שבת לבוש ביי תשב"ר
בימי ילדותי איז געווען א שיינע חלק פון אינגעלעך וואס זענען געגאנען שבת ויו"ט אנגעטיען מיט'ן מער חסידיש/פרימער לבוש ווי צב"ש מיט א וואלענע טלית קטן אויפען העמד / לאנקע רעקל.
ארימקוקענדיג דורכאויס די ימים נוראים, האב איך קוים געזען אינגעלעך אזוי, אפילו ביי די רבישע משפחות וואס גייען מיט בעקידשעס איז ווייניג וואס האבען אנגעהאט א וואלענע ט"ק אויפען העמד.
אינדערסאנט אז אין די יעצטיגע דור, ווי עס איז דא אסאך מער אויפוואכאניג וועגען לבוש, צי לבושי כבוד, און אפילו דאס גיין מיטן ציצית ארויסגעשטעגט זעט מען היינט אסאך מער פון יארן צירוק, אפילו ביי אלגעמיינער חסידשע עולם (נישט נאר סאטמאר), איז און די פרט פון גיין שבת מיט'ן טלית קטן אינדרויסען געווארן אסאך שוואכער, עס וואלט געדארפט זיין פארקערט. איך זע אסאך טאטע'ס וואס זענען אזוי געגאנגען אלץ קינד און זייערע קינדער גייען נישט אזוי, און זיי זענען נישט לאו דווקא וויינגער פרים ווי זיי זענען אמאל געווען. ווי אויך די אינגעלעך וואס גייען יא אזוי, גייען נישט חול המועד וכדו, אין די צייט וואס היינט וועט כמעט יעדער גיין ח"מ מיט א ווייסע העמד וואס אין מיינע יארן געווען סאך ווייניגער. (ביי שמחות אויך ווייניגער)
יעדער ווייסט היינט אז דאס איז א פאסיגע לבוש, ווי מען זעט ביי חומש סעודת טוט מען אן אלע אינגלעך אזוי.
איז פארוואס איז דאס געווארן אזוי? צי דארף מען נישט רעדן דערוועגן צי די קינדער עס צירוק איינפירן?
פאר די וואס זייערע קינדער טראגען נישט די זעלבע לבוש וואס זיי פלעגן גיין, אפשר זאגט איר פארוואס?