מעגליכע היסטארישע אויפדעקונג - ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפיצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
סאדיגורה
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

מעגליכע היסטארישע אויפדעקונג - ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפיצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

קען איינער אריינקומען מיט מער אינפערמאציע?
בכלל, ווער איז ער געווען?
שקיעה
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

בילדער?
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

סאדיגורה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:16 pm
קען איינער אריינקומען מיט מער אינפערמאציע?
בכלל, ווער איז ער געווען?
איידעם פונם הייליגן דברי חיים
(א ווינדער א סאדיגורער ווייסט נישט....)

זון פון רבי יושע מקאמינקא בן הה''ק רבי שלום מקאמינקא
געוועזענע 'יהיה כן' ניק
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

מקום מנוחת קדשו
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-11-07 172504.jpg
Screenshot 2024-11-07 172504.jpg (166.94 KiB) געזען 1345 מאל
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

בחרדת קודש ווערט באקאנט בעולם החסידות ארום די היסטארישע אנטפלעקונג פון מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפיצינער זי"ע, וואס איז נאך לאנגע יארן פון קאמפליצירטע פארש-ארבעט און זוכעניש אנטדעקט געווארן אין א בונקער אין שטאט 'סאסנאוויץ', וואו רבי אלעזר'ל איז נסתלק געווארן בשנות הזעם ביי די ביטערע צווייטע וועלט קריג מיט 80 יאר צוריק.

רבי אלעזר'ל אושפיצינער איז געווען אן איש קדוש וצדיק נשגב, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, און האט געפירט זיין רבי'שן הויף אין שטאט אושפיצין, פוילן, שפעטער באקאנט געווארן אלס די טרויעריג-בארימטע שטאט אוישוויץ, וואו מיליאנען קדושים הי"ד זענען אומגעקומען על קידוש ה'.

אין די יארן איידער די קריג, בשנת תרצ"ו, האט רבי אלעזר'ל איבערגעלאזט זיין הויף און חסידים אין פוילן און ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל, זייענדיג אלט פיר און זיבעציג יאר, און איז שוין געווען שוואך און קראנק, שטרעבנדיג דארט אויסצולעבן זיינע יארן בקדושה וטהרה. פון א גרויסע דירה אין אושפיצין האט רבי אלעזר'ל זיך קווארטירט אין א קליינע הייזקע אין מאה שערים, וואס שטייט נאך ביז'ן היינטיגן טאג אויף רחוב חיי אדם.

רבי אלעזר'ל וואלט דארט פארבליבן אויסלעבן זיינע יארן, נאר די פארבליבענע בני המשפחה אין פוילן האבן זיך געבעטן ביי אים ער זאל זיך אהיימקערן קיין פוילן, וואו ער וועט זיך בעסער קענען היילן ביי די ארטיגע בעסערע שפיטעלער וואס קענען זיך אפגעבן מיט זיין מחלה. בלויז געציילטע וואכן איידער'ן קריג-אויסברוך איז רבי אלעזר'ל אנגעקומען צוריק קיין פוילן. ווען די קריג האט אויסגעבראכן איז רבי אלעזר'ל אנטלאפן קיין סאסנאוויץ, און נאך א קורצע צייט האט מען פארלוירן זיינע שפורן, נישט וויסנדיג וואו ער איז אנגעקומען און וואו ער באהאלט זיך.

לויט ווי ס'איז שפעטער פעסטגעשטעלט געווארן איז רבי אלעזר'ל געווען א לאנגע תקופה אויסבאהאלטן אין א בונקער אין סאסנאוויץ, און דארט האט ער אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה, אויפ'ן אנגעבליכן דאטום פון כ"ז תמוז תש"ג. אין לויף פון צענדליגער יארן איז אנגעגאנגען א זוכעניש דורך זיינע אייניקלעך און אושפיצינע חסידים וואס האבן איבערגעלעבט די קריג, אין די לעצטערע יארן האט מען אויך איינגעשפאנט אין די מיסיע א גרויסער חוקר אין דעם נושא פון אידישע בתי עלמין אין פוילן, מאיר בולקע.

די הויפט ארבעט האט זיך געפאדערט צו דערגיין דעם אדרעס פונעם בונקער וואו רבי אלעזר'ל האט זיך אויסבאהאלטן און נסתלק געווארן, און איז לויט קראנטע באשטעטיגטע עדות'שאפט אין דעם בונקער באערדיגט געווארן.

אלס טייל פון די זוכעניש האט מען אריינגעשטעלט מודעות אין צייטונגען און מפרסם געווען מאמרים איבער דעם נושא, וואס האט ביי איין פאל געצויגן דעם אויג פון א איד אין ברוקלין, וועלכער האט געברענגט אן עדות'שאפט פון זיין זיידע, וואס שטעלט קלאר אז רבי אלעזר'ל האט זיך געפינען און נסתלק געווארן אין א געוויסן בונקער אין סאסנאוויץ, און אז אין דעם קבר האט מען אויך אריינגעלייגט א פלעשל מיט א צעטל וואו עס שטייט פארשריבן די אלע פרטים. מ'האט דאן פארמאכט דעם קבר, און אנטלאפן פונעם בונקער, אויס זארג אז די נאציס ימ"ש וועלן זיך דערוויסן פונעם קבר און דאס חרוב מאכן.

נאך א זוך-ארבעט פון העכער א יאר צייט איז מיט וואונדערליכע סיעתא דשמיא געלונגען צו אפירטרעפן דעם בונקער, וואס האט געהאט באלאנגט פאר משפחת גליקסמאן. ארכעאלאגן זענען אראפגעפארן צום ארט און אנגעהויבן גראבן אינעם בונקער, וואס שטייט שוין פארלאזט אומבארירט די לעצטע אכציג יאר, און נאכ'ן אראפגראבן אין א טיפעניש פון זעכציג מעטער, האט מען אנטדעקט דעם חלל הקבר!

כדי אפצוהאלטן די ארטיגע אינסטאנצן ארויסצונעמען דעם הייליגן גוף, האט די 'התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדע' אפגעשיקט א בריוו צו די פוילישע רעגירונג מיט א פארלאנג צו באשטימען דעם גאנצן שטח פונעם בונקער אלס אידישער בית החיים, און מ'זאל אויך דארט לאזן שטעלן א מצבה אז מ'זאל קענען קומען אהין מתפל זיין.

נאכפאלגנדיג דעם היסטארישן און רירנדער געפינס זענען פארמישט אין די פרשה א צאל רבנים און אדמורי"ם וועלכע זענען נושא ונותן איבער די ווייטערדיגע שתדלנות און הלכה'דיגע הכרעות לדעת את המעשה אשר יעשון.
געוועזענע 'יהיה כן' ניק
שקיעה
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

עפעס זאגט בחצרות אז מען האט אראפגעגראבן 60 מעטער אונטער די ערד דעס מאכט נישט קיין סענס אז מען זאל אים באגראבן אינמיטן די מלחמה אזוי טיף איינער ווייסט וואס איז פשט?
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

מקום מנוחת קדשו
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-11-07 172845.jpg
Screenshot 2024-11-07 172845.jpg (186.23 KiB) געזען 1319 מאל
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אראפגעגראבן 60 מעטער? מאכט נישט קיין סענס
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

זיי זענען געווען אין א בונקער!
דברי חכמים כדרבונות
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:29 pm

נאך א זוך-ארבעט פון העכער א יאר צייט איז מיט וואונדערליכע סיעתא דשמיא געלונגען צו אפירטרעפן דעם בונקער, וואס האט געהאט באלאנגט פאר משפחת גליקסמאן. ארכעאלאגן זענען אראפגעפארן צום ארט און אנגעהויבן גראבן אינעם בונקער, וואס שטייט שוין פארלאזט אומבארירט די לעצטע אכציג יאר, און נאכ'ן אראפגראבן אין א טיפעניש פון זעכציג מעטער , האט מען אנטדעקט דעם חלל הקבר!
היות איר שרייבט נאך ווארט ביי ווארט פון בחצרות ערווארט איך נישט דייקא פון אייך די תשובה, אבער דער וואס ווייסט/פארשטייט זאל ביטע מסביר זיין וואס איז פשט און בכלל וויאזוי איז מעגליך אהן די ריכטיגע כלים צו באגראבען 60 מעטער אינטער די בונקער ?

חוץ אויב מען רעדט פון 60 מעטער אינטער די קרקע הבית וואס איז נאר אביסעל אינטער די קרקע הבונקער.

הוספה: יעצט זעה איך אז אזנערע האבן אויך געפרעגט בשעת איך האב שוין אנגעהויבען צו שרייבן
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:34 pm
אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:29 pm

נאך א זוך-ארבעט פון העכער א יאר צייט איז מיט וואונדערליכע סיעתא דשמיא געלונגען צו אפירטרעפן דעם בונקער, וואס האט געהאט באלאנגט פאר משפחת גליקסמאן. ארכעאלאגן זענען אראפגעפארן צום ארט און אנגעהויבן גראבן אינעם בונקער, וואס שטייט שוין פארלאזט אומבארירט די לעצטע אכציג יאר, און נאכ'ן אראפגראבן אין א טיפעניש פון זעכציג מעטער , האט מען אנטדעקט דעם חלל הקבר!
היות איר שרייבט נאך ווארט ביי ווארט פון בחצרות ערווארט איך נישט דייקא פון אייך די תשובה, אבער דער וואס ווייסט/פארשטייט זאל ביטע מסביר זיין וואס איז פשט און בכלל וויאזוי איז מעגליך אהן די ריכטיגע כלים צו באגראבען 60 מעטער אינטער די בונקער ?

חוץ אויב מען רעדט פון 60 מעטער אינטער די קרקע הבית וואס איז נאר אביסעל אינטער די קרקע הבונקער.
לכאורה איז דאס דער פשט, ניין??
דברי חכמים כדרבונות
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

שקיעה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:29 pm
עפעס זאגט בחצרות אז מען האט אראפגעגראבן 60 מעטער אונטער די ערד דעס מאכט נישט קיין סענס אז מען זאל אים באגראבן אינמיטן די מלחמה אזוי טיף איינער ווייסט וואס איז פשט?
נישט געווען קיין סיבה פאר אכציג יאר צוריק צו בויען אזאלכע טיפע טונעלן, נאכנישט געווען קיין נוקלעאר,בונקער באסטער באמבעס. בכלל וויאזוי גראבט מען אזוי טיף אונטער א שטאט?

לכאורה איז עס א טעות און עס האט געדארפט שטיין 6 מעטער
לעצט פארראכטן דורך לאנטש טיים אום דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אזוי טראכט איך אבער נישט דאס שטייט דא
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:36 pm
שקיעה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:29 pm
עפעס זאגט בחצרות אז מען האט אראפגעגראבן 60 מעטער אונטער די ערד דעס מאכט נישט קיין סענס אז מען זאל אים באגראבן אינמיטן די מלחמה אזוי טיף איינער ווייסט וואס איז פשט?
נישט געווען קיין סיבה פאר אכציג יאר צוריק צו בויען אזאלכע טיפע טונעלן, נאכנישט געווען קיין נוקלעאר,בונקער באסטער באמבעס. בכלל וויאזוי גראבט מען אזוי טיף אונטער א שטאט?

לכאורה איז עס א טעות און עס האט געדארפט שטיין לכל היותר 6 מעטער
אויך זייער אסאך נאכדערצו אונטער אזעלכע אומשטענדען
6 אינטזעס וואלט איך שנעלער פארשטאנען
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

רבי אלעזר'ל איז געווען א איש קדוש ופלא
מיין זיידע ע''ה האט עם געקאנט און געהאט ביי אים א מעשה פלא

ער מיט הה'ק ר' אברהם אלימלך מקארלין, האבן פאראויס געזעהן דעם חורבן, ועם כל זאת זענען זיי צוריק געפארן פון ארץ ישראל קיין איירופא, ונספו שם הי''ד
געוועזענע 'יהיה כן' ניק
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:37 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:36 pm
שקיעה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:29 pm
עפעס זאגט בחצרות אז מען האט אראפגעגראבן 60 מעטער אונטער די ערד דעס מאכט נישט קיין סענס אז מען זאל אים באגראבן אינמיטן די מלחמה אזוי טיף איינער ווייסט וואס איז פשט?
נישט געווען קיין סיבה פאר אכציג יאר צוריק צו בויען אזאלכע טיפע טונעלן, נאכנישט געווען קיין נוקלעאר,בונקער באסטער באמבעס. בכלל וויאזוי גראבט מען אזוי טיף אונטער א שטאט?

לכאורה איז עס א טעות און עס האט געדארפט שטיין לכל היותר 6 מעטער
אויך זייער אסאך נאכדערצו אונטער אזעלכע אומשטענדען
6 אינטזעס וואלט איך שנעלער פארשטאנען
6 אינטשעס איז נישט קיין בונקער... סתם א בונקער איז ארום 10-20 פיס אינטערן ערד, דאס מאכט סענס (ווייניגער ווי 10 פיס קען זיך די בונקער צוזאמלייגן)
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:40 pm
נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:37 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:36 pm
שקיעה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:29 pm
עפעס זאגט בחצרות אז מען האט אראפגעגראבן 60 מעטער אונטער די ערד דעס מאכט נישט קיין סענס אז מען זאל אים באגראבן אינמיטן די מלחמה אזוי טיף איינער ווייסט וואס איז פשט?
נישט געווען קיין סיבה פאר אכציג יאר צוריק צו בויען אזאלכע טיפע טונעלן, נאכנישט געווען קיין נוקלעאר,בונקער באסטער באמבעס. בכלל וויאזוי גראבט מען אזוי טיף אונטער א שטאט?

לכאורה איז עס א טעות און עס האט געדארפט שטיין לכל היותר 6 מעטער
אויך זייער אסאך נאכדערצו אונטער אזעלכע אומשטענדען
6 אינטזעס וואלט איך שנעלער פארשטאנען
6 אינטשעס איז נישט קיין בונקער... סתם א בונקער איז ארום 10-20 פיס אינטערן ערד, דאס מאכט סענס (ווייניגער ווי 10 פיס קען זיך די בונקער צוזאמלייגן)
מען רעדט דא פון די קבר "אונטער" די בונקער, נישט די עצם בונקער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36815
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

60 מעטער איז א 20 שטאק טיף, געוויס איז די רעדע פון זעקס מעטער כנ"ל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

דאס איז נאכגעשריבן פון אן העברעישן ארטיקל דעם סוכות, די משפחה לייקנט.
ראש גולם אריאל
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

מען האט אים געמאכט א טהרה?

ס'איז געווען א מנין ביי זיין לויה?
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
שקיעה
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 02, 2024 5:25 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקיעה »

ער האט קינדער וואס לעבן היינט אין ווער זענען זיינע אייניקליך איינער ווייסט
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:29 pm
בחרדת קודש ווערט באקאנט בעולם החסידות ארום די היסטארישע אנטפלעקונג פון מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפיצינער זי"ע, וואס איז נאך לאנגע יארן פון קאמפליצירטע פארש-ארבעט און זוכעניש אנטדעקט געווארן אין א בונקער אין שטאט 'סאסנאוויץ', וואו רבי אלעזר'ל איז נסתלק געווארן בשנות הזעם ביי די ביטערע צווייטע וועלט קריג מיט 80 יאר צוריק.

רבי אלעזר'ל אושפיצינער איז געווען אן איש קדוש וצדיק נשגב, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, און האט געפירט זיין רבי'שן הויף אין שטאט אושפיצין, פוילן, שפעטער באקאנט געווארן אלס די טרויעריג-בארימטע שטאט אוישוויץ, וואו מיליאנען קדושים הי"ד זענען אומגעקומען על קידוש ה'.

אין די יארן איידער די קריג, בשנת תרצ"ו, האט רבי אלעזר'ל איבערגעלאזט זיין הויף און חסידים אין פוילן און ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל, זייענדיג אלט פיר און זיבעציג יאר, און איז שוין געווען שוואך און קראנק, שטרעבנדיג דארט אויסצולעבן זיינע יארן בקדושה וטהרה. פון א גרויסע דירה אין אושפיצין האט רבי אלעזר'ל זיך קווארטירט אין א קליינע הייזקע אין מאה שערים, וואס שטייט נאך ביז'ן היינטיגן טאג אויף רחוב חיי אדם.

רבי אלעזר'ל וואלט דארט פארבליבן אויסלעבן זיינע יארן, נאר די פארבליבענע בני המשפחה אין פוילן האבן זיך געבעטן ביי אים ער זאל זיך אהיימקערן קיין פוילן, וואו ער וועט זיך בעסער קענען היילן ביי די ארטיגע בעסערע שפיטעלער וואס קענען זיך אפגעבן מיט זיין מחלה. בלויז געציילטע וואכן איידער'ן קריג-אויסברוך איז רבי אלעזר'ל אנגעקומען צוריק קיין פוילן. ווען די קריג האט אויסגעבראכן איז רבי אלעזר'ל אנטלאפן קיין סאסנאוויץ, און נאך א קורצע צייט האט מען פארלוירן זיינע שפורן, נישט וויסנדיג וואו ער איז אנגעקומען און וואו ער באהאלט זיך.

לויט ווי ס'איז שפעטער פעסטגעשטעלט געווארן איז רבי אלעזר'ל געווען א לאנגע תקופה אויסבאהאלטן אין א בונקער אין סאסנאוויץ, און דארט האט ער אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה, אויפ'ן אנגעבליכן דאטום פון כ"ז תמוז תש"ג. אין לויף פון צענדליגער יארן איז אנגעגאנגען א זוכעניש דורך זיינע אייניקלעך און אושפיצינע חסידים וואס האבן איבערגעלעבט די קריג, אין די לעצטערע יארן האט מען אויך איינגעשפאנט אין די מיסיע א גרויסער חוקר אין דעם נושא פון אידישע בתי עלמין אין פוילן, מאיר בולקע.

די הויפט ארבעט האט זיך געפאדערט צו דערגיין דעם אדרעס פונעם בונקער וואו רבי אלעזר'ל האט זיך אויסבאהאלטן און נסתלק געווארן, און איז לויט קראנטע באשטעטיגטע עדות'שאפט אין דעם בונקער באערדיגט געווארן.

אלס טייל פון די זוכעניש האט מען אריינגעשטעלט מודעות אין צייטונגען און מפרסם געווען מאמרים איבער דעם נושא, וואס האט ביי איין פאל געצויגן דעם אויג פון א איד אין ברוקלין, וועלכער האט געברענגט אן עדות'שאפט פון זיין זיידע, וואס שטעלט קלאר אז רבי אלעזר'ל האט זיך געפינען און נסתלק געווארן אין א געוויסן בונקער אין סאסנאוויץ, און אז אין דעם קבר האט מען אויך אריינגעלייגט א פלעשל מיט א צעטל וואו עס שטייט פארשריבן די אלע פרטים. מ'האט דאן פארמאכט דעם קבר, און אנטלאפן פונעם בונקער, אויס זארג אז די נאציס ימ"ש וועלן זיך דערוויסן פונעם קבר און דאס חרוב מאכן.

נאך א זוך-ארבעט פון העכער א יאר צייט איז מיט וואונדערליכע סיעתא דשמיא געלונגען צו אפירטרעפן דעם בונקער, וואס האט געהאט באלאנגט פאר משפחת גליקסמאן. ארכעאלאגן זענען אראפגעפארן צום ארט און אנגעהויבן גראבן אינעם בונקער, וואס שטייט שוין פארלאזט אומבארירט די לעצטע אכציג יאר, און נאכ'ן אראפגראבן אין א טיפעניש פון זעכציג מעטער, האט מען אנטדעקט דעם חלל הקבר!

כדי אפצוהאלטן די ארטיגע אינסטאנצן ארויסצונעמען דעם הייליגן גוף, האט די 'התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדע' אפגעשיקט א בריוו צו די פוילישע רעגירונג מיט א פארלאנג צו באשטימען דעם גאנצן שטח פונעם בונקער אלס אידישער בית החיים, און מ'זאל אויך דארט לאזן שטעלן א מצבה אז מ'זאל קענען קומען אהין מתפל זיין.

נאכפאלגנדיג דעם היסטארישן און רירנדער געפינס זענען פארמישט אין די פרשה א צאל רבנים און אדמורי"ם וועלכע זענען נושא ונותן איבער די ווייטערדיגע שתדלנות און הלכה'דיגע הכרעות לדעת את המעשה אשר יעשון.
געווען אין היברעאישע משפחה, שפעטער אויף די איזראעלי נייעס וועבזייטלעך פון די פרייע הארץ ביז בחדרי.

זעהט אויס עס האט גענומען צייט צו איבערטייטשן די בחדרי ארטיקל צו אידיש, עס ענדלט גאר שטארק.
(זעהט אויס עפעס פאליטיק ווייל בחדרי האט מיסטעריעז אראפגענומען די ארטיקל)
https://www.haaretz.co.il/news/magazine ... ff7f4e0000
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8915
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

רוויגו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:52 pm
מען האט אים געמאכט א טהרה?

ס'איז געווען א מנין ביי זיין לויה?

אינמיטן ברען פונעם קריג?
לעצט פארראכטן דורך אונגארישע הייזער אום פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 11:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

שקיעה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 6:11 pm
ער האט קינדער וואס לעבן היינט אין ווער זענען זיינע אייניקליך איינער ווייסט
viewtopic.php?t=72227&start=75#:~:text= ... 1%D7%9F%3A
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

שקיעה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 5:19 pm
בילדער?
אטעטשמענטס
בזקנותו
בזקנותו
רא מאושפיצין בזקנותו.jpg (29.16 KiB) געזען 2349 מאל
רא מאושפיצין.jpg
רא מאושפיצין.jpg (27.97 KiB) געזען 2349 מאל
צוזאמען מיט גיסו הרה"ק מטשחויב
צוזאמען מיט גיסו הרה"ק מטשחויב
אושפיצין טשחויב.jpg (34.86 KiB) געזען 2349 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”