטיר פאר 5 יאר, און עטליכע יאר דערפון אויך אויף ראש השנה, דער אויבערשטער זאל מיר געבן ווייטער געזונט און כוחות עוד רבות בשנים.

היי יאר משום סיבות האב איך נישט געקענט אונטערנעמען א נסיעה קיין יוראפ, און כ'האב מיך געגרייט צו פראווענען די ימים נוראים דא אין מאנסי אלס ציווילער בירגער, אבער מה עשה הקב"ה, אפאר וואכן פאר ראש השנה באקום איך א רוף פון א איד, ער רופט בשם הרב שוחט - דער רב פון קהל חסידים אין לאס אנדזשעלעס, און ער וויל וויסן אויב כ'בין אוועילעבל צו אראפפארן קיין לאס אנדזשעלעס צו זיין דער בעל תפילה אויף ראש השנה און יום כיפור.
כ'האב גערופן מיין רב פרעגן און ער האט מיך שטארק צוגעשטופט דערצו. (יא, יעדע גרעסערע זאך רעד איך מיך דורך מיט דעת תורה). כ'האב אפגעשמועסט א פרייז מיט'ן רב פון קהל חסידים און בסייעתא דשמיא געמאכט טיקעטס קיין קאליפארניע.

יעצט מיט א בליק אויף צוריק כאפ איך די געוואלדיגע השגחה פרטית וויאזוי דער אפפער איז אנגעקומען צו מיר. דער רב פון לאס אנדזשעלעס האט געפרעגט איינעם פון מאנסי; יענער האט געפרעגט זיין חבר; דער חבר פלעגט קומען צו א שיעור וואס כ'האב פארגעלערנט א שטיק צייט אין טאהשער בית המדרש, און כ'האב דארט פארציילט אז כ'בין א בעל תפילה וכו', האט ער געזאגט אז מ'קען מיך פרעגן, און אזוי איז עס אנגעקומען צו מיר.

אנגעקומען קיין קאליפארניע בין איך דינסטאג נאכט, א טאג פאר ערב ראש השנה. די אכסניא איז א דירה וואס ווי ס'זעט אויס באלאנגט עס פאר 'קהל חסידים' און דינט פאר געסט וואס קומען צו דער קהילה. ראש השנה האב איך געדאוונט פאר'ן עמוד ביידע מוספין, די סעודות האב איך געגעסן דריי ביים רב און דריי ביי מיר אין דירה (צוויי טעג יום טוב מיט א שבת דערנאך, איז 6 סעודות).

אזוי ווי דער זייגער דארט איז דריי שעה שפעטער ווי אין ניו יארק, האב איך געדארפט אויפשטיין דורכאויס די וואך פון עשרת ימי תשובה פרי פארטאגס כדי צו זיין גרייט אויף 9:00 ניו יארק צייט (6:00 קאליפארניע צייט) פאר מיין ארבעט. געארבעט האב איך אין די דירה אויף מיין לעפטאפ. דאס אויפשטיין פרי איז טאקע געווען שווערליך אבער כ'האב שטארק הנאה געהאט אז ווען ס'איז געווארן 3:00 נאכמיטאג האט זיך דער ארבעטס טאג געענדיגט און כ'האב געהאט א שיינעם חלק פונעם טאג פאר מיר.

כמעט יעדן טאג זענען מיר געגאנגען צום וואסער, ביי די ברעגעס פונעם פאסיפיק, צו אויסקלארן דעם מח און דערפרישן דעם זעל. ב"ה מ'האט געטראפן א פלאץ וואס איז ממש לער פון מענטשן, אזוי אז ס'איז געווען ראוי פאר א חסיד'ישע איד - ספעציעל אין עשרת ימי תשובה. אום דאנערשטאג 'שלש עשרה מדות' האב איך געזאגט תשליך ביים וואסער. 'ותשליך במצולות ים כל חטאתם' זאגט זיך אנדערש ביי א וואסער וואס מ'זעט נישט די עק.

מיר האבן זיך צוריקגעיאגט ווייל מ'האט געדארפט גיין כאפן די כפרות. וואס הייסט? איז אזוי: אין לאס אנדזשעלעס וואוינען טויזנטער ערליכע אידישע משפחות, אבער ס'איז נישט דא קיין שום "כפרות צענטער" צו קענען מקיים זיין די מנהג ישראל קדושים פון כפרות. ס'איז א ווייטאגליכע מציאות. קען זיין אז ס'קומט ווייל לאס אנדזשעלעס איז א שטארק לינקע שטאט און די צער בעלי חיים גרופעס האבן דארט א יד תקיפה, אבער על כל פנים, משום איזה סיבה איז עס נישטא. וואס דער עולם טוט ווייס איך נישט, אפשר מאכט מען מיט געלט.

אבער אונזער רב איז נישט גרייט מוותר צו זיין אויפ'ן מנהג ישראל, גייט ער צו א פארעם און קויפט א צאל טשיקענס. מ'דארף באשטעלן פארדעם ביים רב, און דאנערשטאג אוונט האט ער געהאט א שוחט אין בעק יארד און אפאר היימישע משפחות האבן אפגעראכטן דעם מנהג פון כפרות, און דער שוחט האט געשאכטן און כשר געמאכט אויפ'ן פלאץ. מ'רעדט דא פון ארום צוואנציג טשיקעלעך. צו מיין מזל ווען איך בין אנגעקומען איז נאר געבליבן נקיבות, און דער רב האט גע'פסק'נט אז כ'זאל ענדערש שלאגן מיט א נקיבה ווי איידער מיט א געשלאגענעם זכר. כ'האב געזאגט 'זאת' חליפתי וכו', און מיט א קענטיגע צופרידנהייט צוגעזען ווי דער שוחט שעכט דעם כפרה על אפם וחמתם פון די לינקע אזויגערופענע צער בעלי חיים גרופעס, און מיט א שמחה געמאכט די ברכה 'על כיסוי הדם בעפר' און באדעקט די רויטע בלוט.

יום כיפור איז געווען הייליג און דערהויבן, כ'בין געווען שליח ציבור ביי כל נדרי, מוסף און נעילה. די תפילות זענען געווען דערהויבן. מוסף האט מען געענדיגט ארום 2:00 און ס'איז געווען עטליכע שעה הפסקה ביז מנחה. א איד דארט - ר' ניסים - האט מיר געקויפט פתיחה ביי נעילה.

איי ווי הייליג און ליכטיג איז צו שרייען "ה' הוא האלקים" אין א בית המדרש צוזאמען מיט אידישע קינדער פון אלע מיני שטרעמונגען און קהילות - אשכנז, ספרד, בעל תשובה, גר צדק, סאטמאר, סטאלין, ברסלב, מזרחי, אלע שרייען צום זעלבן באשעפער ה' אלקינו ה' אחד!

זאל מען האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!

* * *

פטור בלא כלום אי אפשר, גאנץ אמעריקע און די גאנצע וועלט איז אויף היינט מיט די עלעקשאנס צום מאכטפולסטן פאזיציע אויף דער וועלט, 'פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן'. כ'וועל נישט אריינגיין אין פאליטיק, נאר ענדערש רעדן 'שפראך'; וואס מיינט די ווארט "שטימען" וואס מ'נוצט פאר וועלן, אויסקלויבן, בוחר זיין.

אפגעבן א שטימע הייסט: לאזן הערן דיין קול. ווייל בעצם, יעדער האט א מיינונג ווער ס'זאל זיין אויפ'ן בענקל, נאר וואס דען, קיינער האט דיך נישט געפרעגט... קומט אבער דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע און זאגט, אז איינמאל אין פיר יאר פרעגט מען דיך יא, דיין מיינונג באקומט א קול און ווערט געהערט.

איז די זאך בעצם וואס מ'טוט ווען מ'וועלט, איז מען לאזט הערן א 'שטימע', א קול וואס זאגט וועם מען וויל פאר פרעזידענט. מען באציט זיך דערצו אלס 'א שטימע', און ווען מ'רעדט פון די מעשה אלס שם דבר זאגט מען 'שטימען' - 'יעדער זאל גיין שטימען', ווי צו זאגן, יעדער זאל גיין לאזן הערן זיין שטימע.

אויף לשון הקודש איז א 'שטימע' א קול, (הגם אין די מאדערנע שפראך רופן זיי עס קול/קולות נאר ווען מ'רעדט פון די עצם זאך אלס שם דבר, אבער ווען מ'רעדט פון די מעשה רופן זיי עס 'מצביע', א לשון וואס מ'טרעפט אין חז"ל אין משניות יומא "הממונה אומר להם הצביעו". אינטערעסאנט אנצומערקן אז אין תפארת ישראל איז ער מסביר, אז ס'איז א לשון 'אצבע', ווייל דער אופן הגורל איז געווען אז יעדער האט ארויסגעשטעלט א פינגער, ובלשונו 'רצה לומר כמו האצביעו, כלומר הוציאו אצבעותיכם למנין').

און צום שלוס נאך איין נקודה. יעדער איז פארנומען מיט די וואלן - טראמפ, העריס, דער קאנדידאט, יענער קאנדידאט, דער מוז געווינען, יענער טאר נישט געווינען, מיט אים וועט זיין א חורבן, און דער וועט מתקן זיין, וכו' וכדומה. אלעס פיין און וואויל, אבער... כ'וויל אייך בעטן איין זאך, נעמטס אלעס אין פארפארציע, בלייבטס פאקוסירט: סיי טראמפ, סיי העריס, סיי ביידן איז גלות... פינטל.

מיר ווילן נישט גלות, מיר ווילן גאולה, מיר ווילן דעם מלך המשיח, מיר וויל מלכות שמים, ס'זאל זיין "והיה השם למלך על כל הארץ". מיר דארפן נישט דעם און נישט יענעם. יא, ס'איז א פיינע ספארט, און נאך מער, באמת געוויסע קאנדידאטן זענען טאקע בעסער פאר אידן און פאר די געזעלשאפט, מ'מעג וועלן אז א געוויסער קאנדידאט זאל געווינען, מ'מעג אפילו שטארק וועלן אז יענער זאל געווינען, אבער נישט פארלירן דעם פאקוס! - רק לא להסיח את השיח ממלך המשיח...

* * *

זיך אויפצוסיינען צו באקומען די וועכנטליכע קאלום אין אימעיל, שיקט אן אימעיל צו [email protected]

מיין מחשבה'לע - #2.pdf
(211.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 11 מאל
פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:41 am
די וועלכע זענען קאנסיסטענט, זענען געעווענליך מענטשן וואס לעבן אין א באקס, מיט א באקס, וועגן די באקס, צוליב די באקס, און דאס דערקענט זיך אין זייער תוכן.
אוועטאר
להחיות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

WOW WOW WOW!!!
א באזונדערע לייק פאר די קעפל
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
ריינע קדושה
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 4:47 pm

Re: וועכענטליכע קאלום: - מיין מחשבה'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריינע קדושה »

נעקסט לעוועל, ביזסט זייער פיין!
ווען כ'בין בעל הבית פונעם מאגאזין, נעם איך דיך אלץ קאלומיניסט
האסט עכט א רייכע און ציענדע שפראך!
ווען כ'וויל שטארק, בינעך אבער שטערקער!
און אויב ווילעך שטערקער, בינעך פארט נאך שטערקער!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”