ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

פונקט פריער באמפ איך אריין אין מיין נאנטע חבר אייזיק, אייזיק איז א טייערן אינגערמאן צו גאט און צו לייט, איידל בא'טעמ'ט און געשמאק... און צו דער זייט א פעסטן תלמיד חכם, און א שטיקל קאמפיוטער פראגרעמער...

אזוי שמועסנדיג, זאגט ער מיר בדרך אגב אז היינט האט ער אנגעהויבן דעם נייעם זמן אין כולל, און אזוי נישט מיר נישט דיר זאגט ער מיר אז זיין ראש הכולל האט נאכנישט באצאלט זייט חודש אדר ב' (תשפ"ד)... ער זאגט עס אזוי גלייכגילטיג, ווי איינער רעדט פונעם נעכטיגן וועטער...

וואס איז די פלאן?? ער פלאנט עפעס צו באצאלן? כאטשיג אויף יעצט און ווייטער??
ניין... נישט וואס איך ווייס... קומט זיין בלעכענעם ענטפער.

חברה, איך קען אייזיק און א טייל פון זיינע חברים אין כולל... עלטערע אינגעלייט 27 פלאס יאר אלט... יעדער מיט עטליכע קינדער... און מען טראסקעט דארט אין לערנען פיזיש און גייסטיש... במלוא מובן המילה.




וויפיל איז דער שיעור?! אויף מסירת נפש אויף תורה??

וויפיל איז דער שיעור?! אויף נישט גענוג מחשיב זיין דעם שבט לוי בדורנו??

וויפיל איז דער שיעור?! וואס תורה מונחת בקרן זווית??
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
משה שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:54 pm
לאקאציע:אויפן וועג צו....

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שפילמאן »

אויב גייט מען כולל פאר געלט מיין איך איז ענדערש מען זאל גיין ארבעטען
גמר חתימה טובה
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

די גבירים האבן נישט די זכיה, זיי גלייכן ענדערש נעמען אויף בנינים.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6084
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

זאג פאר די אינגערמאן זאל טוישן כולל
מאיבי תחכמני
אפגעגאלט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:32 pm
טויזנט מאל מיסאינפארמיציע, קומט נישט צו צו די סכנה פון א רעגירונג וואס קען בעלבאטעווען אויף מענטשן, וואס זיי מעגן רעדן אדער הערן.
אוועטאר
סענס אף יומער
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענס אף יומער »

משה שפילמאן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:53 pm
אויב גייט מען כולל פאר געלט מיין איך איז ענדערש מען זאל גיין ארבעטען
מ'גייט נישט אין כולל פאר געלט, מ'וויל בלייבן לערנען, אבער מ'מוז צוקומען צו די ביסל תמיכה צו קענען פשוט דעקן די מינימום לעבנס וויכטיגע הוצאות, און די פאר הונדערט דאללער יעדע חודש מאכט אסאך אויס.
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:44 pm
פונקט פריער באמפ איך אריין אין מיין נאנטע חבר אייזיק, אייזיק איז א טייערן אינגערמאן צו גאט און צו לייט, איידל בא'טעמ'ט און געשמאק... און צו דער זייט א פעסטן תלמיד חכם, און א שטיקל קאמפיוטער פראגרעמער...
יעדעס ווארט איז אמת

אבער קאמפיוטער פראגרעמינג דאס קען איך נאכנישט
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

איך וואלט ווען געטון אלעס אין די וועלט צי טוישן די מצב, מיט געלט קען איך נאך נישט, אבער איך פראביר צי טוישן די נערעטיוו פון די וואס זענען נישט אין כולל (אין זענען גרייט מיך אויס צי הערן), אין אראפ נעמען די סטיגמע פון די כולל אינגעלייט וואס האבן יא די זכיה צי זיצן בין כותלי הביהמ"ד אין הארעווען על התורה ועל עבודה
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

משה שפילמאן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:53 pm
אויב גייט מען כולל פאר געלט מיין איך איז ענדערש מען זאל גיין ארבעטען
זיכער אזוי, און כאטשיג עס שטייט "לעולם יעסוק אדם בתורה ובמצוות שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה" אבער אונז האבן דאך מקבל געווען פון אונזערע רבי אז ארבעטן איז די גרעסטע מצוה...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

משה שפילמאן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:53 pm
אויב גייט מען כולל פאר געלט מיין איך איז ענדערש מען זאל גיין ארבעטען
די לעבן קאסט היינט איזי 10 אלפים פאר א משפחה מיט 4 צו זעקס קינדער, אז דער תלמיד חכם ערווארט א אלף’ל צו ווייניגער הייסט עס געלערנט פאר געלט?

צ”ק יא! מען איז מזלזל אין תורה, תורה כשלעצמה אן קיין זייטיגע פאמפ איז ליידער קיין ארטיקל ביי אונז,
ווען מגייט נאך געלט פאר כוללים פשוט ווייל סאיז לחם לאכול פאר אידן וואלט מען געמאכט מער געלט...
בנימין כהן
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 28, 2024 3:20 pm

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין כהן »

ווען כוללים וועלן זיך אוועקשטעלן אזוי ווי הנגיד ר' יואל לאנדא שטעלט יעצט אוועק זיין כולל וועט די ריספעקט בלי ספק צוריק קומען בגדול.
אוועטאר
ברדלס
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

%100

מען דארף זיך לערנען פון ליטווישע, וואס מיינט מחשיב זיין תורה.

דער פראלבעם איז אז אין טייל פעלער קוקט אפי' די הנהלת הכולל אליין אראפ אויף די יונגעלייט, ווייל.... דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון קיין כולל... אזא פנים האט עס.
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

בנימין כהן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 12:25 pm
ווען כוללים וועלן זיך אוועקשטעלן אזוי ווי הנגיד ר' יואל לאנדא שטעלט יעצט אוועק זיין כולל וועט די ריספעקט בלי ספק צוריק קומען בגדול.
די לייגסט די איי פארן האבן די הין,
ווי אזוי פינקטלעך ווילסטו אז מען זאל עס פאנדן?
אין פינקטליך וויאזוי וועט די רעספעקט צוריק קומען?
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 9:39 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:44 pm
פונקט פריער באמפ איך אריין אין מיין נאנטע חבר אייזיק, אייזיק איז א טייערן אינגערמאן צו גאט און צו לייט, איידל בא'טעמ'ט און געשמאק... און צו דער זייט א פעסטן תלמיד חכם, און א שטיקל קאמפיוטער פראגרעמער...
יעדעס ווארט איז אמת

אבער קאמפיוטער פראגרעמינג דאס קען איך נאכנישט
איר רעדט פון די בית שמש אינגערמאן???😂
שפיאן???
מי יהיה נשיא טראמפ או העריס=1123 (גימטריה)
יום הגדול והנורא מתקרב ובא =1123

אמעריקא יום שלישי פרשת לך לך =2208
שגיאות מי יבין מנסתרות נקני =2208 (עלעקשאן פראוד...)

אין משגיחין "בבת קול" (ב"מ נט ע"ב).
אוועטאר
משה שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:54 pm
לאקאציע:אויפן וועג צו....

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שפילמאן »

סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:59 pm
משה שפילמאן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 8:53 pm
אויב גייט מען כולל פאר געלט מיין איך איז ענדערש מען זאל גיין ארבעטען
מ'גייט נישט אין כולל פאר געלט, מ'וויל בלייבן לערנען, אבער מ'מוז צוקומען צו די ביסל תמיכה צו קענען פשוט דעקן די מינימום לעבנס וויכטיגע הוצאות, און די פאר הונדערט דאללער יעדע חודש מאכט אסאך אויס.
100% גערעכט
איך רעדט נישט פון די איך רעדט באופן כללי
גמר חתימה טובה
איש טוב מבשר טוב
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 6:08 pm

Re: ווידער די כולל אינגעלייט... וויפיל איז דער שיעור?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש טוב מבשר טוב »

לעצטע ווארט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 1:03 pm
בנימין כהן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 12:25 pm
ווען כוללים וועלן זיך אוועקשטעלן אזוי ווי הנגיד ר' יואל לאנדא שטעלט יעצט אוועק זיין כולל וועט די ריספעקט בלי ספק צוריק קומען בגדול.
די לייגסט די איי פארן האבן די הין,
ווי אזוי פינקטלעך ווילסטו אז מען זאל עס פאנדן?
אין פינקטליך וויאזוי וועט די רעספעקט צוריק קומען?
ער רעדט נישט פון די געלט חלק , ער רעדט פון די שמירת הזמנים אין שטארקייט פון די סדרי הכולל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”