וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7292
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ווען מיר זענען אויפגעוואקסן, האט א ריזיגע חלק ציבור געטראגן רעזשוואלקעס, בפרט פרייטאג צו נאכטס (אור המקיף סיבות), אדער ווען עס איז געווען קאלט אינדרויסן, איז דאס געווען דער שבת'דיגער מאנטל, מען האט אפילו געקענט מעניועלי אריינלייגן און ארויסנעמען א פוטער (אזא האריגע לבוש, פאר ווער עס ווייסט נישט) וואס זאל מאכן דעם רעזשוואלקע מער אדער ווייניגער ווארעם.

לעצטע וואך איז ארומגעפארן א "קאמפיין" פון הרב יונתן שווארץ, אז ער האט א חתן וואס דארף א רעזשוואלקע "נאר פאר די נאכט פון די חתונה" ממילא איז אים א שאד צו קויפן איינס, ע"כ זוכט ער א מתנה על מנת להחזיר נאר פאר די חתונה נאכט (ענליך צו א כלה קלייד, וואס מען נעמט ארויס נאר פאר די עטליכע שעה...).

די רעספאנס דערצו האט מיר ערשטוינט. יונתן האט געלאזט וויסן אז ער האט באקומען אומצאליגע רופן פון יונגעלייט וואס זיי האבן באקומען רעזשוואלקעס צו די חתונה און זיי דארפן עס נישט, ער קען עס נעמען "פאר קיעפס", לעולם ועד.. א מתנה שלא ע"מ להחזיר...

ווייסט איינער וואס איז פשט דערפון? פארוואס נוצט מען עס מער נישט? אקעי, ווילסט עס נישט נוצן פרייטאג צו נאכטס, האלטסט ביסט נאך נישט ראוי צו קבלה, און דו ביסט נישט אינטרעסירט אין מסורה, נו גוט... אבער ניטעמאל צו נוצן פאר די קאלטע ווינטער נעכט? בפרט אז היינט מאכט מען עס שוין לייכטער, און טייל קאמפאניס שטעלן צו א מעיל בילט-אין אין פאל פון א רעגן. וואס איז די התנגדות דערקעגן?
פשוט און גראד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

אינז זענען פולי מיט דיר!
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7484
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ווייל ווען מען טוט זאכן אן פארשטיין פארוואס מען טוט עס, און עס איז אומבאקוועם צו טוהן, זוכט מען די וועג ארויס.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

שיסן א לג בעומר שיסער
שפילן דריידל
איז אנגענומען ווי יסודות הדת
גיין מיט א רעדזשוואלקע? מאן דכר שמיה

הגם אלע דריי ברנעגט דער בני יששכר....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13651
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

תגובה דורך צוויי גילדען »

רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am

און פון נעמט זיך עס אזוי לחומרא ביי די לעפקאוויטש'עס?
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פשוט און גראד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am
רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.
סוי די סיבה דערינטער איז פשוט אז ס’איז נישט קיין מסורה? אדער ענדערשט אז מ’לאזט נאך?
אוועטאר
באשעפער העלף
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 2:12 pm

תגובה דורך באשעפער העלף »

דו קוקסט אלעס אויף דיינע זיידעס??

אונזערע טאטעס גייען גייט מען!
דע פארטי גייט אנגיין אויף אייביג!!!
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7484
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:39 am
שיסן א לג בעומר שיסער
שפילן דריידל
איז אנגענומען ווי יסודות הדת
גיין מיט א רעדזשוואלקע? מאן דכר שמיה

הגם אלע דריי ברנעגט דער בני יששכר....
פשוט ווייל יענס איז פאן משא״כ רעזשוואלקעס.

ווען מען כאפט וואס מיינט האבן אייגענע חשיבות, די כוח פון מלבושי כבוד, ווען מען כאפט אז your action matters, און גשמיות׳דיג זאכן ברענגט רוחניות׳דיגע שינויים ווען מען טוט עס מיט מחשבה, טוט מען אן די רעזשוואלקע מיט פראכט און שטאלץ.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13651
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

א זאך וואס אונזערע זיידעס האבן נישט, וואלט איך נישט אנגערופן ירידת הדורות ווען די אייניקלעך טוען עס נישט.
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:42 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am
רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.
און פון נעמט זיך עס אזוי לחומרא ביי די לעפקאוויטש'עס?

האקט
לעצט פארראכטן דורך צוויי גילדען אום דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
באשעפער העלף
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 2:12 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשעפער העלף »

פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:42 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am
רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.
סוי די סיבה דערינטער איז פשוט אז ס’איז נישט קיין מסורה? אדער ענדערשט אז מ’לאזט נאך?
די עיקר סיבה איז ווייל מ'ווייסט ניטאמאל די טעם פארוואס מגייט דערמיט וועגן דעם לאזט מען נאך
דע פארטי גייט אנגיין אויף אייביג!!!
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

וועלן די פארצייטישע פרעסטן און זאווערוכעס צוריק קומען
וועלן די רעדזוואלקעס (מיטן האריגען פוטער...) אויך צוריק קומען...
און אפשר אויך די נאסטאלגישע קוטשמעס...

דערווייל זינגשע..
א רעדזשוואלקע אן אלטן
דארף מען גוט באהאלטן
בחדרי חדרים זייער גוט
עס זאל זיין א וונדער
פאר אונזערע קינדער
אז מט דעם איז געגאנגען
א ערליכע יוד..
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am
רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.
ווייס איך נישט פון וועלעכע אונזערע אונגארישע זיידעס דו רעדסט....

די אויבערלענדישע אידן פלעגן גיין נישט דערמיט אבער זיי האבן אויך געדאוונט נוסח אשכנז און שבת פאר זמן תפילה
משא''כ די חסידישע.
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

כ"ה מנהג אמעריקע ואין לשנות.
איז נישט א סטעישאן װעגאן מער חסידיש װי א אדאסי? (@abeg דא )
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9095
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:44 am
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:39 am
שיסן א לג בעומר שיסער
שפילן דריידל
איז אנגענומען ווי יסודות הדת
גיין מיט א רעדזשוואלקע? מאן דכר שמיה

הגם אלע דריי ברנעגט דער בני יששכר....
פשוט ווייל יענס איז פאן משא״כ רעזשוואלקעס.

ווען מען כאפט וואס מיינט האבן אייגענע חשיבות, די כוח פון מלבושי כבוד, ווען מען כאפט אז your action matters, און גשמיות׳דיג זאכן ברענגט רוחניות׳דיגע שינויים ווען מען טוט עס מיט מחשבה, טוט מען אן די רעזשוואלקע מיט פראכט און שטאלץ.

איך שיס נישט מיט ל"ג בעומר שיסער
איך שפיל דריידל אפשר ווען די קינדער בעטן
אבער רעזשוואלקע גיי איך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

ווייזט אויס אז די ״אונז״ פון וואס מען רעדט, ווענדט זיך ווי מען דרייט זיך. אין די סביבה ווי איך דריי מיך גייט א גאר גרויסער עולם מיט רעשוואלקעס יעדען פרייטאג צונאכטס און דאס רעכנט אריין אלע סארטן, בעה״ב׳טישע יונגעלייט, כאנאקישע יונגעלייט, יונגע, אלטע, מיטליעריגע וכו׳
לעצט פארראכטן דורך אחד הרבנים אום דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am
רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.
אזוי אויך זענען זיי נישט געגאנגן קיין שטריימלעך, לאנגע רעקלעך וכו' וכו'.
כאטש האבן זיי געהאט דעם פנימיות'דיגן אונגארישען יראת ה' כידוע.

היינט דער וואס גייט אנעם רעזשוואלקע ווייל ער וויל סטיקן צו זיינע אונגארישען זיידעס אשרי לו ואשרי חלקו.
אבער לאמיר וויסן וויפיל אזאנע איז דא.
לעצט פארראכטן דורך שאול ידידיה אום דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9095
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:44 am
א זאך וואס אונזערע זיידעס האבן נישט, וואלט איך נישט אנגערופן ירידת הדורות ווען די אייניקלעך טוען עס נישט.
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:42 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am
רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.
און פון נעמט זיך עס אזוי לחומרא ביי די לעפקאוויטש'עס?

האקט
די פראבלעם איז, אז ס'איז דא אסאך וואס די זיידעס זענען יא געגאנגען און די אייניקלעך גייען נישט, און די זעלבע פארקערט, וואס די זיידעס זענען נישט געגאנגען און די אייניקלעך גייען יא
ס"ה ס'האט גארנישט מיט די זיידעס, ס'האט מיט די חסיד'שע קישקע ווס די ברענד נעים שבת דזשעקעט

געב א טשעק אויס, וויפיל פון די וואס גייען נישט מיט די רעזשוואלקע מיט די 'תירוץ' אז מיין זיידע איז אויך נישט געגאנגען, אויב ער גרייט אן קנויטן פאר חנוכה אזוי ווי די זיידע, און אויב ער דאוונט שחרית ווען די זיידע האט געדאוונט ועוד ועוד
לעצט פארראכטן דורך מי יודע אום דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
באשעפער העלף
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 2:12 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשעפער העלף »

וואלט געווען כדאי אז איין סדר אין ישיבה זאל מען לערנען מיט די בחורי חמד אידישקייט מנהגים השקפה וכו'
דע פארטי גייט אנגיין אויף אייביג!!!
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

ביי אונז אין גאליציע איז מען אייביג געגאנגען עד היום , אין באבוב גייט יעדער מיט עס
די וואס זיין טאטע אין זיידע איז געגאנגען אין ער גייט נישט איז א שטיקעל קל
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:42 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am
רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.
און פון נעמט זיך עס אזוי לחומרא ביי די לעפקאוויטש'עס?
אויך אז זייערע בחורים גייען רעקלעך ביי של''ס יהרג ואל יהרוג.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13651
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שאול ידידיה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:48 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:40 am
רוב פון אונזערע -אונגארישע- זיידעס פלעגן עס קיינמאל האבן.
און ווער ס'האט נאך זיידעס פון אמאל ווייסט אז זיי טוען עס נאכאלץ נישט אן.
אזוי אויך זענען זיי נישט געגאנגן קיין שטריימלעך, לאנגע רעקלעך וכו' וכו'.
כאטש האבן זיי געהאט דעם פנימיות'דיגן אונגארישען יראת ה' כידוע.

היינט דער וואס גייט אנעם רעזשוואלקע ווייל ער וויל סטיקן צו זיינע אונגארישען זיידעס אשרי לו ואשרי חלקו.
אבער לאמיר וויסן וויפיל אזאנע איז דא.
ניין.
מ'גייט נישט אן די רעזשווילקע וועגן מסורה.. נישט ווייל מ'וויל גיין אינעם זיידענס דרכים.

אבער כ'וואלט נישט אנגערופן ירידת הדורות ווען מ'טוט סך הכל וואס די זיידעס 'מיט די שטריימלעך' טוען.

און אפילו מ'פארשטייט די חשיבות פון א רעזשווילקע מוז מען עס נאכנישט אנטון, און איז נישט קיין ירידת הדורות ווען מ'טוט ווי דער זיידע.

וויפיל מענטשן מאכן קידוש שבת צופרי מיטן טלית? ס'איז די זעלבע טעם און כ'מיין אז ביי רוב חסידות'ער גייט מען מיטן טלית ביי קידוש. אבער כהיום טוט עס אויך א גרויס עולם אויס בעפאר.
פשוט און גראד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

עגעין די שאלה איז געווען, וואס די סיבה פארוואס דער עולם גייט נישט.

נאכגעלאזנקייט?

אדער גאארנישט מיט דעים.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

איך פיר מיר עד היום צוו גיין מיט א רעשוואלקע שבת און יום טוב ביי מעריב און ביי קידוש אפגעזעעהן ווי הייס עס איז, די פיטער ליגט אינדר4ויסן שוין יארן, רעבעצין האט מיר לעצטענס געפרעגט פארוואס איך דארף עס, האב איך איר געענטפערט, אז עס איז דא פלעצער, למשל אין ניו יארק איז קאלט, מיר וואוינען דערווייל בארצות החמין א גאנץ יאר
פשוט און גראד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 28, 2019 4:52 pm

Re: וואס איז געשען מיט אונזערע רעזשוואלקעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט און גראד »

שמן זית האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:54 am
איך פיר מיר עד היום צוו גיין מיט א רעשוואלקע שבת און יום טוב ביי מעריב און ביי קידוש אפגעזעעהן ווי הייס עס איז, די פיטער ליגט אינדר4ויסן שוין יארן, רעבעצין האט מיר לעצטענס געפרעגט פארוואס איך דארף עס, האב איך איר געענטפערט, אז עס איז דא פלעצער, למשל אין ניו יארק איז קאלט, מיר וואוינען דערווייל בארצות החמין א גאנץ יאר
רעספעקטירט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”