מיין הערצעלעס טריעטמענט פון ketamine
איך האב געשריבן דא אויפן סייט אפאר וואכן צוריק אז איך גרייט מיר צו נעמען ketamine יעצט ווערט 24 שעה נאכן עס נעמען און איך וועל אראפ שרייבן וויזוי עס איז אדורך
קודם וועל איך אנפאנגן מיט א קוויק בריפינג פון וויזוי איך בין דארט אנגעקומען
איך בין אין טערעפי שוין איבער א יאר פאר טראומע און ענקזייעטי און נאך אפאר זאכן און ב"ה מיט שטארקע רעזאלטס
פון אנפאנג בין איך געווען זייער פארמאכט און פארקנאקט און עס איז מיר געווען זייער שווער זיך צו עפענען
מיין טעראפיסט האט געהאלטן אז זאכן קענען זיך ריקן אסאך שנעלער האט ער מיר געזאגט אז איך זאל גיין נעמען 2 טריעטמענטס פון ketamine
Ketamine איז א געוויסע מין דראג וואס געווענטליך געט מען עס דורך IV און דעס העלפט צו לייגן שלאפן געוויסע ריסעפטערס אינעם מוח פאר א שטיק צייט און אזוי קען מען בעסער זיך עפענען אן דעם וואס די מענטש זאל אזוי שטארק פילן די זאכן וואס שטערן אים
די עצם טריעטמענט איז נישט די ישועה
די עיקר ארבעט איז אין די טעג נאכן טריעטמענט וואס מען דארף אראפ שרייבן זאכן וואס קומען ארויף וכו און אין די נעקסטע פאר טעג דארף מען זיין ביים טעראפיסט
סאו נעכטן נאכמיטאג האב איך געגעסן סאפער... ווייל מען טאר גארנישט עסן פון בערך 3 שעה פארדעם מען מעג נאר טרינקן
אויפן וועג אהיים טאר מען נישט דרייוון סאו בין איך אהין געפארן מיט א UBER
די מענטש (א סייקאלעדזשיסט) וואס געט עס איז שוין געווען אנגעגרייט דורך מיין טעראפיסט מיט די זאכן וואס ער האט געדארפט וויסן פון מיר
די ערשטע זאך ווען איך בין דארט אנגעקומען האב איך געדארפט אויספילן ליגעל פעיפערווארק ווי אז איך בין נישט געצווינגן עס צו נעמען און איך גיי נישט דרייוון פאר 2 שעה נאכן סעשן און אז איך געב אים איבער די רעכט צו שעירן זאכן מיט מיין טעראפיסט (פאר מיין טעראפיסט אליין האב איך שוין לאנג געגעבן פערמישן אז ער קען שעירן מיינע זאכן מיט וועם ער פילט פאר וויכטיג) וכו
נאכדעם האט זיך אנגעפאנגן א קאנווערסעישן פון בערך א האלבע שעה ווי ער האט מיר אויסגעפערגט אסאך שאלות ווייל כדי צו נעמען די טריעטמענט דארף מען זיין אין זייער א גוטע פעזישן סיי פיזיקלי און סיי מענטעלי און ער האט גענומען מיינע וויירעלס
ער האט מיר מסביר געווען פארשידענע זאכן וואס איך קען עקספיריענסן איך האב מיר באמת געפריידט אז איך האב שוין נאך א יאר אין טערעפי געקענט אים זאגן אפן אלע מיינע פראבלעמען אן זיין אזוי פארמאכט
ער האט מיר אריינגעלייגט די IV און מיר אויסגעסטרעטשט אויף א רעקליינער מיר געמאכט זייער קאמפטערבל און מיר צוגעדעקט מיינע אויגן ווייל עס שטערט זייער שטארק ווען מען זעהט לייט אין מיטן די טריעטמענט און ער האט מיר אנגעטון העדפאונס מיט רילעקסינג מיוזיג און דא האט זיך עס אנגעפאנגן
די ערשטע פאר סקונדעס האב איך גארנישט געפילט אבער עס האט גערינען טרערן פון מיינע אויגן און פליצלינג האב איך אנגעפאנגן צו פילן אזוי מין שלעכט איך האב נישט געוויסט אויף וועליכע וועלט איך בין צו איך בין א מענטש צו א דומם צו איך לעב אדער טויט בקיצור עס איז געווען זייער א שלעכטע פילינג און ער האט עס גראד אראפ געמאכט אויף שוואכער און איך האב מיר בארואיגט נאך אפאר מינוט און פון דארט און ווייטער איז עס געפארן רואיג די גאנצע צייט
ער האט די גאנצע צייט קעיר גענומען פון מיר מיטן מאכן פילן סעקיורט און עס איז געווען א עכטע רילעקסינג טיים ווי מיין באדי האט זיך אויפגעלאזט פון אסאך טענשן און פארשידענע זאכן זענען צוביסלעך ארויף געקומען וואס ער האט גענומען נאוטס דערפון און עס שפעטער געשיקט פאר מיין טעראפיסט
נאך בערך א שעה האט זיך עס געענדיגט און ער האט מיר צוביסלעך געמאכט מער זיצעדיג און מיר צוריק געברענגט אויף די וועלט און נאכדעם האבן מיר געשמועסט פאר נאך בערך א שעה
און פאר איך האב מיר אויפגעשטעלט האט ער מיר געזאגט אז איך דארף זייער וואטשן וויזוי איך וואק ווייל איך וועל זיין זייער דיזי
למעשה בין איך געווען נאר אביסל דיזי אבער איך האב געפילט אז איך האב נאך די דראג אין מיין באדי און אסאך פלעצער זענען נאך געווען אביסל שוועבעדיג
נישט שוועבעדיג ממש אבער איך האב געפילט אז די דראג איז די ריעקשן פון די דראג איז נאך דארט
ער האט מיר געגעבן זאפערין אז טאמער איך פאנג אן צו פילן איבלען ווען מיין בויך ווערט צוריק אויסגעקלינט פון די דראג זאל איך עס נעמען
איך בין אהיים געפארן מיט א UBER שוין שפעט ביינאכט און איך בין אנגעקומען אהיים האב איך אנגעפאנגן צו ציטערן אז איך גיי האבן שרעקעדיגע חלומות גיי ווייס פארוואס איך האב מיר אזוי דערשראקן איי געס עפעס טראומע וואס איז רילעיטעד צו דעם איז געווארן געטריגערט סאו איך האב געמעסידזשד מיין טעראפיסט מיט די סייקאלעדזשיסט און זיי האבן מיר בארואיגט און איך האב למעשה גענומען די זאפערין און געגאנגן שלאפן
היינט צופרי בין איך געהעריג אויפגעשטאנען כאחר האדם אפילו מיט די ווייניג שלאף און אגאנצן טאג האב איך ב"ה געקענט געהעריג פאוקעסן אין דזשאב אבער איך האב גענומען אלעס אסאך רואיגער ווי סתם א טאג
א גאנצן טאג האב איך געהאלטן אין איין מעסידזשן מיין טעראפיסט מיט זאכן וואס זענען מיר ארויפגעקומען און אין די קומענדיגע טעג וועל איך האבן א סעשן מיט אים
(איך פיל מיר אביסל פאני מיטן עס אפשרייבן אויך די סייט בעת עס איז נישט אזוי שטארק די סדר דא אז מען זאל עס טון אבער איך האף אז אנדערע וועלן קענען ארויסנעמען די גוטע חלקים דערפון און מיר מאכט עס אויך גוט פילן אז איך שרייב עס אראפ
עני שאלות קען מען פרעגן און איך וועל בלי"נ טרייען צו ענטפערן אויף וויפול איך וועל קענען)