איינזאמקייט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

איינזאמקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

.



שוואכע שאטנס אויף די פאדלאגע און ווענט,
די הענגלייכטער שיינט, די ליכטל ברענט,
אפן איז דער צימער טיר, אפן ברייט,
אבער פארמאכט מיינע אויגן.

די טונקעלע איינזאמקייט.

ליכט, פלעגן צום לייכטן טויגן.
פינסטער האט לעצטנס ניי באדייט.
זינט זי האט זיך מיט מיינע אויגן באקענט,
זיכער אזוי ווען איבער די אויגן, זענען די הענט.


ריק א האנט, קלאפט אין קעשענע צוויי צענט,
ווידערקול ווארפט אן אייביגער מאמענט,
אויב כאפן, כאפן דעם אטעם גרייט,
ווי בליי, יעדע אטעם געוואויגן.

די שטיקנדע איינזאמקייט.

די לונגען שטייף צוזאמגעצויגן,
לופט אין צימער, אפן די טיר שטייט,
ווערטער, מיינע נאנטע פריינט, איר זענט,
רעדן, אטעמען. איך שמעק אש, עפעס ברענט.


א י י נ ז א מ ק י י ט.


.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג.
אוועטאר
מקדש שביעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 7:00 pm

Re: איינזאמקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקדש שביעי »

זייער... זייער... זייער... "אויסנאם פיין"...
אוועטאר
נאכטאיש
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:59 pm
לאקאציע:אונטער די גרינינקע בוימעלעך

Re: איינזאמקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכטאיש »

אוי וויי.. זייער שיין!
מ'טראכט ביינאכט וואס מ'חלומט בייטאג.
הייליגע נשמה
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 11, 2024 2:06 pm
לאקאציע:אויפן שיף

Re: איינזאמקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע נשמה »

זייער פיין אין גוט
נישט קיין חילוק וואס . א איד איז אייביג הייליג
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”