פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס נאטיץ.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אינקוויזיציע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינקוויזיציע »

צו ווער עס גייט עס ליינען:

מיין נאמען איז דזשאסעף ראבינאט ביידען.

עטס ווייסט שוין לכאורה מיין גאנצע לעבנס השתלשלות, און איך וויל נישט מאכן קיין לאנגע אריכות איך וועל צוגיין גראד צום פונקט.

אין 1972 ווען איך בין די ערשטע מאל איינגעשוואוירן געווארן אלס סענאטער האב איך געהאט א קלארע וויזיע וואס איך פלאן צו זיין און וועם איך פלאן צו סערווירען. מיין פלאן איז געווען צו זיין די מערסט אומפארטייאישע סענאטער און צו סערווירען די מענטשען פון מיין סטעיט.

איך האב געהאט מיינע פראבלעמען פון אלס קינד. מיין געפ'ס, מיין זיך פארעדען און צושטאלפערען. אבער דאן איז פאליטיק נאך נישט געווען אזוי שמיציג און ביליג ווי היינט, און מ'האט פארשטאנען אז א פאליטישאן איז אויך א מענטש און יעדער האט זיין שוואכקייטן און דאס איז בכלל נישט געווען אפי' קיין מדובר ביי מיינע קעגנער וואס זענען געלאפן קעגן מיר דורכאויס די יארן. און קיינער האט נישט געהאט קיין הוו''א אז דאס מיינט אז מיין מח ארבעט נישט גוט.

דורכאויס די יארן בין איך געשטיגן אין ראנג אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי. איך האב געמאכט פריינט אויף ביידע זייטן פון די פאליטישע ספעקטרום. איך בין געווען א פרייליכע גוטמוטיגע מענטש, און מענטשען האבן הנאה געהאט צו זיין אין מיין געגנווארט.
איך האב געדינט אויף פארשידענע קאמיטען דורכאויס מיינע יארן אינעם סענאט און אלס געטרייט צו זיין אומפארטייאיש און ארבעטען מיט דעמאקראטען און רעפובליקאנער צוגלייך.

דורכאויס די יארן האב איך אפאר מאל געטרייט צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 1988 און דערנאך אין 2008. איך האב קיינמאל נישט געהעריג מצליח געווען, אבער דאס האט בכלל נישט אפגעשטעלט מיינע פרעזידענטליכע אמביציעס.

אום אוגוסט 23, 2008 ווען באראק אבאמא האט מיר אפיציעל גענומען אלס זיין מיטלויפער פאר פרעזידענט האט זיך מיין לעבן געגעבן א טויש פון איין מינוט צו די אנדערע. איך בין אריין אינטער א געפערליכע ספאטלייט.
מיינע געפפ'ס האבן אנגעהויבן ציען נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע אטענטשען. אבער מיר האבן דאס דורכגעשוויצט און אונז זענען געווארן עלעקטעד.

מייינע יארן אלס וויצע פרעזידענט איז געווען היפש רואיג. אבאמא איז א נאבאלער מאן וואס האט זיך באצויגן צו מיר מיט רעספעקט און רעסעפעקטירט מיין שכל הישר און פאליטיק און מיינע וויזיעס פאר די אמעריקאנע בירגער.
מיר האבן פארשטענדליך געהאט אינזערע אפס-ענד-דאונס אבער מער ווייניגער איז עס דאכצעך געפארן אויף רואיגע וואסערען.

מיינע אויגן איז פארשטענדליך געווען ווייטער אויף די פרעזידענטליכע בענקל, און איך האב געדולדיג אויסגעווארט אז אבאמא זאל ענדיגן זיין טערמין און איך זאל קענען אנאנסירן מיין קאנדידאטור.
אבער 2015 איז אנגעקומען אין הילערי קלינטאן האט געמאלדן אז זי לויפט. לויט איהר פאפולערקייט אינערהאלב די פארטיי האב איך געוויסט אז איך האב בכלל נישט קיין שאנסן צו געווינען די פריימעריס קעגן איהר, האב איך פארמאכט די בוך און מער ווייניגער שוין קאפיטולירט אויף מיינע פרעזידענטליכע פלענער אין די גלגול.

ווען דאנאלד טראמפ האט אבער געווינען די עלעקשאנס האב איך זיך ממש געריסן די האר פון קאפ... איך בין געווען זיכער ביי מיר אז אויב איך בין ווען די קאנדידאט וואלט איך זיכער געווינען קעגן איהם.
איך האב געווארט (פארשטענדליך מיט א מאסקע...) ביז 2020 און תיכף אריינגעשפרינגען אין די רעיס פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע.
די פריימעריס זענען געווען היפש ברוטאל, און צוליב דעם וואס טראמפ האט ארפגעברענגט די לעוועל פון פאליטיק איז עס אויך געווען היפש קינדעריש און נאריש. אבער איך האב עס דורעכגעשוויצט און געווינען די נאמינאציע.

די סעקונדע איך האב געווינען די נאמינאציע האבן זיך פלוצלינג אנגעהויבן צו שארן צו מיר מאדנע עלעמענען. ארכי לינקע פון די פארטיי וואס זענען קיינמאל געווען פון מיינע נאנטע חבירים האבן זיך פלוצלינג אנגעהויבן דרייען ארום מיר און ביסלעכווייז איבערגענומען די פירערשאפט פון מיין קאמפיין.

עס איז געווען א ברוטאלע קאמפיין. יעדער געדענקט דאס. טראמפ האט געמאכט צימעס פון מיר אויף א שרעקליכע אופן. אלע מיינע חטאים און עוונות זענען געווארן אויפגעבלאזן אויף שרעקליכע פראפארצן. איך האב געטרייט מיך צו פארשטעלן ווי א סטאבילע און נאבאלע שטאטסמאן. אבער מיינע געפפ'ס און פלאפס זענען מיר דאן געקומען בייסן אויף א שוידערליכן אויפן.
קאוויד האט אבער אריינגעשפילט און מיינט האנט, אזוי אויך די בלעק-לייווס מעטער ראיאטן. און ביסלעכווייז האב איך אנגעהויבן בויען מאמענטום.

ווען איך האב געקלערט פון נעמען א וויצע האב איך געהאט בדעה צו נעמען א מענטש מיינסגלייכן וואס טראגט מיין וויזיע פון רואיגקייט און סטאביליטעיט, א מעסיגער וואס וואלט אפילירט צו ביידע זייטן און וואלט געקענט ארבעטען מיט רעפובליקאנער. אבער דאן זענען מיינע 'ארומיגע' אריינגעקומען אינעם בילד אין מיר אנגעהויבן פארדרייען א קאפ אז איך מיז נעמען א אפריקאנע אמעריקאנע פרוי, און אזוי אויך א מער ליבעראלער וואס זאל אפילירן צו די וואקסענדע ליבעראלע באזע אינערהאלב די דעמאקראטישע קאמפיין.

איך האב זיך געלאזט איבער רעדן, און גענומען קאמאלע העריס. די גרעסטע טעות אין מיין לעבן.

היות עס איז נישט צו סאך נוגע דא. איז לאמיר סקיפען די גאנצע שערורי' ארום די עלעקשן. (אלדאו איך האלט באמת אז יאנואר 6 איז נישט געווען ממש אן 'אויפשטאנד'...)

ווי נאר איך בין געווארן עלעקטעד האב איך פלוצלינג אנגעהויבן פילן 'און כאפן' אז זאכן פליען ארויס פון אינטער מיין קאנטראל. איך האב זיך פרובירט ארומצונעמען מיט נארמאלע מענטשען, אבער סאמהאו האב איך געטאפט א וואנט און זיך געטראפן מיט די ראדיקאלסטע וואס מיין פארטיי פארמאגט.
איך האב באמת געוואלט זיין א יונייטער און צוזאמברענגען די פאלק וואס איז אזוי מיאוס צושניטען געווארן. אבער אנשטאט דעם בין איך געווארן מער און מער אריינגעשלעפט און די ליבעראלע פלאנטער און מיין אדמיניסטארציע (וואס איך קען אפילו נישט זאגן אויב איך האב עס פולי קאנטראלד) איז געווארן פון די ליבעראלסטע וואס איז נאר אמאל געווען.

איך בין שוין טאקע עלטער. און איך קען נישט אזוי גוט און שטארק זיך פעיקן און מאכן ווי כאילו אלעס איז בסדר, סאו איך האב ממש בגלוי פארשטיפט די וויצע פרעזידענט העריס און מייזן לאך און איהר געהייסן זיך אפגעבען מיט זאכן וואס וואלט איהר נאר געברענגט בושות.

די פרעזידענטשאפט און די סטרעס וואס עס ברענגט מיט האט אנגעהויבן ווייזן זיינע צייכענעס אויף מיין פיזישע און גייסטישע געזונט. מער פלאפ'ס, פארלירן די מחשבות-קייט, און אסאך מאל ממש נישט וויסן ווי איך געפין זיך. איך האב זיך שטענדיג געפילט אפגעשוואכט און אנע כח.
מיינע 'געטרייע' געהילפן (זיי מדייק די ווארט 'געטרייע' אסאך זענען געווען באמת געטריי און איבערגעגעבן.) האבן פרובירט עס צו פארווישן און מיר מאכן גרינגער, איך בין געגאנגען שלאפן פרי, נישט געוואקט קיין סאך סטעפס, און אסאך געגאנגען אויף וואקאציע.

די פרעזידענטשאפט אליינס איז אויך נישט געווען אזוי איי איי איי... געהאט אפאר מיאוסע פלאפ'ס. די גרעניץ וואס איך האב בכלל נישט געוואלט אזוי מאסיוו עפענען נאר איך בין געווארן געשטיפט דורך די ראדיקאלע דא, האב איך טאקע געווארפן פאר וויצע פרעזידענט העריס אז זי זאל קעיר נעמען דערפון. דאס איז געווען אזוי ווי מיין נקמה אז די ליבראלן זענען שולדיג פאר די פוטער מיט וואס איך טראג זיך אויפן קאפ. די שפאנונג צווישן מיר און מיין וויצע איז געווען מערקבאר. אבער הו קעירס.

ווען טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט ווידער אין 2024 האב איך געהאלטן אז איך גיי דא האבן א גרינגע דזשאב. די רעדע איבער מיין עלטער איז טאקע געווארן העכער און שארפער אבער איך האב געגלייבט אז איך וועל עס נאכאמאל דורכשטיפען.

ביז עס איז געקומען די דעבאטע.

די דעבאטע איז געווען א דיזעסטער. פינטעל. איך האב געציטערט דערפון פון פארדעם, אבער מיין משפחה (וואס איך האב אנגעהויבן מער אינוואלוון ווען איך האב אנגעהויבן פארלירן טראסט אין מיינע א.ג. 'עדווייזערס'.) האט מיר געמוטיגט אז איך קען עס באווייזן פונקט ווי אין 2020.
איך בין געווען שוואך און אפגעמוטשעט. איך האב פארלוירן מיין מחשבה-קייט און נישט געוויסט ווי זיך אהין צוטוהן. ס'איז געווען פעינפול. זיייער פעינפול... אבער דאס וואס איז נאכגעקומען האט מיר סאך סאך מער וויי געטוהן.

ווי נאר איך בין אראפגעקומען פון די סטעידזש האב איך אנגעהויבן שפירן א קאלטקייט פון מיינע ארומיגע. ביסלעכווייז האבן מיינע נאנסטע מענטשען זיך אנגעהויבן אפשאקלען פון מיר, ס'איז א דורך אפאר טעג וואס איך בין געווען זיכער אז די עולם וועט זיך בארואיגן אבער עס איז געשען פונקט דאס פארקערטע. די עולם האט געקאכט ווי א קעסל און איך האב זיך אנגעהויבן שפירן מער מער און מער איזאלירט.
נאנטע קאנגרעסלייט און סענעטארן האבן אנגעהויבן רופן אז איך זאל אפטרעטן, מידיא אנעליסטן וואס האבן אייביג אוועקגעמאכט זארגן איבער מיין עלטער, האבן פלוצלינג אנגעהויבן פרעגן מיט שרעקעדיגע פראגע צייכענעס.
איך האב זיך געהאלטן אין איין פרעגן 'וואס איז דא געשען?' 'ווי זענען מיינע ארומיגע מיך צו סופארטען און מחזק זיין?' אבער זיי זענען נישט געווען צום געפונען. חוץ מיין פאמיליע בין איך כמעט געליבן אויפן וואסער.
אינעם ווייסן הויז איז די מצב געווען אייז קאלט. איך האב געשפירט און געהערט רומערס אז וויצע פרעזידענט העריס בויט שוין מאמענטום און גרייט זיך מיר איבערצונעמען. איך האב זיך געפילט שרעקליך פאראטען און בעוול'ט.
ביסעלעכווייז האט זיך אנגעהויבן אריינזעצן און מיר די געדאנק אז איך מיז אפטרעטן. אבער ווער זאל מיר איבערנעמען? פון איין זייט האב איך נישט געוואלט פארפאטשקענען מיין לעגענדע און פארדעם וואלט ווען גוט געווען אז העריס נעמט איבער. אבער העריס...? זי זאל מיר איבערנעמען? פארדעם האב איך יא געשטיצט אין אנהויב פאר אפענע פריימעריס. אבער מען האט געלייגט לחץ אויף מיר צו טוהן די ערשטע אויסוואל.

אום יולי 21 האב איך געשריבן די בריוו אז איך צי זיך ארויס און דירעקט נישט אריינגעלייגט מיין אינדרוסירונג. אפאר מינוט שפטער האב איך ממש ככפאו שד געגעבן רשות פאר דער וואס פירט מיין טוויטער אקאונט ארויס צושיקען א אינדרוסירונג.

יעצט האלטן מיר דא. איך בין א ליימענע קאטשקע, ווערטלאז, און אנגעקוקט ווי א אויסגענוצטע שמאטע. מ'רופט מיר נישט קאמפיינען, און מ'האלט זיך ווייט פון מיר. קיינער וויל מיר נישט אנקוקן, און איך וויל אפי' נישט טראכטן וויאזוי אמעריקא וועט אויסקוקן אינטער א העריס אדמיניסטראציע.

נאך די לעצטע 'גראבעדזש' געף, און די מידיא שטורעם, און טראמפ'ס רייטן דערויף. ווייס איך שוין וואס איך האב צו טוהן.

איי לאוו יו אמעריקא.

ביי.
לעצט פארראכטן דורך אינקוויזיציע אום דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
4g קאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

טרערן....
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

מיסטער ביידן: דו ביסט למעשה אייביג געווען די בחור פון ישיבה קטנה וועמענ'ס גמרא איז בטעות אנגעגאסן געווארן פון דיין חברותא'ס קאווע, אלס ביסטו געווען דער וואס האט געכאפט די ערשטע גליטש אין די שניי, דו ביסט א געבוירענע שלימזל...

וואס זאל איך דיר זאגן? גיי רואיג פון די וועלט און פארלאז זיך אז אנדערע וועלן איבערנעמען דיין בענקל און פאררעכטן דיינע פראבלעמען
לעצט פארראכטן דורך ברוכ'ל אום דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פארשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

זייער עמוציענאל
אויב איר פארשטייט נישט אז יעדער מענטש איז אנדערש, דאן וועט איר ערווארטן פון א צווייטן זיך אויפצופירן צו אייך אזוי ווי איר וואלט זיך אויפגעפירט צו יענעם.
אוועטאר
nobody
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

הערליך שיין!

באמת א טרויעריגע געשיכטע (הגם איך האלט נישט ז ער איז ממש אזא לעמעלע....)
רפרם גרינפעלד
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

הערליך! זיך ממש אריינגעלייגט אין זיין קאפ!

אבער ער גייט נישט אין ערגעץ, נישט אומזיסט זאגט מען אז די טעם נקמה איז זיסער ווי האניג, די טעם וואס ער גייט שפירן עלעקשאן נייט...אין מילים...ער וועט גארנישט דארפן זאגן, ס'וועט רעדן פון זיך אליינס...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

DON'T
מאיבי תחכמני
פייט!
אוועטאר
עוג
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:13 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג »

כ'גלייב טראמפ אליין וועט איהם פארבארגן די דאך פונעם טראמפ טאוער פאר אזא חשובע צוועק
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

😭
אזא פנים האבן די שיינע מענטשן וואס ווילן זיין שיין און נישט ריכטיג.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
ווייטאג
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

פיינע נייעס מעכטיג גוט!!!
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

nobody האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:27 pm
הערליך שיין!

באמת א טרויעריגע געשיכטע (הגם איך האלט נישט ז ער איז ממש אזא לעמעלע....)
יא ער האט פיין מיטגעארבעט
ווען די אבאמא קאמפיין האט געספייעט אויף די טראמפ קאמפיין און פארארבעט דעם האוקס אינטרעפמענט קאלוזשן וואס האט געפייניגט טראמפ פאר אבאמאס קריים
אלס דעם אליין קומט איהם טויט שטראפ
סאיז געווען די קריים אף די סענטרי
פון וואס א שיינע פאר אומשילדיגע מענטשן זענען געווארן אינדייטעד
אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

זאגטס וואס ענק ווילן

דער אלטער שמייכלדיגער קענדי זיידע וועם איך וואלט געזעהן פאסיג צו שלעפן פלייוואדס אין האום דיפאוי פאר סוכות איז געווען איינער פון דערווייל בלויז 45 מענטשן אין היסטאריע צו טראגן דעם ערנפולען נאמען אמעריקאנער פרעזידענט, ער האט באוויזן עפעס וואס אסאך קליגערע און שארפערע פון אים האבן געחלומט און געארבעט שווער דערויף און נישט אנגעקומען

צק

(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

גאר גוט באשריבן

אבער צו דאס איז בעצם ביידענס כאראקטער און שיטות? הממ...
אינקוויזיציע האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:17 pm
נאך די לעצטע 'גראבעדזש' געף, און די מידיא שטורעם, און טראמפ'ס רייטן דערויף. ווייס איך שוין וואס איך האב צו טוהן.
צו ווייסטו אז ביידען האט אנגעריפן האלב אמעריקא - אלע טראמפ שטיצער - 'גארבעדזש'?
נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:08 am

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר_דאס_נישט »

זיידי, זיי נישט אזוי טרויעריג, גייסט אריינגייען אין די היסטאריע ביכער אלס די איינציגסטע פערזאן וואס האט באוויזן צו באזיגן דער בולדאזער טראמפ.
הילערי און קעמעלע וועלן גאר שנעל פארגעסן ווערן,און דער וואס וועט זיי געדענקען, וועט עס זיין אלס שעימפול לוזער'טעס, בשעת דיין בילד וועט פראמינענט הענגען. מ'וועט דיר געדענקען אלס דער וואס האט צייטווייליג אפגעשטופט מיט 4 יאר די גרויסע קאטאסטראפע אין די 2020'גער יארן וואס האט געטוישט די געוועזנע דעמאקראטישע פאראייניגטע שטאטן פאר אייביג.
איך וואט נישט פאר טראמפ, נישט ווייל כ'האב נישט פיינט העריס און איר אגענדע, נאר ווייל איך האב אסאך מער פיינט טראמפ און זיין נישט אגענדע.



ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

נאר_דאס_נישט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 3:50 pm
זיידי, זיי נישט אזוי טרויעריג, גייסט אריינגייען אין די היסטאריע ביכער אלס די איינציגסטע פערזאן וואס האט באוויזן צו באזיגן דער בולדאזער טראמפ.
הילערי און קעמעלע וועלן גאר שנעל פארגעסן ווערן,און דער וואס וועט זיי געדענקען, וועט עס זיין אלס שעימפול לוזער'טעס, בשעת דיין בילד וועט פראמינענט הענגען. מ'וועט דיר געדענקען אלס דער וואס האט צייטווייליג אפגעשטופט מיט 4 יאר די גרויסע קאטאסטראפע אין די 2020'גער יארן וואס האט געטוישט די געוועזנע דעמאקראטישע פאראייניגטע שטאטן פאר אייביג.
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
אוועטאר
אינקוויזיציע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינקוויזיציע »

ערד_עפל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:25 pm
גאר גוט באשריבן

אבער צו דאס איז בעצם ביידענס כאראקטער און שיטות? הממ...
לפע''ד און לויט זיין טרעק רעקארד פון וואטען מיין איך אז ער איז געווען היפש אומפארטייאיש.

דא ערגעץ ווי מ'קען עס אויפזיכן @שלמה הילדעסהיימער וועט וויסן בעסער.

איבער זיין פערעזנליכע כאראקטער. האלט איך אז ער איז ווייט פון א שלעכטע מאן...
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
אוועטאר
דאני
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

גאר שיין געשריבען ביידען איז טאקע א גרויסע רחמנות נאר איין קליינע הערה אבאמא אין ביידען האבן זיך פיינט איינער די צווייטען אבאמא האט איהם נישט געטריט שיין אין ער האט איהם אפגערעדט פון לויפן 2016 אין לויט מאנכע געהייסען נעמען קאמאלא אלץ וויצע
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
דאני
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

אין אז ער שרייבט שוין יא א בריוו זאל ער כאטשיג ארויסשרייבן אלע שמיץ פון די אבאמאס...
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

מיסטער פרעזידענט איר האט אויסגעלאזט די וויכטיגע 'אקטאובער סופרייז' פון נעמען די איזרעילי זייט אנטקעגן אלע דיינע ראדיקאלע פריינט וואס האט אסאך ציגעגעבן צום סוף.

אגב איינער ווייסט וואס ביידן האט געוויסט איבער די קלינטאנ'ס??!!
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

איין זאך בין איך מחולק
ביידען האט נישט ארויסגעשטיקט דער מעסידזש אז ער טרעט אפ נאר איינער האט עס ארויסגעשיקט פון זיין אקאונט, און אלץ נקמה האט ביידען געזאגט "איך וועל אייך נאך ווייזן..." און אינדארסירט העריס, יעצט גיבט אייך אן עצה מיט די קלאץ קאפ...
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
שארן בארן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

וויל ער זעהן א זיסע נצחות אין זיינע שונאים קען ער עס נאך פיין טון און גיין פון די וועלט מיט א שמייכעלע

געבן אן אויפטריט פריים טיים פון די אוועל אפיס ווי ער אינדארסירט מיט א שטארקייט טראמפ אראפלייגענדיג וואס פאר א מכשפה דער וויץ צאר איז.

מען גייט אים דאך מילא באשילדיגן מיטן דערלייגן די אילעקשנס פאר העריס, אויב געווינט זי גייט ער סייווי נישט באקומען קרעדיט, נו טו צו דער זאך.

דער לעבן קען זיך נאך ענדיגן גוט פאר דיר מיט שטיצע פון האלב אמעריקא...
גאר קאנסערוואטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

ווייטאג
קאנסערוואטיוו איז נישט עקסטרעים ווי "מאנכע" קוקן עס אן...
ס'איז פלעין קאמאן סענס...
ישי כץ
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

גאר גוט!
mosha g
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4087
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

מיט א אנדערע בליק איז ביידען א זיכערע געווינער….

למעשה איז ביידען און א געוויסע סארט win win

אויב טראמפ מאכט עס וועט ער לאכן פון די אלע וואס האבן אים ארויסשטיפט מיט געוואלד און ער וועט קענען ארומגיין זאגן אז דאס איז געווען די גרעסטע טעות וואס דעמאקראטן האבן אמאל געמאכט, און אז ער וואלט ווען באזיגט טראמפ נאכאמאל אזויווי נאר ער קען.

אזוי אויך וועט ער זיין דער ערוואקסענע אמעריקאנער וואס וועט מחזק זיין די ציבראכענע דעמאקראטן נאך א טראמפ זיג און זיי זאגן אז עס וועט נאך קומען בעסערע צייטן אזוי ווי אבאמע האט געטוען נאכן קלינטאן געווינס, ביידען וועט איינלאדענען טראמפ צום ווייסן הויז און אים געבן א געשמאקע טראנזישן…



פון די צווייטע זייט אויב העריס געווינט וועט ער קענען ריטייערן געבען א דרשה ביים איינשווערונג און בלייבן א הויעכראנגעגיע העכסטע אדווייזער פאר העריס. און ער וועט ווייטער (נישט) פירן אמעריקע אזוי ווי ער האט עס (נישט) געפירט ביז יעצט…. און זיינע חברה וועלן מערווייניגער בלייבן און זייערע פאזיציעס און זיין אגענדע וועט ווייטער פארן…



ביידען קען שוין נישט פארלירן… (ער האט שוין אלעס פארלוירן….) ער האט שוין דערגרייכט דעם פלאר.

יעצט וועט ער לאכן די לעצטער
האסט הנאה? געב א לייק
נישט דער קלוגסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:05 pm

Re: פרעזידענט דזשאסעף ראבינאט ביידען'ס זעלבסטמארד נאטיץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דער קלוגסטער »

איין לעקציע פאר דיין קומעדיגע גלגול: אויב ביסטו טאקע אזא איידעלע און פיינע, לאז זיך ארויס פון פאליטיק'ס, איטס ברוטעל.
לערן זיך פון יעדעם וועסט ווערן קלוגער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”