קיינער רעדט/טראכט נישט פון דיר!
שלמה המלך זאגט אין קהלת "יֵשׁ רָעָה אֲשֶׁר רָאִיתִי תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ וְרַבָּה הִיא עַל הָאָדָם", ס'איז דא א רעה וואס ליידער ליידן זייער אסאך מענטשן פון דעם, אבער ווי ווייט איך האב פראבירט צו זוכן דא אויפן וועלטל, איז עס נאך קיינמאל נישט געהעריג אויסגעשמועסט געווארן.
אמאל איז אן עת לחשות, אבער אמאל איז אן עת לדבר. ספעציעל אז ס'קען פון דעם ארויסקומען א תועלת. שוין, גענוג געווען מיט די לאנגע הקדמות, ס'בלייבט דאך שוין באלד נישט איבער גארנישט פארן ארטיקל אליין.
ברוך השם די אייבערשטער האט געהאלפן מען האט זיך אינגאנצן ארויסגעדרייט פון דעם, אבער ליידער זענען נאך דא גאר אסאך מענטשן וואס זוכן נאך דעם וועג ארויס. יארן זענען שוין דורך, אסאך טרערן זענען שוין דורכגעשווימען די וויליאמסבורג בריק. ס'איז שווער אלעס צו געדענקען, אבער וויפיל ס'קומט ארויף אויפן זכרון וועל איך פראבירן אפשרייבן.
איין יאר אין חדר האט מיין פאטער מחליט געווען מיך צו טוישן קלאסן (די סיבה איז געווען ווייל ער איז געוואויר געווארן ווער מיין קומענדיגע מלמד וועט זיין, און אלץ החכם עיניו בראשו האט ער געוואוסט אז יענער איז מער א פארשלאפענער). נא, וויאזוי פילט א אינגל ווען מען לייגט אים אריין אין א נייע קלאס וואס ער קען נישט קיינעם?! נישט בא'טעמ'ט, אמת?!
געזעצן בין איך ווי א דומם, קוקנדיג בלויז גראד, זיך נישט דערווייגט צו קוקן רעכטס אדער לינקס. וואס הייסט, איך בין דאך דער נייער אינגל, יעדער טראכט דאך אוודאי בלויז פון מיר, נישט אזוי?
די זעלבע האב איך געפילט די ערשטע טאג פון ישיבה קטנה, אריינקומענדיג אין א נייע ישיבה. די ישיבה איז געווען מער אזא חסידטווישע ישיבה, די ראש ישיבה ז"ל איז נישט געגאנגען שבת מיט קיין שטריימל. אינדערוואכן אויך נישט. אבער ב"ה איך האב אסאך קונה געווען דארט.
איין נאכט נישט מער געדאכט, אין שיעור ב' איז עס געווען, האב איך מיר געבראכן די בושה און איך בין צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב. אלעס איז פיין געפארן, ביז… די לעצטע קדיש. דארטן האב איך מיר שוין נישט געקענט איינהאלטן אן בשעת דער בחור אונטער מיר האט חזנות'ט מיט זיין אמן, האב איך געגעבן א שיס אויס אין א הילכיגן געלעכטער. וויאזוי זאגט מיכאל?! ס'גרויסע בושות.
נא, וואס מיינט עטס, וואס איז טאקע געווען פאני? גארנישט. נאר וואס דען? וואס הייסט, דער גאנצער ישיבה שטייט דאך דא און באטראכט און כאפט אויף יעדע תנועה וואס דער בעל תפילה געבט נאר א קרום. נא, איז דאך דער בעל תפילה אזוי נערוועז אגאנצן דאווענען נישט צו לאכן, אז ס'פלאצט אויס.
יארן בלייבן נישט שטיין. די באן פארט ווייטער.
אין איינע פון די ערשטע טעג נאך וואס איך בין אריין אין ישיבה גדולה, בין איך צוגעגאנגען צו א בחור נאך א קופקע. כ'האב אויסדערוועלט דער בחור וואס כ'האב געהאלטן אז ער וועט מיר שיין ענטפערן און נישט אפ'חוזק'ן. איך געב יענעם א פרעג "וואס האט מען גערעדט דארט? מען האט נישט גערעדט פון מיר? וואס האט יענער געזאגט אויף מיר?", די ערשטע מאל האט מיר יענער טאקע שיין געענטפערט, "נע, מען האט בכלל נישט גערעדט פון דיר". שוין, ב"ה. כ'האב אפגעאטעמט.
גייט אריבער א שטיק צייט און עודך, איך רוף יענעם נאכאמאל אין דער זייט, "זאג נאר מען האט עפעס גערעדט פון מיר?" דאס מאל - אדער ווי מיין זיידע זאגט 'דאנסמאהל' - האט מיר דער מזל נישט אזוי געשפילט ווען יענער זאגט מיר "הער אויף! וואס איז מיט דיר? האק אויס די אלע קאמפלעקסן פון קאפ".
איבריג צו זאגן אז מער האב איך יענעם און נישט קיין צווייטן געפרעגט דער שאלה.
אבער דא האט דער מח אנגעהויבן מיך פארפלייצן מיט די פארקערטע מחשבה. אה, דער בחור ווייסט שוין אז איך האב א קאמפלעקס. ער איז זיכער געגאנגען פארציילן פאר די גאנצע ישיבה. גג על גג. די גאנצע ישיבה איז שוין פארנומען טראכטען בלויז פון מיר! אבער נישט סתם פון מיר, נאר טאקע דאס אז איך האב א קאמפלעקס. איך מיין, פון וואס דען זאל יעדער יעצט טראכטן, אויב נישט פון מיר? האבן זיי דען עפעס אנדערש פון וואס צו טראכטן?!
די מחשבות לאזן נישט דער מענטש במנוחה. יצחק איך זאג דיר ער טראכט נישט פון דיר. יענקל לאכט יעצט, ער לאכט זיכער פון מיר. נע, פונקט פון מיר? ער לאכט פון א צווייטן.
אקעי איך גיי ווייזן פאר די גאנצע ישיבה אז איך לייד נישט פון קיין קאמפלעקס. איך גיי מיך אויסדרייען צו דער עולם מיט א שטאלץ. איך גיי ארומשפאצירן ביים דאווענען בקומה זקופה. יעדער וועט מיינען אז איך האב נישט מורא פון מענטשן.
אין ענגליש איז דא אן אויסדרוק א Vicious cycle.
לענייננו, עס ארבעט אזוי. יעדער טראכט דאך אוודאי נאר פון מיר, יעדער באמערקט דאך אוודאי אז איך האב דער פראבלעם אז איך טראכט אז ער טראכט פון מיר, ממילא מוז איך דאך ווייזן אז עכט לייד איך נישט פון דעם, פירט מען זיך אויף ווי כאילו מען ליידט נישט פון דעם, כדי אז יענער זאל טראכטן אז איך לייד נישט פון דעם, וואס אין אמת האט יענער קיינמאל פון דיר געטראכט.
די סארט חברה האבן אפט א קראש חבר… אה יענער שטילער בחור פון לעיקוואד, ער טראכט זיכער אז איך בין א קלוגער בחור, איך בין א געשמאקער בחור. נא, איך טאר דאך נישט פארפאסן די געלעגענהייט. ער באטראכט מיך זיכער אויף אלע מיינע מעשים, איך מוז מיך מורא'דיגע וואטשן, איך דארף אהערשטעלן א פנים ווי איך בין שלמה המלך. אלע מיינע מעשים און תנעות מוזן זיין אויסגעהאלטן, ווייל יענער טראכט דאך אוודאי פון נישט קיין צווייטער ווי מיר. אזוי לעבט ער אין א באבל טראכטנדיג בלויז פון זיך אויפפירן אויף א וועג ווי יענער וועט ווייטער האלטן פון מיר עלום ומלואו.
א שטיק צייט שפעטער בין איך אנגעקומען אויף ארץ ישראל. ווי דער שפראך גייט, מ'איז זיך געקומען משלים זיין.
איין וואך פרייטאג צונאכטס האב איך געהאט די זכיה צו עסן ביים ראש ישיבה. גראדע א ליטוואק, אבער יא מיט א שטריימל כמנהג ירושלים. איך קען אייך זאגן איין זאך, איך האב ביים סעודה נישט געקענט אויפהערן לאכן. ווער רעדט נאך ווען מען האט אריינגעברענגט די ארץ ישראל'דיגע באלי געפילטע פיש. אוי איז דאס געווען פאני. גלייב מיר איך האב אזוי געזינקען פאר בושות אזש כ'האב געוואלט א לאך זאל זיך עפענען אונטער מיר און מיר איינשלינגען.
די אייבערשטער האט געהאלפן מען האט ברוך השם חתונה געהאט. נא, דער מנהג איז דאך אז מען גייט איין וואך צום טאטן און איין וואך צום שווער. איך האב ברוך השם זייער הנאה געהאט צו גיין צו מיין טאטע, ווער רעדט נאך פון די פיינע פרישע עסן וואס מיין מוטער מאכט. מיין שוויגער קאכט ווייט נישט אזוי גוט ווי מיין מאמע.
אבער דא קומט אן אבער. גאנץ פרייטאג בין איך שוין געווען נערוועז וועגן דער קידוש מאכן. איך האב געבעטן דער באשעפער 'פליז מאך איך זאל נישט אויסשיסן ביי קידוש'. ס'שטיל, אלע מסובין גייען יעצט באטראכטן ווי אזוי דער נייער אינגערמאן גייט מאכן קידוש. יעדער וועט דאך געוויס זיכער אויפכאפן יעדע קליינע קראץ אדער ווארט וואס גייט עפעס נישט ארויסקומען אזוי הונדערט פערצענטיג.
'לאך נישט, איך בעט דיך, ס'וועט זיין גרויסע בושות'. בושעוועט אין מיינע מחשבות. דער יום הששי איז ברוך השם אדורך בשלום, אבער ביי דער ברכה פון קידוש האט עס פלוצלינג פאסירט. פון גרויס דרוק נישט צו לאכן האב איך געגעבן א שיס אויס.
איך ווייס ערשט-האנטיג פון איינע פון די גרויסע רבי'ס בזמן הזה וואס האט א שיינע פאר חסידים דא אויפן וועלטל, איך רעד נישט פון קיין קליינע רבי'לע, נאר א גרויסע. מיין זיידע פלעגט איינשטיין ביי יענעם ווען יענער איז נאך גראדע נישט געווען רבי ווייל זיין טאטע האט נאך געלעבט, און ער פלעגט יעדע וואך פאר קידוש ארויסשיקן מיין זיידע פון דיינונג רום.
געבט נאר א קוק וואס טוט זיך אין דער אשכול. געוויסע פארשטייען עס גאר גוט, אבער אנדערע מיינען אז געוויסע ניקס זענען פשוט אראפ פון זינען. דער פּיין און עגמות נפש פון מענטשן וואס גיין דאס דורך איז אומבאשרייבליך. דער וואס איז עס נישט דורך וועט דאס קיינמאל נישט קענען פארשטיין.
דער שורש פונעם פראבלעם איז אז מען רעדט זיך איין אז יענער באמערקט און כאפט אויף יעדע קרום מיט דער נאז, יעדע שלינג מיט דער מויל, יעדע בלינק מיט די אויגן, פונקט ווי איך אליין באמערקט דאס. נא, אז יענער כאפט אלעס אויף, אז יענער באטראכט מיך פונקטליך, מוז איך דאך אקטירן ס'פארקערטע. איך מוז דאך אנשטעלן א פנים ווי כאילו איך טראכט נישט אז יענער טראכט פון מיר. איך מוז דאך וואטשן אז יעדע ריר מיט די פינגער זאל זיין אויסגעהאלטן אז יענער זאל נישט כאפן פון וואס איך לייד.
גיין אין א גרויסע בית המדרש פאר די סארט מענטשן איז א גיהינום. אה, די גאנצע בית המדרש איז דאך אוודאי נאר יעצט פארנומען קוקן ווי איך זיץ מיך נעבעך אליין אין מיין ווינקל. כדי דאס אויסצומיידן וועלן די סארט מענטשן פראבירן צו דאווענען אין א סארט שטיבל, ווי יעדער וואס האט נישט וואו צו דאווענען קומט אהין. דארט פילט זיך יעדער היימיש.
איך זיץ ביים רויט לייט אויף א צוויי לעין ראוד, אויף מיין רעכטע לעין איז דא נאך אן היימישער וואס ווארט אויך דער לעכטעלע זאל גרין ווערן. 'דריי דיך נישט אויס קוקן' לויפט די מחשבה ארום אין קאפ, 'ער וועט זען אז די קוקסט', 'שטעל אן א פנים ווי כאילו דו האסט אים נישט באמערקט, קוק בלויז גראד'.
גייענדיג אויפן גאס זע איך שוין פונדערווייטנס איינער וואס איך גיי אים מוזן גריסן. אקעי, לאמיר שנעל מאכן דער הכנה ווי אזוי דאס גייט צוגיין. נערוועז איז ער שוין, לאמיך אים אוודאי נישט אנקוקן ביז יענער שטייט שוין ממש דא, און דעמאלט גייט מען געבן א הייב אויף דער קאפ, קיין מינוט פארדעם!
פאר די סארט חברה איז זייער שווער צו גיין לערנען מיט א חברותא און זיך זעצן פונקט אינמיטן גרויסן בית המדרש. אה, יענע חברותא דארט, דאכט זיך ער קוקט יעצט אויף מיר, לאמיך שנעל אוועקקוקן ווייל ער קוקט דאך יעצט אויף מיר, ער וועט נאך זען ווי איך קוק אויף אים, און אוודאי טראכטן אז איך מיין אז ער רעדט פון מיך.
און אזוי בוזשעווען די מחשבות אין קאפ יומם ולילה לא ישבותי.
די וועלט זאגט "טראכט נישט וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער האט נישט קיין צייט צו טראכטן פון דיר, ווייל ער איז פארנומען טראכטן וואס די טראכסט אויף אים."
נאך א ווארט זאגט מען, "ביז די צוואנציג איז מען פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, פון די צוואנציג ביז די פערציג גייט דער נוסח אזוי: זאל ער טראכטן פון מיר, ס'גייט מיך נישט אן, כ'האב אים פארפאקט. נאך די פערציג זעט מען איין אז יענער האט קיינמאל נישט געטראכט פון דיר."
ברוך השם יארן זענען אדורך און די אלע מחשבות האבן זיך צוביסלעך אויפגעהערט מער און מער, ביז ס'איז אינגאנצן אוועקגעגאנגען. היינט קען איך שוין מאכן געהעריג קידוש, אן דארפן מורא האבן אז איך גיי לאכן, איך קען שוין געהעריג ארומגיין אין א גרויסע בית המדרש אן דעם וואס איך זאל דארפן זיין פארנומען מיט דעם און יענעם.
נא, וועט איר אוודאי פרעגן, ווער איז דער גרויסער טעראפיסט וואס האט דאס באוויזן?!
דער ענטפער איז אז דער בעסטער טעראפיסט איז דער מענטש אליין.
לאמיך עס מסביר זיין.
טוט זיך דא אויף דער וועלטל טיש און בענק אויב טערעפי העלפט אדער נישט. דער שרייט יא, ער איז געהאלפן געווארן, דער אנדערער שרייט דער גאנצער זאך איז א סקעם, זיי זוכן סתם צו מאכן געלט, אבער העלפן א רעטעך.
איך מיין אז א גרויסע סיבה פארוואס מענטשן ווערן נישט געהאלפן איז פשוט ווייל זיי זענען נישט גרייט צו ארבעטען אויף זיך, Homework בלע"ז. מענטשן מיינען אז טעראפי איז עפעס מעדזשיק, מ'גייט אריין מיט דעם דעת אז ביז אפאר סעשנס בין איך א געהאלפענער. מענטשן האלטן נישט ביים זיך נעמען אין די האנט אריין און ארבעטן אביסל אויף זיך. אזא מענטש קען גיין אגאנץ לעבן אויף טעראפי און גייט נישט געהאלפן ווערן. ס'איז א שאד די געלט און צייט.
ביי תשובה זעט מען אז ס'איז דא צוויי בחינות, סור מרע ועשה טוב. דאס סור מרע אליינס איז שוין א גרויסע חלק פונעם תשובה. לענייננו, די ערשטע זאך צו קענען געהאלפן ווערן איז אז דער מענטש זאל אנערקענען אז ער האט א פראבלעם. ער זאל זיין קלאר מיט זיך אז איך בין פון די אויסדערוועלטע וואס ליידן פון דער און דער פראבלעם.
איינמאל דער מענטש איז שוין קלאר ביי זיך אז דאס און דאס איז מיין פראבלעם, און ער וויל פטור ווערן דערפון, מוז ער גרייט זיין צו ארבעטן אויף זיך. ער מוז זיך צווינגן צו טון זאכן קעגן זיינע רצונות.
אין ענגליש זאגט מען NO PAIN NO GAIN. די מער מען אנטלויפט פון דער פראבלעם, די מער לויפט עס נאך.
לגבי די פראבלעם וואס מיר האבן אויבן דערמאנט, סאציאלע ענקזייעטי, קאמפלעקס, לאכן ביי קידוש, די עצה דערצו איז אז מען מאכט אפ, שלום עלי נפשי, יהיה מה שיהיה, אז איך לאך וועט אויך גארנישט פאסירן. מען שטופט זיך צו גיין דייקא יא און דער גרויסער בית המדרש, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, יעדע מאל ווערט עס גרינגער און גרינגער, לייכטער און לייכטער.
האב נישט מורא צו רוקען דער טיש אין ביהמ"ד ווייל יענער גייט זיך אויפרעגען. געב עס א געזונטע רוק. האב נישט מורא צו אנלאנען דיין זיץ אויפען פליגער, דארפסט דיך נישט אויסדרייען קוקען אויב יענער קוקט נישט. געב עס א געזונטע ליין אן. אויב יענער לאנט אן זיין האנד אינטכר דיר און ס'איז דיר נישט באקוועם, האב נישט מורא צו זאגען פאר יענעם זייט מוחל נעם עס אראפ. אויב יענער אינטער דיר לייגט זיין סידור אויף דיין באנק ווען ער שטייט ביים דאווענען און ס'מאכט אייך נערוועיז, האט נישט מורא צו עס געבען א געזונטע שטופ אראפ.
אויב רעדט איר מיט א ליספ, שאדער סטראכט נישט אז יענער טראכט נאר פון דעים. יענער באמערקט עס ניטאמאל.
אויב האט אייך איינער אמאל געזאגט אז איר האט א ריח הפה, דארפט איר נישט אגאנץ לעבען זיך איינרעדען אז ס'איז נאכנישט אוועקגעגאנגען פון דעלמאטס. פארשטייט זיך איר זאל קעירנעמען פון דעים אבער זיך נישט אפהאלטען פון גיין דער נארמאלעהר נאנטקייט צו א מענטש.
(אין א ווארט צו דער וואס האט געפילט פאר וויכטיג עס צו זאגען פאר יענעם. וויסען זאלסטו אז מיט איין קליינעם ווארט קענסטו יענעם אריינלייגען אין א קאמפלעקס פאר א לאנגע צייט)
אדם לעמל יולד, מען מוז זיך אביסל פלאגן. הזורעים בדמעה וועט צום סוף זיין ברנה יקצורו.
שכח @שוואכער פארן מגיה זיין!