מיין פרעדיקשאן - העריס עוויקשאן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

עטרת חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4190
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

מיין פרעדיקשאן - העריס עוויקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

דער עולם איז געשפאנט
און בלויז א טאג פון היינט

וועט דער עולם ארויסקומען
און די מאסן שטימען

טייל האבן שוין געפאסט א אויסוועיל
און אריינגעשיקט א שטימע דורך די מעיל

אנדערע זיך שוין געומען די מיה
און ארויסגעגאנגען וואויטען פרי

טייל האבן נאכנישט באשלאסן
ווארום אביסל סעלצער האט זיך געגאסן

טייל ווילן נישט טראמפן
וויל די היספאנישע אריבער'ן וואנט וויל ער דאמפן

טייל גלייכן נישט קיין דעמאקראטן
ווייל זיי זענען נישט גוט פאר מסחר ומשא ומתן

טייל זענען ברוגז אויף די ליבעראלען
היתכן זיי האבן געגנב'ט די וואלן

היינט א קילער טאג מיט א פיינעם ווינטל
נו, למעשה לאמיר גיין צום פינטל.

מארגן גיימיר האבן רעזאלטאטן
פון אלע סווינג שטאטן

לויט עירלי וואוטינג דאטא
קען זיך העריס צוזאמפאקן לעת עתה

איך טוה דא גאנץ קלאר פרעדיקטען
אז מ'גייט העריס אינגיכן עוויקטען

בדרך הטבע
איז טראמפ אמעריקאנער פרעזידענט ארבעים ושבע

איך לייג שוין אראפ די מייק
אז דו האסט הנאה געהאט געב א לייק
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: מיין פרעדיקשאן - העריס עוויקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

שכח שכח
זאג איך הויעך

פאר די טרייסט
און הייבן די גייסט

דיינע ווערטער
עטרת חיים געערטער

איז צווישן די כמארע
כמים קרה

אונטערן טיש
ווארף די מכשפה
א דערקוויקעניש
על נפש עייפה
אוועטאר
שרויפן ציער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2018 8:51 pm
לאקאציע:יְרִיחוֹ

Re: מיין פרעדיקשאן - העריס עוויקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפן ציער »

מיר האפן אז טראמפן
וועט אריין דזשאמפן
אין די ווייסע געביידע
אנשטאט סינייל זיידע
וואס וויל געבן די בכורה
פארן מיסעס שחורה

אבער אוי ווי שווער איז
און מה תגידי
אויב חלילה העריס
די אשת מפחידי
וועט זיין זיגרייך
אינעם USA ביג רייך

מיט א הייסע תפילה צום קל אדון
אז זיזאל האבן דעם גרויסן שאדן
וויינען א גאנצן נאכט ווי קלינטאן
ווען טראמפ וועט א געווין טאן
די רויטן עלעפאנט זאל גיין איבערן בלויען אייזעלע
און אלע שונאים זאלן צאלן א טייער פרייזעלע
אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: מיין פרעדיקשאן - העריס עוויקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

שרויפן ציער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 8:27 pm
מיר האפן אז טראמפן
וועט אריין דזשאמפן
אין די ווייסע געביידע
אנשטאט סינייל זיידע
וואס וויל געבן די בכורה
פארן מיסעס שחורה

אבער אוי ווי שווער איז
און מה תגידי
אויב חלילה העריס
די אשת מפחידי
וועט זיין זיגרייך
אינעם USA ביג רייך

מיט א הייסע תפילה צום קל אדון
אז זיזאל האבן דעם גרויסן שאדן
וויינען א גאנצן נאכט ווי קלינטאן
ווען טראמפ וועט א געווין טאן
די רויטן עלעפאנט זאל גיין איבערן בלויען אייזעלע
און אלע שונאים זאלן צאלן א טייער פרייזעלע
🎯🎯🎯👌👌👌
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”