וואס האקסטו אין קאפ?
זיי טוען אים אויסלאכן.
רעדסט נערישע זאכן.
ס'טוט נישט סענטס מאכן.
שוין איבער הונדערט יאר טוסטו נעגל מיט העלצער קראכן.
די מיינסט טאקע אז דער מבול גייט אנקומען?.
חוזק מאכן איז יעדער געווען פארנומען.
יעדן טאג מיט א פרישקייט טוט נח זעצן.
דערשרעקט זיך נישט פון די וואס העצן.
יעדער לאכט פון אים שמייכל'דיג.
ס'קען דאך נישט זיין שכל'דיג.
איינער האט דיך איינגערעדט עפעס וועגן א מבול.
און די חכם ביסט עס נעבעך מקבל.
שטעלטס ענק פאר וויאזוי נח וואלט זיך געדארפט שפירן.
די גאנצע וועלט, יעדער אן אויסנאם טוט אים קריטיקירן.
אבער ער האט זיך נישט געטון פארלירן.
איך טו דעם רצון פון גאט. ער טוט דער וועלט פירן.
למעשה די מבול איז אנגעקומען.
אלע הייזער האבן זיך גענומען שווימען.
קיין נברא נישט איבערגעלעבט האט-זי.
פון די אלע לאכער'ס איז געווארן מוצאי.
נאר נח מיט זיין משפחה און די תיבה איז לעבן געבליבן.
אלעס נאר וועגן ער האט זיך נישט פון די לצני הדור צוריבן.
די באשעפער האט אונז א רעסעפי געגעבן.
די וועג וואס האלט א מענטש ביים אמת'ע לעבן.
שטייט א צווייטער אין לאכט דערנעבן.
פאר הונדערט צוואנציג יאר זיך נעריש מאכן גייסטו.
וואספארא גוטע זאכן די היינטיגע וועלט פארמאגט פארשטייסטו?.
אזוי טוען אנדערע ר"ל אויסלאכן און טרייבן לצנות.
אבער געדענק זיך נישט צו לאזן. מיט נח'ס עקשנות.
ווייל נאר אזוי גייט מען די היינטיגע מבול איבער לעבן.
דורכן טוהן דעם באשעפער'ס שטרעבן.