Re: רוסישע ניקס אויף אייוועלט?
1. דו לייגסט אראפ א הנחה כאילו כ'בין קעגן א רויטע ניו יארק. קענסט איבערקוקן אלע מיינע תגובות וועסטו זעהן פונקט פארקערט, הלוואי ניו יארק זאל ווערן רויט, אבער עס איז ווייט נישט בידינו. צו נוצן אונז אלס א רויטע שמאטע וועט ס"ה אויפטון אז מיר וועלן אויפרעגן די ניו יארקער רעגירונג און זיי וועלן אנהייבן זיך צו צושטעלן צו די שונאי הדת.עלינו האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:44 pmאיך האב אויך נישט געשריבן אז ער האט דאס געשריבן, מעגליך אז דער מנהל דארף איבערליינען נאכאמאל...למעלה משבעים האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:35 pmדי באלד האט ער קיינמאל נישט געשריבן. מעגליך דארפסט איבערליינען נאכאמאל...עלינו האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:23 pmלמעלה משבעים האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:13 pmאינטרעסאנט ווי יעדער זעט וואס ער וויל. איך למשל זע אין דיין תגובה אז האסט פלעין נישט געליינט וואס מידער שרייבט, ממילא מיינסטו אז זיין פראבלעם איז אויסשמועסן די צוויי צדדים...עלינו האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:22 pmדי אשכול איז א דוגמה פון טרייבן אן אגענדע וואס לויט @למעלה משבעים טאר מען עס נישט טוען אויף אייוועלט,
איינער האט מידערהייט אפגעמאכט אז איין מהלך איז די ריכטיגע און נאכמער די אנדערע צד מאכט אזוי נישט קיין סענס אז עס מוז זיין געטריבן דורך אן אגענדע, קומט ער עס דעלעגעטימעזירן מיט א משל פון רוסישע פראפעגאנדע,
בארואיג דיר אפי' אויב דו ביזט גערעכט מעג איינער האלטן אנדערש ווי דיר, און ער מעגן זאגן זיין מיינונג, אויב דו האלטסט אז ער איז נישט גערעכט מעגסטו אים ענטפערן, וואס איז דאס קענסלען איין מיינונג פון אייוועלט, ווען דו רעדסט פון איינער וואס עפענט א ניק לטובת א געוויסע מערכה איז איין זאך, הגם עס איז דא אסאך פון די סארט ניקס אויף אלע צדדים און ביי יעדע מערכה, אבער סתם א ניק טאר נישט יעצט זאגן א מיינונג ווייל דו האסט באשלאסן אז עס איז אזוי אפגעפרעגט און עס מיז זיין אז ער מיינט נישט קיינעמס טובה?
(חוץ מזה וואס עס זענען דא עסקנים און רבנים אויף ביידע צדדים)
יעצט נאכאמאל איבערגעליינט לכבוד דער מנהל און איך זע די זעלבע ווי ביז יעצט,
די פוה"א האט א הנחה אז ווער עס זאגטאז ניו יארק זאל ווערן רויט איז נישט נאר נישט גערעכט, נאר עס מוז זיין אז ערארבעט פאר די רעפובליקאנער פארטיי, דאס איז סיי אין די ערשטע תגובה און סיי און זיינע אנדערע תגובות אין די אשכול,
מיין נקודה איז אז עס קען זיין אז עס איז נישט גוט אז ניו יארק זאל ווערן רויט, אבער אנדערע קענען האלטן אז עס איז יא גוט, אפי' אויב מען האט נישט קיין זייטיגע אינטערעסן.
זיין אשכול פאנגט ער אן תמימות'דיג אז עס זענען דא וואס ארבעטן פאר דער רעפובליקאנער פארטיי אנטקעגן אונזערע אינטערעסן, ווען ניקס קומען אריין און זאגן אז די רעפ. קענען יא זיין גוט, זאגט ער ניין עס איז נישט מעגליך און בכלל מען גייט אנטקעגן די עסקנים רח"ל און דאס קומט פון די משכילים וכו' וכו', די זעלבע טאן האט ער אויך געהאלטן במשך די וואל סוזען,
יעצט עס קען זיין אז ער איז גערעכט אז די רויט איז נישט גוט פאר אונז, אבער עס האט גארנישט מיט אגענדעס, אגענדע ניקס איז דא ביי ביידע זייטן.
(השאר נמחק מפני הכבוד)
2. דו זאגסט אז כ'האב אראפגעסטעמפעלט די אלע וואס האלטן מ'דארף נאכאלס שטומען רעפובליקען, אלס משכילים. כ'האב קלאר געשריבן אינעם פתוחה אז יעדער מעג האבן זיין מיינונג, פונקט ווי דער רעפובליקאנער מעג האבן א מיינונג קעגן דעם זיידן פארן זיך אריינמישן אין דעם אקריינישן מלחמה, מעג יעדער האלטן אז מ'דארף שטומען רעפובליקען צי ס'מאכט סענס אדער נישט.
3. א זייטיגע נאטיץ, ס'קוקט אויס פון דיינע ווערטער כאילו כ'האב פארמאכט מיינע אויגן און געשריגן "מ'דארף פאלגן די עסקנים". כ'האב פאר די נייעס, ביז נאך די וואלן האב איך קיינמאל נישט גענוצט די שתדלנים זעלבסט אלס א ארגומענט! כ'האב מיר כסדר געהאלטן צו די פלאכע קאמען-סענס אז שטימען בלינדערהייט פאר די רעפובליקאנער קען זיין א שרעקליכער טעות מצדנו אריינצושפילן אין די הענט פון די שונאי הדת צו אפהאקן דאס גוט ווילן וואס מיר האבן נאך יא ביי די רעגירונגס באאמטע.
יעצט אז די רעקארדס זענען געשטעלט גלייך קומט מען צוריק צו אונזער שמועס.
ווי געזאגט איז בכלל נישט קיין פראבלעם צו האלטן אז ס'איז א טובה פאר אונז צו שטימען פאר די רעפובליקאנער, דאס איז אבער ווי לאנג דו האלסט ס'איז פאר אונזערע אינטערעסן. זענען אבער דא וואס האבן זיך גענומען א ציל צו ארבייטן פאר די אינטערעסן פון די רעפובליקאנער פארטיי און קוקן בכלל נישט אויף אונזערע אינטערעסן, אפגעזעהן צי ס'איז אונזער טובה אדער נישט וויל ער מיר נאך ברעין-וואשן אז כ'דארף נוצן #די אייגענע שכל פארוואס ער מיינט מיין טובה.
ער האט א גערעכטע פוינט? לאמיר זאגן אז יא. איז פונקט ווי ס'קען זיין אז דער רוסקי איז גערעכט מיט זיין ארגומענט קעגן ביידן, איז מיר בכלל נישט אינטערסאנט צו הערן זיין מיינונג אונטער א שלייער אז ער מיינט מיין טובה. אז דו שטעלסט די טובה פון די רעפובליקאנער פארטיי העכער אונזערע אינטערעסן קום מיר נישט פארקויפן לאקשאן אז די מיינסט מיין טובה.
די שתדלנים מוזן האבן דעם היימישן ציבור ביי די שטים בודקעס צו ווייטער קענען העלפן דעם ציבור, פון די אנדערע זייט שטייען די חברה און ווילן נוצן אונזער תמימות'דיגער ציבור פאר זייער פריוואטע פארטייאישע אינטערעסן, און נאכדעם קומט מען דא זינגען א שיינע זמירות איז ס'איז פשוט דא צוויי זייטן...
און יא, פרעצופאל זענען עס אזאנע וואס פרעגן נישט קיין דעת תורה אויך נישט, און נוצן גאר די איינציגסטע היימישע פלאטפארמע צו פארשפרייטן זייער פראפאגאנדע צווישן היימישן עולם.
ווילסט אויפקלערן דעם עולם צו נוצן #די אייגענע שכל? זייער פיין! דאס איז פונקט גוט אויף טוויטער. לאז אפ דעם היימישן אייוועלט!
כ'האף כ'קום אריין גענוג קלאר.