אנגעצויגנקייט פארביי!
די גאנצע גאס איז ממש צעקאכט צעהיצט
איינער איז באגליקט און איינער באשמיצט
יענע רויטע אדער בלויע קאנדידאט
שטייגט שוין איבער זיין קעגנער כמעט
ער וויל יענעם און א צווייטער וויל אים
יענער סטעיט איז א שטיקל פראבלעם
עריזאנע פאר אים מישיגען פאר איר
וואל-טאג אין אמעריקע שטייט ביים טיר
עטליכע טוען ממש פון די הויט טאנצן
פאר וועם גייט די וואקלדיגע וויסקאנסין?
איינער זאגט פענסילוועניע איז די שליסל
א צווייטער זאגט לאמיר צואווארטן אביסל
רעפובליקאנער: טראמפ מארשירט צו זיג
דעמאקראטן: טראמפ געווינט קומט א קריג!
א דריטער אלץ-ווייסער טענה'ט גראדע
אז ס'גאר וויכטיג צו קוקן אויף נעוואדע
דזשארדזשיע גייט זיכער פאר טראמפ
אריינגעשאסן געלט דארט ווי א פאמפ
נארט קעראליינע הער איך איז גאנץ שמאל
דער ערליכער זאגט מ'דארף תפילות ישראל
פארנומען איז מען מיט די וואקל-שטאטן
שטארקע סברות הערט מען פון ביידע זייטן
-
אנגעצויגן ביז גאר בין איך שוין גענוג געווען
גייט מיך שוין נישט אן וואס דא וועט געשען
כ'פּלאָג מיך אריין און כ'הער מער נישט אויס
איך טאָן פון די גאנצע אנגעצויגנקייט ארויס
מוזיק אין מיינע אויערן טוען גאר הויך שפילן
אזש כ'טו די גאנצע נערוועזקייט נישט פילן.
-
וואס?! כ'הער נישט!!!
איינער איז באגליקט און איינער באשמיצט
יענע רויטע אדער בלויע קאנדידאט
שטייגט שוין איבער זיין קעגנער כמעט
ער וויל יענעם און א צווייטער וויל אים
יענער סטעיט איז א שטיקל פראבלעם
עריזאנע פאר אים מישיגען פאר איר
וואל-טאג אין אמעריקע שטייט ביים טיר
עטליכע טוען ממש פון די הויט טאנצן
פאר וועם גייט די וואקלדיגע וויסקאנסין?
איינער זאגט פענסילוועניע איז די שליסל
א צווייטער זאגט לאמיר צואווארטן אביסל
רעפובליקאנער: טראמפ מארשירט צו זיג
דעמאקראטן: טראמפ געווינט קומט א קריג!
א דריטער אלץ-ווייסער טענה'ט גראדע
אז ס'גאר וויכטיג צו קוקן אויף נעוואדע
דזשארדזשיע גייט זיכער פאר טראמפ
אריינגעשאסן געלט דארט ווי א פאמפ
נארט קעראליינע הער איך איז גאנץ שמאל
דער ערליכער זאגט מ'דארף תפילות ישראל
פארנומען איז מען מיט די וואקל-שטאטן
שטארקע סברות הערט מען פון ביידע זייטן
-
אנגעצויגן ביז גאר בין איך שוין גענוג געווען
גייט מיך שוין נישט אן וואס דא וועט געשען
כ'פּלאָג מיך אריין און כ'הער מער נישט אויס
איך טאָן פון די גאנצע אנגעצויגנקייט ארויס
מוזיק אין מיינע אויערן טוען גאר הויך שפילן
אזש כ'טו די גאנצע נערוועזקייט נישט פילן.
-
וואס?! כ'הער נישט!!!