מיין טערעפיסט האט מיך ארויסגעווארפן!!!
שוין א וואוילער מעקעניק, עפענט די נאז פונעם קאר, קוקט אהין און אהער, דרייט, מאכט צו, גיסט, ווישט, בקיצר ער קומט צו צו מיר און בעט מיר מיינע שליסלעך, דיין קאר האט נישט קיין שום פראבלעם לפי עניות דעתי, אלעס איז טאטעלי מסודר, איך מיז דאס אליין ארום דרייוון צו כאפן די פראבלעם!!
ער גיבט זיך א זעץ אריין אין די קאר, א פרעס די סטארט קנעפל, און טאנצט ארויס פון קאר מיט א שיטרע פנים, האלא!!! דו ווייסט וואס גאז איז דו צודרייטער?? יא איז מיין בלעכענע תשובה!! נו אויב אזוי פארוואס פילסטו נישט אן דיין טאנק ווען ס'ליידיג, דו האסט נישט וואס צו טון מיט מיין צייט, דו מיינסט אז דיין פענצי נייע קאר דארף נישט קיין געז!!
א קאר פארט נישט אן קיין געז דו פארשטייסט!!!
אקעי now צום נמשל!!
די באשעפער האט באשאפן די מענטש פאר א סיבה און תכלית, און כדי די מענטש זאל טון זיין תפקיד האט דער באשעפער געמאכט אז ער זאל נישט קענען אנגיין אן געוויסע זאכן וואס דער מענטש דארף טון און האבן,
למשל א מענטש דארף עסן, שלאפן, טרינקן, ועוד ועוד, און דאס איז דער גורם אז דער מענטש זאל טון די אלע זאכן, און מיט דעם מעלה זיין די בריאה און זיין נשמה,
און דאס איז צוטיילט אין צוויי חלקים ס'דא זאכן וואס דער גוף דארף האבן כדי אנצוגיין, און נאכדעם איז דא זאכן וואס דער נפש דארף כדי אנצוגיין און נישט צוזאמברעכן פון גייסטליכע פראבלעמן!!
איינע פון די זאכן וואס דער נפש פון א מענטש דארף האבן כדי צו קענען אנגיין איז שמחת החיים, סיפוק, און א יעדער נפש בטבעו לעכעצט און זיכט פאר שמחה, (אויב ס'איז נאך געזונט, ווייל איינמאל מ'פאלט אריין אין א דיפרעשן איז דא געוויסע פעמים וואס די מענטש זיכט עצבות וכו') און דער מענטש וועט טון אלעס און דער וועלט צו קענען סערווירן פאר זיין נפש אביסעלע סיפוק!!
און די איינצוגסטע וועג ווי אזוי א מענטש קען אנקומען צו שמחה און סיפוק איז ווען דער מענטש פילט אן זיין טאג!!!! און דער באשעפער האט עס דירעקט אויסגעשטעלט אזוי, ווייל דאס טרייבט די מענטש צו טון און אויפטון! וואלט ווען א מענטש געווען פריילעך אפילו ווען ער שטיפט די צייט, וואלטן זייער אסאך מענטשן געפאפן א גאנצן טאג און גארנישט געטון, און די וועלט וואלט חרוב געווארן!!!
באדעם ליין: שמחה סיפוק איז נישט מעגליך צו האבן ווען מ'שטיפט די צייט און מ'האט נישט וואס צו טון!!!!!
פארפאלן קענסט גיין צו מחובר, בשבילי הלב, נפש עמוקה, נפש תרופה, וואו די ווילסט נאר, די גייסט קיין שמחה קיינמאל קונה זיין אויב שטיפסטו די צייט, סארי פאר דיין געלט וואס האסט ארייגעגאסן אין טערעפי,
זיצן הינדרעטע אינגעלייט ביי טערעפי און ביי שיעורים, און זענען ברור ביי זיך אז זיי זענען קראנקע נפשות, יעדען טאג מיט פרישע פראבלעמן פון א' ביז ת' פון a to z אלע מינע דייעגנאזעס האט מען שוין ארויפגעגאסן אויף זיי נעבעך, שווערע אלפים און רבבות געספענט!!!
שעפעלע ביסט נעבעך בכלל נישט קראנק, ביסט טאטעלי געזונט, די ביסט פשוט א ליידיג גייער די האסט נישט וואס צו טון, ממילא איז דיין נפש הינגעריג און קראנק און מיד און אויסגעלאשן,
ביסט פינקט ווי די קאר אן קיין געז!!! און טאמער גייסט נישט אנפאנגען טון עפעס מיט דיין טאג, גייסטו קיייייייייייייייייינמאל נישט געזונט ווערן!!!!!
און אויב דארפסטו א ראי' פאר דעם קוקט דיך אן!!!!!
און קום אריין צו מיין טערעפיסט, און איך וויל מיך אנפאנגען אויסצוויינען אויף מיין פאר'צרה'ט לעבן, פרעגט ער מיר צו איך האב א 9 טא 5 דזשאב? זאג איך אים ניין, פרעגט ער מיר צו איך לערן 12 שעה א טאג? זאג איך אים ניין! זאגט ער מיר סארי ער העפלט נישט קיין מענטשן, נאר אויב מ'האט א ביזי 9 טא 5 דזשאב, אדער א צעטיל פון א ראש הכולל אז מ'לערנט 12 שעה פלייסיג, ער איז נישט קיין גנב זאגט ער מיר, סגייט גארנישט העלפן די טערעפי, און אפשר גאר ערגער מאכן, ווייל ס'קען גאר זיין אז ביסט בכלל נישט קראנק נאר די דארפסט א פעטן שווערן דזשאב!!!!
יאפ אזוי איז עס, יגיעת שניהם משכחת עוון, און די גרעסטע עבירה איז עצבות!!!! אז ס'איז נישט דא וואס צו טון איז מען דיפרעסט!!!!!
95% מענטשן וואס זיצן ביי העלפ און טערעפי זענען אדער כולל אינגעלייט וואס בארלאנגען נישט אין כולל, אדער בעל בתים וואס האבן נישט געהעריג וואס צו טון, און איך פארשטיי אז דו וועסט זיך טענה'ען אויף דעם, ווייל ס'איז גאנץ שווער דאס צו הערן, נאך דערצו דו ליינער פון די אשכול וואס די ביסט 90% איינע פון די חברה, אבער וואס קענסטו טון אז א טערעפיסט שרייבט די תגובה!! און דאס איז דער מציאות,
קוק אויף די יארגאנג וואס מ'לייד די מערסטע פון נפשיות'דיגע פראבלעמן, דאס איברהויבט די יארן וואס מ'שטיפט די מערסטע צייט!!!!
און טאמער וועסטו טרעפן א מענטש וואס זאגט דיר אז ברוך ה' ער האט נישט וואס צו טון, און ער איז געגאנגען פאר הילף און ער איז ברוך ה' פרייליך און צופרידן אפילו אן קיין אנגעפילטע טאג, זאלסטו וויסן אז דער מענטש איז נישט געזונט געווארן!! ער איז געווארן טויט קראנק, ער איז א ריכטיגע משיגענער!!!! און זיין טערעפיסט דארף מען איינשפארן, ער איז א מחריב העולם, ווייל פינקט ווי א געזונטער מענטש פילט ווען ער כאפט א זעץ, פילט א געזונטער נפש, ליידיגקייט, און אויב פילט ער עס שוין נישט זאל ער גיין צו א דאקטער!!!
יעצט צום שלוס, אוודאי איז דא א סאך מענטשן וואס ליידן אויף כל מיני נפשיות'דיגע פראבלעמן, און אוודאי איז דא א סאך הילף היינט ברוך ה', אריינגערעכט די פריעדיגע מחובר, בשבילי הלב, ועוד', אבער כדי צו וויסן צו מ'איז באמת קראנק, אדער ס'איז בלויז א ריעקשין פון ליידיגיין, דארף מען קודם זיכער מאכן אז די טעג און שעות און מניטן זענען געפאקטע!!!!!
אז נישט, קען זיין אז די גיסט אריין טויגענטע דאלארען און האפענונג און גארבעדזש!!!!
א קאר דארף געז, א נפש דארף טון!!!!!
איך טוה מיך איינטשילדיגן צו אלע אידן וואס האבן יא געוואלט זיין נפש ליידענדיגע, סארי איר זענט נישט!!!! און די האסט נישט קיין פריי פעס צו גן עדן!!! און די קימסט נישט אפ קיין שום עבירה נישט!! ווייל ביסט אליין שילדיג!!!!
אבער כהאב דיר איין גיטע בשורה, אז ווען די וועסט אנפאנגען ביזי ווערן מיט תכלית'דיגע זאכן וועט דיר פארגיין די אפעטיט פון זיין א נפש קראנקע מענטש!!!!
האסט הנאה געהאט, זיך געבייזערט אונמיטן, וואס דאס איז אפשר דיין הנאה!! לאז וויסן דעם שרייבער צו ער גייט זיין דיפרעסט פארן שוועמן צייט צו שרייבן!!!!!
נ.ב. פאר די שרייסט אדער שרייבסט טראכט, אפשר ביסטו פון די % וואס האבן יא עכטע נפשיות'דיגע פראבלעמען ממילא האב איך עס נישט געשריבן פאר דיר בכלל!!!! און דו קענסט ארויסגיין פון דעם אשכול!! אדער קענט איר גיין צו בלאט 3, דארט איז דא פאר אייך א שטיקל תגובה!!!